מזל טוב...?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

מזל טוב...?

שליחה דורך קל וחומר »

דער עולם אזוי פריילעך,
ער איז שוין א חתן אונזער מיילעך,
אלס ארום און ארום,
קוועלן מיט שמחה אומעטום,

דער אבי החתן ואבי הכלה,
מיט א רקידה'לע ברננה נעלה,
די מחותנסטעס אזוי שטימיג,
ממש דער פאסיגסטער זיווג,

קיווע דעם כלה'ס ברודער,
הייבט אן מאכן גערודער,
די טיש קומט מער רעכטס,
ס'זאל זיין פלאץ פאר אלע געקעכטס,

שרי שטעלט צו פון בעסטן און שענסטן,
ס'זאל זיין גענוג פונעם קלענסטן ביז'ן גרעסטן,
די כלה באפוצט פון קאפ ביז פוס,
די מחותנסטע געפעלן מ'מוז,

לחיים לחיים וואונטש יעדער באזונדער,
א בית נאמן מיט ערליכע קינדער,
א קשר של קיימא מיט שלום בית,
נאר זיין שמחות מיט גוטע נייעס,

אלעס קוקט אויס הערליך פון דערויסן,
אבער דער חתן באמת איז אביסל צעשטויסן,
ער ווייסט נישט פונקטליך וואס אים באדערט,
אבער אלע מחשבות זענען אים צושטערט,

די שמחה אינגאנצן האט ער נאכנישט דערהערט,
ס'מוז זיין פאסיג ווייל ס'איז דאך אלס באשערט,
דאך אין מח איז דא עפעס וואס קריכט,
איז דעס דער שידוך וואס כ'האב באמת געזוכט?,

טאמער בינעך שוין גענוג גרויס חתונה צו האבן,
פארוואס אן אייגענע דעה קען איך נישט פארמאגן,
איינער וויל א שיינער, לאו דוקא די קלוגסטע,
א צווייטער א בעלת מדות, לאו דוקא די זיסטע,

פארוואס ביים קויפן אן אייסקרים כ'באקום אן אויסוואל,
טשאקלעד צו ווענילע אדער עפעס אבנארמאל,
אבער ביים החלטה פון מיין לעבן,
די מינדעסטע דעה טוט מען נישט געבן,

א שטריימל ביי קרויס צו ביי מיללער,
א בעקיטשע א זיידענעם מסתמא וויל ער,
דער שפיעלער אדער יענער,
אויף דעם בוחר זיין שוין קען ער,

טאקע געלערנט אביי ורבא,
אבער ישועתי מאין יבא,
הכי זה שכרי מכל עמלי,
למנוע ממני בחירת חמדתי?
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

קל וחומר האט געשריבן:שרי שטעלט צו פון בעסטן און שענסטן,
ס'זאל זיין גענוג פונעם קלענסטן ביז'ן גרעסטן,
די כלה באפוצט פון קאפ ביז פוס,
די מחותנסטע געפעלן מ'מוז,


איך ווייס אז ס'איז נישט די פוינט פון די גראם, אבער דעיע ליין געפעלט מיר נישט...
עס הערט זיך ווי א כלה ביום חופתה טוט זיך אן צו געפעלן די מחותענסטע.
אפשר איז מער אמת'דיג צו שרייבן יעדעם.
.I got voices in my head.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: מזל טוב...?

שליחה דורך קל וחומר »

ס'נישט ביום חופתה, ס'איז ביים ווארט.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

זייער ריכטיג געשריבן!
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

IMG_20160607_113627.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
פארשפארט