בלאט 1 פון 1

סוב-שרשים פון איין שורש

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:56 pm
דורך טמיר
ס'איז דא אן אונטערעסאנטע זאך ביי לשוה"ק (כ'מיין ביי אנדערע שפראכן אויך), אז צומאל קען זיין צוויי אדער מער ווערטער וואס זענען אויבן אויף באזונדערע שרשים, קומען זיי אבער פון איין הויפט שורש וואס פון דעם ווערט נשתלשל סוב-שרשים מיט ענליכע מיינונגען. אזוי ווי איך האב א האבי אין דעם האב איך א שטיקל קאלעקציע פון אזכלכע דוגמאות, און כ'וועל ברענגען וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

דער געדאנק טרעפט מען שוין אין די ראשונים, סא יעדער קען זיך אליינס צולייגען זיינע געדאנקען, און עז לאנג אז עס שטימט איז עס מסתם אמת. מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע קאפ צו מחדש זיין אין די נושא.

Re: סוב-שרשים פון איין שורש

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2016 6:07 pm
דורך טמיר
די ערשטע דוגמא איז עפעס וואס איז מיר די מערסטע געפאלן, כ'האב עס געזען א לאנגע צייט אויף די וועבסייט מוסף שבת כ'האב נישט יעצט קיין לינק. ער מאכט איינס פון די ווארט "טבע" מלשון טביעה בים, טבעת, מטבע, און טבע העולם.

די הויפט ווארט איז טביעה= איינזינקען. טבעת איז ארגינעל געווען געמאכט צו "טובע" זיין א חותם. (עס זינקט איין אין די שעווה) איז שוין געווארן אזוי פאר יעדע רינגל (אזוי ווי ושני טבעות זהב). ווייטער פון דארט צו מטבע איז דאך פשוט, ווייל יעדע מטבע איז טבוע מיט א חותם. מטבע שטבעו חכמים און טבע הבריאה, איז ווי א זאך וואס איז מוטבע בחותם, ער שטעלט אוועק ווי אזוי זאך דארף צו אויסזעהן און ער ווערט א חלק בלתי נפרד פון די זאך

סוב-שרשים פון איין שורש

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2016 6:36 pm
דורך ירא שמים
הגיון פי׳ המלבי״ם לשון הוצאה (תילים פרק א) מל׳ הגה סיגים מכסף.
דאס איז אבער איין שורש הגה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 5:33 pm
דורך וואלווי
ביי די שר המשקים אין וישב שטייט "ואקח את הענבים ואשחט אותם אל כוס פרעה" זאגט דער אבן עזרא אז ואשחט (שי"ן שמאלית) לשון אויסקוועטשען שטאמט פין לשון שחיטה-שחט'ן (שי"ן ימנית)

Re: סוב-שרשים פון איין שורש

נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 8:08 am
דורך טמיר
די צושטעל פון אב"ע איז מיר געווען א פלא ווייל א שין ימנית מיט א שמאלית איז זיך קיינמאל נישט מתחלף, משא"כ א סמך מיט א שין שמאלית יא, אזוי ווי חרס חרש און נאך. האב איך נאכגעקוקט אין ישעי' האב איך געטראפן אין מנחת שי אז פון דעם זעט מען אז די אב"ע האט געליינט די ווארט שוחטי הילדים מיט א שין שמאלית אנדערש ווי מיר האבן און ווי ס'איז משמע אין אנדערע מפרשים און גמ' נדה אל תקרי שוחטי אלא סוחטי (אויב שין שמאלית ליינט זיך עס דאך די זעלבע)! האועווער כ'ווייס וויאזוי ער טייטשט די ווערטער, וואס מיינט אויסקוועטשען קינדער?

דער אבי עזר במהלכו הא' לערנט פשט שהוא מלשון שחט'ן. והוא פלא, קודם כל זיי זענען זיך נישט מתחלף כנ"ל, ואפילו אז יא, איז עס א חידוש וואס די אב"ע וואלט געדארפט צולייגען.

במהלכו הב' נראה שפירש דבריו ע"פ דרש הגמ' אל תקרי וכו' שהוא לשון סחיטה. והוא פלא אז דער אב"ע זאל בויען א טייטש אויף א דרש הגמ', וצע"ג. והנכון זעהט אויס ווי דער מנחת שי.

נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:05 pm
דורך וואלווי
טמיר האט געשריבן:די צושטעל פון אב"ע איז מיר געווען א פלא ווייל א שין ימנית מיט א שמאלית איז זיך קיינמאל נישט מתחלף


דיין כוונה איז אז די אותיות שי"ן ימנית אין שמאלית זענען נישט נתחלף דורך אתב"ש אדער אטב"ח וכו'? ווייל ביי חמש מוצאות הפה, האח"ע מהגרון, גיכ"ק מהחיך, דטלנ"ת מהלשון, זסשר"צ מהשינים, אין בומ"פ מהשפתים זענען שי"ן ימינית אין שמאלית די זעלבע.
אויך לויט כוונת בעל האשכול דהכי אז די שרשים זענען אסאך מאל סוב-שרשים קען דאס זיין די טעם פונם אב"ע ווייל ביידע שטאמען פין ארויס געבען א (רויטע) פליסיגקייט. אזוי אויך אין די וואכעדיגע פרשה על הפסוק מלאתך ודמעך לא תאחר (כ"ב כ"ח) וואס רש"י זאגט אויף דמעך אז דאס מיינט תרומה ואיני יודע מהו לשון דמע, עיין באב"ע בשם רב סעדיה גאון אז די כוונה איז יצהר-זיתים וואס ווען מ'קוועטשט עס קומט ארויס טראפן אזוי ווי טרערן. עיי"ש אינטערסאנט נאכציקוקן אינענווענדיג (מצורף כאן).

Re: סוב-שרשים פון איין שורש

נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 4:10 pm
דורך טמיר
ייש"כ וואלווי, דיין מהלך איז מאד יתכן. איך דענק אויך אז די זעלבע מוצאות הפה זענען זיך מתחלף, כ'דענק נישט קיין דוגמאות.

Re: סוב-שרשים פון איין שורש

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 3:29 pm
דורך טמיר
"עצרת" טייטשט צוריק האלטען, וכן "כי עצור עצר ה'". "עצור" (ואפס עצור ועזוב) מיינט א מושל, ווייל א מושל האלט צוריק דאס פאלק פון טון וואס מען וויל. (מלבים).
בלשון ארמי מיינט עציר= קוועטשען. כ'קלער אז עס האט א שייכות (כידוע איז לשון ארמי ענליך צו לשה"ק ), ווייל מיט קוועטשען האלט מען צוריק עפעס פון זיך פארשפרייטן. און איך געטראפן א אפענע ראי' צו דעם. עיין ברש"י ב"מ טז: ד"ה זייר, דזייר הוא לשון עצירה (צוריק האלטן ), ומביא ראי' מלשון מקרא "ויזר את הגזה". ושם הפירוש הוא סחיטה!
אויך קלער איך אז "צר" "צרה" איז אויך א קאזין דא. "ענג" מיינט צאמגעקוועטשט, איינגעהאלטען, פארקערט פון "רווח" ברייטקייט פרייקייט אפענקייט.

Re: סוב-שרשים פון איין שורש

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2016 4:34 pm
דורך טמיר
ירק- גרינס, מיט ירוק- די קאליר גרין, איז די שייכות פשוט, ווייל גרינס זענען גרין.
אין די ראשונים ווערן בלוי און געל אויך אנגעריפן ירוק. און דאס איז א פלא וואס איז די שייכות, און פארוואס איז נישטא קיין עקסטערע ווערטער אויף דעם?
עס קען זיין אז לעולם איז יא געווען ווערטער נאר היות עס איז נישט גענוצט געווארן אין תנ"ך זענען זיי פארגעסן געווארן. און מסתם מיט נאך ווערטער איז אזוי געשען. בדרך אפשר

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
ירוק סתם הוא צבע הדומה לחלמון של ביצה או לזהב..... ובפרק לולב הגזול נמי אמרינן ירוק ככרתי מכלל דסתם ירוק לאו ככרתי....

רא"ש נדה פ"ב ה"ד

Re: סוב-שרשים פון איין שורש

נשלח: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 10:31 pm
דורך טמיר
כ'האב נאכגעקוקט, און כמעט אלע זאגן דארט אז סתם ירוק מיינט געל. חוץ דער מאירי האלט אז ירוק מיינט נאר גרין.
לפי"ז איז מיין תורה מיט די שייכות פון ירק און ירוק נפל בבירא

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk