בלאט 1 פון 2

אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך![/center]
איך האב אויסגעהערט די גאנצע דרשה פון שלמה יודא רעכניץ. טראץ זיין בייסיגע דירעקטע אויסשפראך, ווי ער האט אסאך מאל געצימבלט די 'לעיקוואדע' דירעקט, זע איך נישט קיין באזונדערע גראבקייט אין זיין שפראך. אויב זאגן פאר א חוטא אז ער איז א זינדיגער מיינט 'רעדן גראב', אויב זאגן פאר א צבוע ווי פאלש ער איז מיינט 'אטאקירן', דאן איז ער טאקע אין די קאטעגאריע.

אבער לענ"ד האט ער גאנץ שיין גערעדט, נאכדערצו ווען ער האט ארויסגעברענגט די מעלות פון לעיקוואד אויך [זייער חסד באופן כללי, זייער לימוד התורה]. דאס הייסט, ער האט נישט גענוצט דעם - לדעתי, העכסטס בארעכטיגטע - שפראך פון חז"ל: 'כל אדם שיש בו גסות הרוח ראוי לגודעו כאשירה', און דערפאר איז זייער תורה גארנישט ווערט. נאר ער האט סאך הכל מאזן געווען די 'צדקות' פון די לעיקוואדע בני תורה, זאגנדיג אז ער אנערקענט אין זייערע מעלות, אבער מאכט זיך נישט אומוויסנדיג פון זייער הימל שרייענדע עוולה.

דאס איז פאר די בעלי גאוה [בעלי תורה] פון לעיקוואד, וואס האבן זיך געשפירט געטראפן פון זיין דרשה, כאילו ער האט זיי סתם צומאלן אן געבן רעספעקט פאר די בני תורה.

יעצט לגוף דבריו: מחמת סיבה דלא נודע לי, האט כמעט יעדער פארפאסט אנצוצייכענען צוויי וויכטיגע נקודות אין רעכניץ'ס דרשה: א' - אז ער האט מיטגעהאלטן אסאך פון די 'קעיסעס' פון די נאנט, צוליב דעם וואס יעדער רופט 'הרבני הנגיד' רעכניץ ארויסצוהעלפן אריינצוריקן א 'פראבלעמאטיש' קינד אין א מוסד. ב' - זיין פערזענליך געשטיקטע קול און רירנדע רייד [בעפאר ער האט אויסגעשאסן זיין ווייטאג אין א שטורמישע 'פסק'], וואס האבן געוויזן אז דא שטייט נישט קיין עושר מיט א גראב בייכל וואס זוכט עטענשאן, נאר א פארווייטאגטע איד וואס האלט מיט די צער פון אומצאליגע משפחות, און עסט זיך אויף דערמיט.

אריינגייענדיג אין די צוויי נקודות, ווערן אלע טענות - סיי פון געוויסע ניקס און סיי פון די א.ג. ליטווישע רבנים - צונישט! און לאמיר זיי צונעמען אחת אחת:



[center]טענה א': מי שמך לאיש?![/center]
קודם כל, דער נארישסטע טענה פון 'מי שמך לאיש', וואס בעצם איז דער פשוט'סטער ענטפער דערויף: 'במקום שאין איש, השתדל להיות איש'! ווער דען איז דער איש? איינער האט שוין אדרעסירט דעם פראבלעם ברבים?

די לעצטע מאל איך געדענק אז א רב האט אדרעסירט א מעין פון די פראבלעם [נישט אין דעם זעלבן ציור, אבער די זעלבע רעיון], איז געווען ווען הגאון רבי הערשל היילפרין שליט"א, דומ"ץ וויען בב"פ, האט גערעדט ביים 'אינטערנעט אסיפה' אין ב"פ א יאר נאכן גרויסן 'כינוס כלל ישראל' אין סיטי פיעלד. א ריזן ציבור איז צאמגעקומען ביים 18 עוועניו פארק, וואו רבנים האבן משמיע געווען איבער די גרויסע פירצה פון אינטערנעט והמסתעף. שטייצעך אז דער עולם איז - ווי אייביג - אנגעווייטאגט אז די רבנים זענען אלס גרייט צו האקן און אסר'ן, אבער ווען ס'קומט צו העלפן זעט מען זיי נישט פאר די אויגן.

און דאן האט רבי הערשל אויפגעריסן א באמבע - וואס האט נישט געהאט קיין דירעקטע שייכות מיטן כינוס: ער האט זיך מתייחס געווען צום פראבלעם אז צענדליגע - צו הונדערטע - בחורים פאלן ארויס פון ישיבה סיסטעם, אדער מ'נעמט זיי בכלל נישט אריין צוליב סיי וואספארא סיבה, און ער האט מיט א שארפע שטימע ערקלערט אז 'דאס גייט זיין די קומענדיגע זאך וואס די רבנים גייען קעירנעמען', אז א יעדע בחור זאל האבן א ישיבה, און מ'זאל נישט קענען ארויסווארפן פאר גארנישט וכו'.

איך געדענק נאך די שאק ביים עולם אז ער האט זיך געטרויט ארויפצוברענגען אזא קאנטראווערסיעלע נושא אויפן טיש בפני כל קהל עם ועדה, ובפרט פאר די 'רבנים גאונים וצדיקים' שליט"א. אוי וויי, 'איך געדענק נאך' איז זייער א שלעכטע סימן. דאס איז געווען די ערשטע און לעצטע מאל וואס די נושא איז אדרעסירט געווארן, עכ"פ ברבים. שפעטער האב איך נאכגעהערט, אז ער האט טאקע געוואלט נעמען די זאך אין די הענט, אבער מ'האט אים שנעל 'מסביר געווען' אז זאכן גייען זיך נישט טוישן אזוי שנעל.

בין כך ובין כך, די פראבלעם איז נישט גע'סאלווד געווארן - שוין א היבשע פאר יאר שפעטער, און ערגער פון דעם: מיר זעען אלע וואס געשעט ווען רבנים זאגן - אפילו ברבים - אז זיי וועלן קעירנעמען. נו פרעג איך ענק, איז דען שייך צו טענה'ן 'מי שמך לאיש'? אדער 'קודם פרוביר שטילערהייט'? מ'דארף האבן א באזונדערע מאס טיפשות צו זיין אזוי איגנארענט בנוגע אזא וויכטיגע פונדאמענטאלע און ליידער פארווייטאגטע נושא, ווי 'ארייננעמען קינדער אין די מוסדות'. און אויב איינער האט זיך ארויפגעשארט די ארבל, זאל ער הייסן געצל גארבעדזש קאלעקטער, חאצקל שמידער, צו הרבני הנגיד שלמה יהודה רעכניץ, קומט זיך אים א ריזן דאנק! במקום שאין איש איז יענער געווען דער איש! [וליכא מידי דלא רמיזא, אי"ש איז ר"ת א'שריך ש'למה י'הודה...!].



[center]טענה ב': פארט, פארוואס פונקט רעכניץ? ווייל ער האט אפאר דאלער?![/center]
דא קומט אריין מיין אויבנדערמאנטע פונקט. רעכניץ אליינס איז זיך מתייחס דערצו אנהייב פון זיין דרשה, ער זאגט אז באמת איז עס נישט זיין פליכט, עס איז יעדנ'ס פליכט פונקט אזוי. ער שפירט נאר א ספעציעלע צוגעבינדקייט דערצו, צוליב דעם וואס ער איז כסדר פארנומען מיט אזעלכע קעיסעס וואס קומען אן צו זיין טיר. ער איז מיר גענוג באגלייבט, אז אויב ער דערציילט אז אויפן וועג קיין לעיקוואד זעלבסט האט ער געהאט פרישע דריי קעיסעס פון וואס קעירצונעמען, דאן איז גאר פארשטענדליך פארוואס ער האט גענומען די מייק.

אוודאי, נאר צוליב דעם וואס ער האט אפאר דאלער, האט מען אים 'געגעבן' די מייק, און ער האט געוואוסט אז אדאנק זיינע פאר דאלער גייט מען נישט 'אויס-פלאגן' די מייק... וואס מ'וואלט געטון צו יעדע אנדערע עסקן וואס האלט פונקט ווי אים, און וואלט געהאט א הוה אמינא פון אדרעסירן דעם פראבלעם ברבים. דאס מיינט אבער נישט אז ער האט געגעבן די דרשה 'צוליב' זיין עשירות, ער האט געגעבן זיין דרשה צוליב זיין 'עסקנות', ער האט זיך נאר דערוואגט צו רעדן דערפון ברבים אדאנק זיין עשירות, וויסנדיג אז מ'וועט זיך מוזן וויסנדיג מאכן פון אים, וואס סיי וואספארא אנדערע עסקן במקומו וואלט מען משלח געווען בתופים ובמחולות.

צו גיין זאגן אז ער האט גערעדט דערפון נאר כדי צו באקומען די צוויי מינוט פון פעים, איז טיפשות, רשעות, און שקר גמור!

טיפשות איז עס = ווייל נאר א טיפש וואלט געמיינט אז ער גייט באקומען כבוד מלכים פון די לעיקוואדע בעלי גאווה, טרעטנדיג אויף זייערע געהירן. ער קען באקומען זיין פעים דורך גענוג פאזיטיווע זאכן, און צו האקן אויף מענטשן וואס זענען אנגעגעסן מיט זיך - איז די לעצטע זאך וואס אן עושר וועט טון כדי צו באקומען ענטענשאן.

רשעות איז עס = ווייל דאס מיינט איגנארירן אלע זיינע גוטע טהאטן ביז יעצט, וואס ווייזט קלאר אז ער האט ליב צו טון טובות פאר אנדערע מענטשן, יחידים ווי מוסדות צוגלייך, גוים ווי אידן [ווער האט געזען די קליפ ווי שלמה יהודה האט גע'ספענד'ט פופציג אלפים אויף אמעריקאנע מארינס, שלא על מנת לקבל 'פעים'?!].

שקר גמור איז עס = צוליב די אויבנדערמאנטע פאקטן, בנוסף לזה וואס ס'איז שקר אז ס'פעלט אים עטענשאן. ער איז גאר א באוואוסטער מענטשן, מיט גענוג געלט און כשרונות [א שטייגער, זיין כח נגינה. אפגעזען צו דער אדער יענער גלייכט עס נישט], וואס מאכן אים א פאפולערע פיגור, אזוי אז דארף נישט קיין בלאטע כדי ארויפצוקומען צום אויבנאן פון חרד'ישן לעבן.



[center]טענה ג': עשיר יענה עזות.[/center]
אנדערע טענה'ן, אז ער האט סתם גערעדט ווי א גראביאן, א מחוצף וואס זיצט על סיר הבשר, און האט די געלט און מאכט צו האקן אויף בני תורה וואס זענען אסאך חשוב'ער פון אים. די טענה איז אפגעפרעגט מכמה כיוונים, ואפרט:

קען זיין אז מיינע מעסטונג ברילן זענען שמוציג, אבער לדעתי הקלושה זעט מען נישט קיין גראביאן ביים מייק [אויב מ'פסק'נט נישט לויטן סייז פון גוף ממש...]. איך האב געזען א איד וואס האט צוריקגעהאלטן זיינע טרערן פון פארפלייצן דעם שיין געדעקטן זאל. איך האב דאס געזען אויך צוליב דעם, וואס איך האב זעלבסט געדארפט צוריקהאלטן מיינע טרערן - עכ"פ די ערשטע חלק פון זיין דרשה, בעפאר איך בין איבערגענומען געווארן פון כעס אויף די פויפסטליכער-פונעם-פויבסט סטיל בני תורה. איך האב געזען זיין געשטיקטע שטימע, זיין הבעת פנים, זיין צער ומכאוב, וואס איז נאר שפעטער פארוואנדלט געווארן אין א חמת זעם אנטקעגן די חוקי סדום וואס זענען גאר אינפארסירט געווארן אינעם עיר התורה לעיקוואד.

דער פאקט אז ער זיצט על סיר הבשר איז ממש נישט מעלה ומוריד דא, און אויב עפעס איז עס לדעתי גאר א שטארקע פאקטאר לטובתו: ער איז נישט קיין אנגעזעצטע מענטש, וואס האקט על הא ועל דא, און יעצט איז דאס אויף זיין אגענדע. פארקערט גאר, ער זיצט על סיר הבשר, באקומט איבעראל כבוד מלכים, די גרעסטע ראשי ישיבות לעקן זיך ביי אים, און אעפ"כ קומט אזא מענטש און שרייט פון טיפן הארץ: רבותי, עפעס איז פאטאל Wrong דא! Wake up, guys; TIME FOR CHANGE!!!


און צום לעצט, די טענה אז ער האט אוועקגעמאכט די בני תורה בחדא מחתא, כאילו ער איז אין אזא מדרגה צו רעדן אויף זיי, איז היפאקריטסווע במיטבו. אפגעזען פונעם פאקט אז ער האט זיי נישט אוועקגעמאכט, ווי דערמאנט בתחילת הדברים, ער האט ארויסגעברענגט זייערע מעלות, אבער געזאגט אז דאס געבט נישט קיין רעכט פאר די רשעות זייערע.

אבער בלאו הכי, קען מיר איינער מסביר'ן פארוואס ער דארף זיין א בן תורה צו האקן אויף זיי? איינער פון די בני תורה האט אמאל געהערט פון אזא שטיקל רמב"ם 'שמע האמת ממי שאמרה' [אין זיין פתיחה צו מסכת אבות], אדער נאר רמב"ם'ס אין ספר יד החזקה באקומען דעקונג ביי די ליטווישע בני תורה?! ער האט פאקטיש אדרעסירט א פראבלעם, גערעדט צום זאך, און נאך געגעבן קאמפלימענטן פאר מענטשן וואס - לדעתי - פארדינען דאס נישט.

אויב די סיבה פארוואס געוויסע לעיקוואדע שוימען אנטקעגן זיין דרשה איז צוליב דעם וואס 'ווער איז ער צו רעדן אויף אונז', דאן זענען די בני תורה טאקע אט דאס וואס ער שרייט פארווייטאגט: פוסטע בעלי גאוה! האלאו, איינער רעדט צו ענק און אנשטאט צו דיסקוסירן זיין דרשה דיסקוסירט מען דעם בעל דרשן, ס'ארא פאראדוקס! לעיקוואד, השתוממי על מראייך, כי מראיך מכוערת! א גרויל אז מ'איז זיך גאר מצטדק מיט א מאנטל פון 'מי שלמה יהודה אשר אשמע בקולו', אן עקל אז מ'דרייט גאר אויס דעם דאשיק צו אטאקירן דעם מעסענדזשער.



[center]טענה ד': פוסע על ראשי עם קודש.[/center]
די סאמע ערגסטע טענה איז נאך דאס וואס איין א.ג. רב אין לעיקוואד האט געזאגט, אז אפילו ער איז א גביר טאר ער נישט זיין קיין פוסע על ראשי עם קודש, און מ'טאר נישט רעדן אזוי פון אויבן אראפ אויף אידן. די חוצפה פון אזא ארגומענט צוטרייסלט מיר פשוט. ווער נאכאמאל איז דער פוסע על ראשי עם קדוש? רעכניץ? או אינו, נאר אפשר גאר די לעיקוואדע בעלי גאוה דמתקריין 'בני תורה'?!

די גרעסטע פוסעים על ראשי עם קדוש, די שפלים ונבזים וואס שעמען זיך נישט צו טרעטן אויף רוב כלל ישראל, און שעמען זיך נישט צו טרעטן אויף די זעלבע כלל ישראל וואס פירט זיך שוין אויף דעם 'יפה תורה עם דרך ארץ' שטייגער מאז היתה ישראל לגוי, זיי גייען דא קומען בא'שגצ'ן איינעם מיט אט די טענה: זיי נישט קיין פוסע על ראשי עם קדוש?!

האבדה בושה בישראל? האבדה דרך ארץ בלעיקוואד? האבדה אנושיות אצל בני תורה? האבדה חכמה אצל הוגי חכמה? וואו איז די ביסל מענטשליכקייט נישט צו אטאקירן איינעם מיטן סאמע פונקט וואס זיי זענען 'אטאקירט' געווארן? קשוט עצמך, דו 'פוסע על ראשי עם קדוש' איינער! פארשטעק דיך אין א מייזן לאך, לערן אביסל מוסר ווי מ'האט געלערנט אינדערהיים [נישט א האלבע שעה 'סדר מוסר'], קלאפ דיר ביי 'סלח לנו' אז דיין ברוסטקאסטן זאל דיר וויי טאן, און טויש דיך אביסל!


לאמיך נאר פארענדיגן מיט מיין סאמע התחלה: רבי שלמה יהודה, אשריך! לאמיך אפילו צולייגן: אשריך רבי שלמה יהודה, שנתפסת על דברי תורה!!!



-----
אפגעטיילט פון דא.
[והגם שאין לי הרבה להוסיף על דברי החכמים הגדולים [tag]שמעקעדיג[/tag] און [tag]געוואלדיג[/tag], אמרתי להביע דעתי בנידון ונתארכה לכדי אשכול בפני עצמו].

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 2:12 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אדנירם האט געשריבן:אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!


עס איז מער נישט אשריך... ער האט דאך צוריק געצויגען

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 2:22 pm
דורך outspoken
אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

קענט'ס שוין צירוק ציען ביז איבערמארגען דיין קויל איז שוין אינדערויסען, ב''ה מצדתך פרוסה עד עיר הנדחת מאנסי, מ'האפט אז נאך 'די' וואך וועלן אפאר קינדער אראפ פון גאס אריין אין חדרים. :like :like :like

ס'דערמאנט מיר ווי ווען דר. טווערסקי מיט דוב הייקענד האבן צירוק געצויגען וועגן 'מאלעסטינג' ר''ל, אבער די שניי באל האט זיך ווייטער אראפגעקוילערט אן זיי...

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:07 pm
דורך קאצקע ציקער
דעיס איז פארט פון די געים מען ציעט ציריק אויך און מען האט ביידע וועלטען

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:25 pm
דורך שעפטל
גענאגעלט שש סטייל!!!!!!! ווען איך ליין ווען דעס קודם וואלט איך ניטאמאל געשריבן מיין ענטפער

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:42 pm
דורך פליקער
אין מפטירין אחר אדנירם כלום

עס בלייבט נאר איבער צי וואונטשען,

אז עס זאל שוין נעמען א עק, כלל ישראל זאל זיך ציזאמען האלטן און רעוואלטירן קעגן יעדער איינציגער וואס איז פוסע אויף ווער עס איז אימבאהאלפן, פון קינד ביז בחור ביז סיי ווער.

מיר אינטערנעט עפאכע געמיינדע וועלן זיי פארשפרייטן און נישט פארשווייגן קיינעם.

Re: אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שטעל זיך פאר א רב מיט א ווייסע בארד, א זילבענעם שטעקען און שיפע טאשען שטעלט זיך אויף רעדען צו א ציבור אידען וועגען דער ענין פון רעדען ביים דאווענען. און ער נעמט זיך זאגען צום עולם ''דו באנדע ליידיגייער'ס! א האלבע שעה גיסטו אוועק אויף שחרית, און אפילו דעמאלס שומעס'ט דו?! מיט וואס ביסטו א פרומע איד?''
ט'וואלט מען פארשטאנען אז דאס איז נישט קיין וועג צו רעדען, טראץ דעם וואס מעגליך מאכט ער א גוט'ן פאינט? נאר ווייל דער רעדענער איז אן עושר איז ער ערלויבט 'אראפצורייסען' בעלי עוולה, ס'איז אן עוולה און תוכחה דארף האבען א שכל. און ווען ער שעצט טאקע די חשיבות וואס א יונגערמאן וואס גיבט אוועק זיין לעבען צו פארשטייען תוספות, וואלט ער אנדעריש גערעדט.
ווען זיין ווערטער קענען אויפטוהן, וואלט די טענה אויפ'ן סגנון הדיבור געווען נעריש. אבער פונקט ווי הרב היילפרין האט גארנישט אויפגעטוהן דורך זיין א קורא פסוק שלא בזמנו, און פונקט ווי שטילעהייט האט גארנישט גע'ארבעט, אזוי וועט אויך גארנישט ארבעטען.
איך האב שוין דארט געשריבען וואס פאר א סארט יונגעלייט קלינגען מוסדות און אין וועלכע פאל טוהן זיי אזוי. יא, ס'איז סעלפיש, נאר געטראכט פון זיך, אבער מיט'ן נישט קענען האבען מיין קינד מיט איינער וואס ארבעט'ס א קינד האט עס נישט. רוב גייען דאך ארבעטען צום סוף, ט'ווארפט מען ארויס זייער קינדער? נישט וועלען פראבלעמאטישע קינדער איז סעלפיש, אבער דאס מגזם זיין כאילו ס'האט מיט ארבעטען העלפט קיינער נישט.
דער אמת וואס שי"ר האט נישט ארויסגעברענגט איז אז מוסדות עפענען זיך, און כדי צו געלונגען, פארקויפען זייערע מעלה אלס דער parent body און דאס איז א מארקעט געבעיסד'ע חשבון. דאס איז פונקט ווי א חסיד שפירט זיך באקוועם און טוט אלס מיט זיין 'היימישע' מענטשען, אזוי אויך וויל איינער מיט א שלעפערישע רעקעל, אביסל א ווילדע בארד, א צוקלאפט'ן קאר און א געיאגטע שטוב וכו' וכו', שיקען זיין קינדער אין א חדר מיט נאך אזעלכע, און אזוי וויילט ער זיין חדר. יעדער חדר האט זיין גאנג, און מ'וויילט כפי דער נאטור און אויסזען פונ'ם מענטש. לדעתי איז דאס אן אנהייב פון א סאך עוולות און שלעכט'ס וואס זענען די נאטורליכע תוצאות פון א נאכלעסיגע שטאט, וואס איהר פיהרער'ס זוכען נישט צו בויען, נאר צו היטען אז יענער זאל נישט אוועק נעמען, והדברים ארוכים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 7:44 am
דורך יחיאל יעקבזון
ליטוואק
כ׳בין איינשטימיג מיט א חלק ניכר פון דיין לעצטן תגובה.
כשם שמצוה לומר דבר הנשמע וכו׳
פאר מיר האט זיך די קאנווערסעישאן געענדיגט. כ׳לאז די אויפגעקלערטע אנגעווייטיגטע (אפשר אויך בעלי תאוה און פיהלן זיך אראפגעקוקט) ווייטער שרייבן פוסטע רייד צו בארעכטיגן דעם רעכניץ ווייל זיינע רייד מאכט זיי פיהלן גוט, אבער זיי זעלבסט האלטן נישט ביים טוהן למעשה צו אפשטעלן די מגפה.
האטס מיר און זייטס מיר. אויף ווידערזעהן אין אנדערע אשכולות.

נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 10:47 am
דורך געוואלדיג
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:אבער זיי זעלבסט האלטן נישט ביים טוהן למעשה צו אפשטעלן די מגפה.


זעהט אויס אז עס איז דא איין למעשה און דאס איז וואס דו האלטסט דייקא, און אויב האלט מען אנדערש מאכט נישט אויס די סוסקסעס ראטע פון יענעם.

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:22 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט באקומען אין די מעיל א שיינע טשעק פון רש"י רעכניץ, צוגעשריבן [אין ענגליש]: איר האט מיר נאך דאס מערסטע גוט ארויסגעהאט, א גרויסן דאנק!

עס בלייבט מיר נאר איבער צו פארשטיין, וויאזוי ער איז געוואויר געווארן ווער איך בין? איי געס אז אויף א גביר פרעגט מען נישט קיין קשיות...

אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:41 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
ער האט מיך אנגעריפן, אין זיך אינטערסירט,
את חטאי אני מזכיר..
כ׳האב מקודם נישט געהאלטן ביים מגלה זיין, מחמת די הרבה ׳גילי תקנות׳
אבער נאך שטארקע הפצרות, האב איך זיך געבראכן ...

יעצט בלייבט דיך נאר צי ווינדערן, פין וואנען ווייס איך ווער אדנירם איז...
ני ׳ דעס איז שוין נישט אזא גרויסע קשיא...

Re: אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
באמת רעדט שש נישט צו דער זאך, אבער פאר געלט האט ער געמעגט. איך בין א גרעסער עושר ווי שש, און איך דארף נישט זיין נישטיגע פאר הונדרעטער'ס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 9:47 pm
דורך ירא שמים
נו פון וויפיל רעדט זיך עס, פאר די רייט פרייס שרייב איך אויך אן ארטיקל פאר אים!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 11:28 pm
דורך ירח בן יומו
און וויפילל האט [tag]הרב סאלאווייציק[/tag] באקומען כדי ער זאל זיך ברעכן און ארויסגעבען ווער [tag]שש[/tag] איז?

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 12:27 am
דורך קאצקע ציקער
ירא שמים האט געשריבן:נו פון וויפיל רעדט זיך עס, פאר די רייט פרייס שרייב איך אויך אן ארטיקל פאר אים!

יעצט איז שוין טו לעיט... יעצט איז שוין נישט קיין קונץ נאכדעם וואס דו ווייסט אז ער טיילט געלט

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 1:21 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:באמת רעדט שש נישט צו דער זאך, אבער פאר געלט האט ער געמעגט. איך בין א גרעסער עושר ווי שש, און איך דארף נישט זיין נישטיגע פאר הונדרעטער'ס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נו.. פאר געלט קען מען שוין אננעמען די קינדער אין די מוסדות אויך...

Re: אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:33 am
דורך קל וחומר
הרב שש, אפשר זאגסטע מיר ווער דו ביסט, כ'וויל אויך שיקן א טשעק.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 2:50 pm
דורך [NAMELESS]
זיסע חלומות, איינער מיינט טאקע אז כ'האב באקומען א פיאסטער פון אים, צו אפילו נאר א בריוו?!...

אזויפיל יא, כ'וואלט זיך שטארק געפרייט צו הערן אז ער האט כאטש געליינט דעם ארטיקל. זאל ער וויסן אז עס זענען נאך פארבליבן א היבשע פאר אידן וואס פארנעמען נישט די שקר און גאוה מיט וואס מענטשן פארווישן הימל שרייענדע עוולות.

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 2:59 pm
דורך ירח בן יומו
אדנירם האט געשריבן:זיסע חלומות, איינער מיינט טאקע אז כ'האב באקומען א פיאסטער פון אים, צו אפילו נאר א בריוו?!...

אזויפיל יא, כ'וואלט זיך שטארק געפרייט צו הערן אז ער האט כאטש געליינט דעם ארטיקל. זאל ער וויסן אז עס זענען נאך פארבליבן א היבשע פאר אידן וואס פארנעמען נישט די שקר און גאוה מיט וואס מענטשן פארווישן הימל שרייענדע עוולות.

יעצט איז שוין צו שפעט. די FBI וועט דיר שוין אויסזוכן וועלכע שווארצט ביזניס האסטו געטון מיט אים.

Re: אשריך ר' שלמה יהודה רעכניץ, אשריך!

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 3:38 pm
דורך קל וחומר
זיסע חלומות, איינער מיינט טאקע אז איינער האט געמיינט אז איינער האט איינעם געשיקט א טשעק?!...

אמאל שרייבט מען הומור אהן די דריי פינטעלעך צום סוף כדי ס'זאל געבן א בעסערן אפקלאנג...

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:45 pm
דורך קאצקע ציקער
הרב שש דו מיינסט טאקע איינער האט געמיינט ...?

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:32 pm
דורך [NAMELESS]
להסיר לזוז שפתיים, נאך צוויי ניקס וואס פרעגן, מוז איך ענטפערן: יא, גראדע גאר א חשוב'ע ניק האט מיר געפרעגט אין אישי קעסטל אויב כ'מיין עס ערנסט אז שי"ר האט מיר געשיקט א טשעק. כדי ס'זאלן זיך נישט פארמערן די מסתפקים, האב איך מחליט געווען מודיע צו זיין דעם אמת...

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 11:35 pm
דורך געוואלדיג
אאוטש, וואו איז מיין שכל געווען, איך וואלט געטראגן מיט שטאלץ דעם טיטל פון שש, "גאר א חשוב'ע ניק" אפילו פאר די פרייז פון אזא טעות :אזוי: :אזוי: