די חידוש פון ר' שלמה יודא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1376 מאל

די חידוש פון ר' שלמה יודא

שליחה דורך בן אדם »

מיר - סיסטעם אריינגעזעצטע - זענען גאנץ בוואוסטזיניג אז צופיל איז נישטא וואס צו טון. מיר זענען ארומגענומען מיט די רבנים לייבן און מיט די שרעקעדיגע גבירים בערן, יעדער חסידישער גביר אלל אויווער ברוקלין אין מאנסי וויל נאר ווייזן ווי מער פרומער זיי זענען, וויפיל נאך פארטיי'אישער בנינים מ'קען הויעך ארויפציען. און ס'איז זייער אן אפטער ערשיינונג אז ווען א יחיד - א נצרך ר"ל - וועט אנקומען צום גביר און שטוב, וועט די גביר נישט ארויסנעמען דאס ערשטע דאלער פאר ער איז בודק די ציצית און די סייז קאפל פון דעם צרה באטראפענער...

פארפאלן, אזוי גייט דאס און נישט דא וואס צו טון. די גבירים זוכען נאר די אינטענטשען פון די גדולי מנהיגי האומה, און זיי וועלן שטיצן א יעדער זאך וואס פאלט נאר איין פאר זיי, פון כינוסי כלל ישראל'ס ביז כוס של אליהו'ס מיט אלע תקנות אינצעווישן (ביז זייער אייגענע שטוב שטייצעך). ס'טוט זייער וויי אז אפילו אזא צדיק נשגב ווי ר' הערשל שרייבער טאנצט אויך מיט אויף דעם וואגאן כידוע ואאפ"ל.

אט דא קומט אריין די חידוש פון ר' שלמה יודא. ער איז דא דער נחשון! ער האט אוועקגעלייגט די כבוד חשבונות אין די זייט און ער איז ארויסגעקומען מיט'ן אמת לאמתו! ער איז נישט געלאפן מיט'ן שטראם, ער איז געלאפן אקעגען דעם שטראם. נאר וויבאלד ער איז 'דער ערשטער' נאך לאנגע יארן, פארדעם איז יעצט פארנומען זיך ספראווענען מיט דעם ביז ער האט שוין אפי' זיך געדארפט אנטשולדיגן. אבער די מעשה איז געטון געווארן אין דער מעסעדזש איז ארויף אויפ'ן אויבער פלאך, נאר ס'נאך די ערשטע מאל וואס יענע חברה טעיסטן די פעפער און פארדעם ווארפן זיי טענטרום'ס. ס'דארף נעמען אביסל צייט ביז זיי וועלן זיך צוגעוויינען צו די נייע ריאלעטי וואס גייט אי"ה טוישן דאס ביז יעצטיגע מהלך, און אפי' צוביסלעך אבער די זעלבע וועט עס שוין יעצט נישט זיין. די דרשה וועט נישט אזוי שנעל אויספליען פון די אויערען.

רבי שלמה יודא איז טאקע נאר איינער דערווייל און האט אויך נישט אדרעסירט אנדערע פראבלעמען וואס איז מעשה ידי העסקנים בנשיאות הרבנים, אבער ס'איז דאך צום האפן אז די אייז וואס האט זיך אנגעהויבן ברעכען וועט עס טון מער און מער ביז ס'וועט מקוים ווערן וואס שטייט אין פסוק ומלאה הארץ דעה את ה'. אמן.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר