בלאט 1 פון 2

וויפיל פורים געלט פאר'ן מלמד/טיטשער?

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 6:40 pm
דורך שרגא
איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען דא מאכן א סורוועי, אבער רופט אייך אן "מעניועל": וויפיל געלט געסטו פאר די רבי'ס, טיטשערס, מגידי שיעור? ווענדט זיך וועלכע קלאס? און צי געסטו אויך פאר דעם באס רבי און דער באס דרייווער?

Re: וויפיל פורים געלט פאר'ן מלמד/טיטשער?

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
איך געב געווענטליך פאר א רבי 50, און א באס דרייווער 25.

Re: וויפיל פורים געלט פאר'ן מלמד/טיטשער?

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:59 pm
דורך דולה ומשקה
דאס איז א שווערע שאלה, דאס איז תלוי ווי א שווער קינד דער מדובר איז, ווי שטארק דארף זיך דער מלמד אפגעבען מיט איהם. והשנית פארשטייט זיך ווי טיף אריין אין אייער קעשענע קען אייער האנט דערגרייכען. איז אזוי, די פראגע איז ווי אזוי טוט דער המון עם?

באס דרייווער $10
באס מלמד $10
מלמד $50 ספעציעלע קינד $75-100
טיטשער (אינגעל) $25
טיטשער (מיידעל) $15 היות דארט איז דא מערערע טיטשערס

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 3:43 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך האב געגעבן טשעקס פאר פיר באס טיטשערס. איטליכע פון צעהן דאללער. איינס איז נאך נישט דעפאזיטעד געווארן.

מיינט דאס אז יענער האלט אז מען האט איר געגעבן צו ווייניג?

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 3:46 pm
דורך שמואל הלוי
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איך האב געגעבן טשעקס פאר פיר באס טיטשערס. איטליכע פון צעהן דאללער. איינס איז נאך נישט דעפאזיטעד געווארן.

מיינט דאס אז יענער האלט אז מען האט איר געגעבן צו ווייניג?

מוז נישט זיין, די טשעק דרייט זיך מסתמא ארום פון מעכיל צו רעכיל, ביז ס'וועט ענדגילטיג אנקומען אין באנק.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 4:45 pm
דורך לעמיל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איך האב געגעבן טשעקס פאר פיר באס טיטשערס. איטליכע פון צעהן דאללער. איינס איז נאך נישט דעפאזיטעד געווארן.

מיינט דאס אז יענער האלט אז מען האט איר געגעבן צו ווייניג?

נאך פון פורים???? אדער שבועות געלט?

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 5:04 pm
דורך אבי גערעדט
ראשעקאל האט געשריבן:איך געב געווענטליך פאר א רבי 50, און א באס דרייווער 25.


שיינסט צו זיין אביסל פארמעגליך, אדער האסטו נאכנישט קיין גרויס געזינדל,

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 6:17 pm
דורך ידען
אבי גערעדט האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איך געב געווענטליך פאר א רבי 50, און א באס דרייווער 25.


שיינסט צו זיין אביסל פארמעגליך, אדער האסטו נאכנישט קיין גרויס געזינדל,

איך האלט אז מע דארף גוט טיפן, און 50 פאר א מלמד איז בכלל נישט א סאך. אויזער אויב מע געט יעדע חודש...

פאר א באס דרייווער איין אדער צוויי מאל א יאר איז 25 גארנישט. א חבר א באס דרייווער דערציילט מיר אז average (אידיש?) באקומט ער חנוכה 50 און קיינמאל נישט אונטער 20 30 דאלער. נניין סע נישט מיין קינדס באס דרייווער...

א כלל גדול איז דא אז מע שמירט די רעדער פארט עס, און ווען איך האב גענומען טיפן די מלמדים גאר גוט און סאך סאך מער ווי 50 פאר חנוכה, האב איך פונקט אנגעהויבן צו באקומען קאלס מיט גוטע גריסן און ביי פראבלעמען האט מען שנעלער גענומען care.

אודאי דארפן מלמדים טוהן די זעלבע ביי יעדע קינד אבער ביי די פילע קלאסעם וואס סע דא היינט איז זיייער זייער שווער.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 6:18 pm
דורך ידען
איך ווארט אז די מלמדים און באס דרייוועס זאלן מיך לייקען יעצט ;)

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:15 pm
דורך חייםהערש
יעצט זומער האבען א חלק פון מיינט קינדער אנדערע רבי'ס ווי א גאנץ יאר, און אלע מיידלעך האבען אנדערע סטעף ווי אויך האבען די קעמפער'ס קאונסלער'ס און מדריכים
איז דא בערך א ממוצע וואס דער עולם צאלט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:22 am
דורך אשכנ
מיט עטליכע קינדער קע"ה קען די טיפען אויסקומען גאר א גרויסע סכום, הלוואי וואלט איך דאס אריינגעלייגט אין דעם זוממער בודשעט...

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:44 pm
דורך לעמיל
למעשה וויפיל געלט געט איר פארען מלמד/טיטשער?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:58 pm
דורך יואליש
מיין זון'ס מלמד באקומט ר"ח געלט ממילא איז געווענליך די פורים טיפ בלויז 50. די ענגליש טיטשער זיינער וואלט ווען געפאסט ער זאל "מיך" טיפן פאר צער און בושת און פארן צולערנען מיט מיין אינגל ווען ער קומט אהיים.

מיין טאכטער'ס טיטשערס באקומען נישט קיין ר"ח געלט ממילא איז די פורים טיפ מער, בערך הונדערט איטליכע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:19 am
דורך דולה ומשקה
א טיטשער דארף מען טיפן?
אז איך ברענג משלוח מנות צום מלמד קומט שוין מיט א טיפ, אבער וווער ברענגט משלוח מנות צום טיטשער?
משלוח מנות צום רבי'ן דארף זיך אויפהערען, מ'ברענגט דאס פאר פורים ושלום על ישראל, האלב פורים שלעפ איך זיך ארום צו די מלמדים.
א אנטשעפענישט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:42 am
דורך ברסלבער
פארוואס זאל מען נישט טיפן א טיטשטער? אויב זי לייגט אריין כוחות, קומט איר נישט א טיפ?
איין פראבלעם איז דא אז ביי די יונגלעך האט יעדער איין מלמד, און ביי די מיידלעך האט יעדע מיידל צוויי דריי טיטשטער'ס, אבער איך פרוביר צו שיקן פאר יעדן כאטש אביסל מיט א שטיקל פאעם אין די זייט (איך קען דאך שוין פאעזיע היינט צוטאג'ס..), צו ארויס ווייזן הכרת הטוב, אסאך מאל איז די גוט ווארט מער ווערט פון די געלט.

וועגן משלוח מנות איז דאך שוין היינט א סאפיסיקירטע וועלט, מען מאכט א פורים טאג אין חדר און אין סקול, און דעמאלט'ס שיקט מען די משלוח מנות פאר די מלמדים/טיטשער'ס (מיט די טיפ'ס שטייצעך), שוין געענדיגט מיט די אמאליגע צייט ווען מען האט זיך געדארפט ארום שלעפן פורים, אכשר דרא.

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:06 pm
דורך [NAMELESS]
איך פראביר צו שיקן פאר די מלמדים אדער טישטערס א שיינע טיפ נישט נאר פורים, נאר אפילו נאכדעם וואס מיין צדיק אדער צדיקת האט געקענט א שווערע טעסט. עס קומט זיך זיי.

אגב, הרב אלישיב האט געהאלטן אז עס קעגן די הלכה צוליב שוחד.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:43 am
דורך טעפל
אינטערסאנט כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם, אבער וואס איז די גרויסע פראבלעם פון דעם שוחד? אז ער גייט נישט אנרייסן דיין זוהן ווי ס'דארף צו זיין??

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:14 am
דורך [NAMELESS]
ווען מיין קינד גייט טענה׳ן אז א צווייטע קינד (וועלכע טיפט נישט) האט אים געשלאגן, און עס גייט זיין א וואך נאך פורים, און איך האב אזוי אין פורים אריינגעריקט פארן מלמד אזוי ביני ובינך 200 דאלער. פארוועם גייט ער זיך אננעמען??

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:17 am
דורך לעמיל
ממי_שאמרו דו געבסט 200$ דאלער פאר א מלמד?? איך האב געמיינט אז 100 איז איבער גענוג

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:24 am
דורך [NAMELESS]
געגעבן א דוגמה. דאס איז פארוואס ער אסר׳ט דאס געבן טיפס. בדרך אגב, איך האב איינמאהל געגעבן אזא סכום פאר א מלמד סוף יאר, נאכדעם וואס ער האט זיך אוועק געגעבן פאר מיין צדיק עפעס שלא כדרך הטבע

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:27 am
דורך טעפל
דאס איז שוין ריכטיגע חסד של אמת, ער קען שוין נישט צוריק צאלן..

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:28 am
דורך לעמיל
דעס איז זייער שיין פון דיר, דעס איז הכרת הטוב!

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:29 am
דורך [NAMELESS]
ער קען יא, ער קען גיין צום נעקסטן מלמד און זאגן; זעהסט דעם שאמרו אין דיין קלאס, זיין טאטע גיבט סוף יאר א גוטע טיפ פאר ווער עס איז גוט צו אים...