סאלוציע פאר שעדליכע טעלעפאון געזוכט
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 8:30 pm
איך זוך אינפארמאציע אויב עס איז מעגליך צו באקומען א טעלעפאון וואס לאזט נישט הערן און נישט רעדן. איך פארשטיי אז ס'איז מסתמא אוממעגליך צו פארמאגן אזוינס, ווארום יעדע טעלעפאון האט א ספיקער אויבן און א מייק אונטן.
די סיבה צו מיין שאלה איז רוחניות און גשמיות!
רוחניות: מיין סמארט פאון איז טאקע געבלאקט מיט דריי פילטערס, אבער א חבר איז מיר מעורר אז מ'קען דורך מיין פאון רעדן און הערן לשון הרע רכילות און ניבול פה, און משומר אדער גדר קען דאס נישט בלאקן. ווי צו בעשטעטיגן זיינע ווערטער האט מיר פונקט א מינוט דערנאך איינער אריינגעקאלט און אנגעהויבן רעדן רכילות, וואס שטייט אין ספרי קודש אויף הולכי רכיל אז דאס איז דאס ערגסטע.
ווען איך גיי אין ביהמ"ד וויל איך נישט ארויסנעמען מיין פאון אפילו אין האל אדער סיי ווי אין בנין, משום והייתם נקיים. מענטשן זען מיר האלטן דעם טעלעפאון צום אויער ווער ווייסט אפשר טראכטן זיי אז איינער רעדט צו מיר לשון הרע? זיבן לאוין אין איין שאס!
אבער איך וויל דאך קענען האבן מיין שיינע לוח עפפ מיט קול הלשון עפפ אין די זעלבע צייט, ממילא מוז איך האבן דעם סמארט פאון.
גשמיות: אז מ'קען נישט רעדן און נישט הערן וועט דער בעטערי האלטן סך לענגער.
סתם אפשטעלן דעם פלאן איז מיר אויך נישט אן אפשין ווייל דאן וועל איך מוזן צאלן פולע פרייז פארן פאון וואס גייט ביז ארום $700.
קען מיר איינער העלפן מיט אינפארמאציע?