בלאט 1 פון 1

אינטערעסאנטע פערזאנען און בלעטער אויף פעיסבוק

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 5:11 pm
דורך הוגה
[justify]איך האב מיך היינט אנגעשטויסן אין אן אינטערעסאנטע ארטיקל מיט די פאלגענדע קעפל. "10 החרדים ששווה לעקוב אחריהם בפייסבוק". דער פארפאסער פון די ליסטע ברענגט אראפ צען מענטשן וואס לדעתו איז אינטערעסאנט נאכצופאלגן אויף פעיסבוק און ביי א יעדע איינער איז ער מסביר פארוואס ער האלט אזוי. איך האב געטראכט אז עס וואלט געווען אינטערעסאנט אז די חברי הק"ש זאלן מאכן אן אייגענע ליסטע, א יעדער איינער זאל שרייבן וועלכע אינטערעסאנטע פיגורן און פעיסבוק בלעטער וואס זיי פאלגן נאך. מען זאל שרייבן א נאמען צוזאמען מיט א לינק און דערנאך זאל מען שרייבן אפאר ווערטער וועגן דער פיגור אדער בלאט. ובזה החלי.

עמיר פריימן
Amir Freiman
שרייבט איבער ספיריטואליטעט, חינוך און אביסל פילאזאפיע.

פרעד מעקדאוועל
ער האט אנגעהויבן יארן צוריק מיט א בלאג און היינט איז ער כמעט נאר אויף פעיסבוק. דער איז כמעיין המתגבר מיט עטליכע חידושים א יעדע איינציגסטע טאג פון אלטע היסטארישע צייטונג שטיקלעך אדער אינטערעסאנטע ספרים וכדומה. אויך זענען דא אינטערעסאנטע געשפרעכן אויף זיין בלאט בענינים העומדים על הפרק. [tag]המלוכה והממשלה[/tag] האט אמאל אנגעהויבן אריבערצוברענגן זיינע געפינסן דא קיין ק"ש.

ישראל גרינהויז
א געוועזענע גור'ער חסיד, האט אפגעלאזט חרדיזם און געווארן אן ערליכע איד. ער שרייבט בעיקר בענינים העומדים על הפרק פון אן אינטערעסאנטע קוק-ווינקל, ער האט א גאלדענע פעדער. (ער האט געשפילט אויף דער סדרת שטיסל.)

ר' מוטה פראנק שליט"א
ער איז דארט מפרסם זיינע שיעורים אדער אנדערע ענינים באמונה ווי אויך לפעמים בענינים העומדים על הפרק אדער בילדער.

די קלויז
דער בלאט פון די חבורה וואס פלעגן דאווענען אין די קלויז אין מאנסי. מפרסם בעיקר די טאדעי קליפס פון ר' שמעון סעמפ.

ר' זלמן שעכטער ז"ל
זייט זיין פטירה ווערט עס נישט אפדעיטעד צו אפט.

שאול קרויזר
א ירושלימער לץ וואס וואוינט (דאכציך) היינט אין בני ברק. ער פאוסט אינטערעסאנטע פאוסטס און קליפס (ער שפילט דערין גאנץ אפט) בענינים הנוגעים דער פרומע לעבנסשטייגער אין ארץ ישראל.

Humans of New York
ברענדאן סטענטאן פאבליצירט דארט זיינע בילדער וואס ער כאפט בעיקר אין נו יארק, לעצטענס קומען די בילדער מיט א שטיקל דיסקריפציע. א גוטע חבר האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף HONY אז עס איז נישט דא קיין בעסערע מוסר ספר דערפון.

שטיסל
אלעס בנוגע דער סדרת שטיסל.

929 תנ"ך ביחד
בילדער, ארטיקלן און פרשנות אויף דער לימוד התנ"ך יומי וואס איז מיוסד געווארן דורך הרב בני לאו.

מאוזעאיק מאגאזין
א געוואלדיגע אנליין מאגאזין וואס טוען פאבלישען און ברענגן צו ארטיקלן איבער תורה, אידישע היסטאריע און פאליטיק.

ר' עמיחי לאו
דער לעב-שול ראביי. ער האט אינטערעסאנטע געדאנקן און ברענגט אינטערעסאנטע ארטיקלן בענינים העומדים על הפרק.

תומר פרסיקו
א פרומע פראפעסער, רעדנער און שרייבער בעיקר בעניני דתות און אויך אביסל אין פילעזאפיע.

שעראן סאלזבערג
א וועלט בארימטע שרייבער און מעדיטאציע גורו. שרייבט איבער מיינדפולנעס מעדיטאציע.


.[/justify]

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 7:50 pm
דורך הוגה
כ'האב געמיינט אז ס'דא נאך אידן אויסער מיר אויף פעיסבוק. :?

Re: אינטערעסאנטע פערזאנען און בלעטער אויף פעיסבוק

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 11:25 pm
דורך שמערל
זיי פלעגן פאלאוען ברענדע טערטל, זייט זי איז אראפ האבן זיי מער נישט פעיסבוק...

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 1:18 am
דורך [NAMELESS]
דער ארטיקל דארטן האט אויך א "למה לא" פארוואס ס'זענען דא וואס וואלטן זיי דוקא נישט געפאלאוט, אפשר איז כדאי דאס אויך צו שרייבן ביי דיין ליסטע. צום ביישפיל עמיחי לאו שטעכט מיר אביסל זיין התרסה דא און דארט נגד ההלכה און קעגן ארטאדאקסישן אידנטום.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 12:51 pm
דורך הוגה
[justify]אסתר פערל
זי שרייבט און האלט דרשות בנושאי שלום בית מיט א געוואלדיגע שכל הישר און אינטערעסאנטקייט. זי האט שוין געהאלטן עטליכע דרשות אויף טעד.קאם. דא אויף איר פעיסבוק בלאט שרייבט זי קורצע ענינים ודברי חיזוק בהנ"ל.


.[/justify]

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2018 4:35 pm
דורך פרייוויליג
מיך אנגעשטויסן אין נאך א שיעור פון אסתר פערל. שפתיים ינשק. איבער די נושא פון אינפידעליטי, ליבאשאפט, און רילעשענשיפס.

https://www.youtube.com/watch?v=P2AUat93a8Q