פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:30 pm
אין ליכט פון [tag]קל וחומר[/tag]'ס אשכול בשם 'פארוואס...???', האב איך דאס אפגעשריבן, ונתארכה לכדי אשכול מיוחד.
----------------
פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
פארוואס צובראכן שטיינער פעלזער,
אויפן היינטיגן בעלזער,
ווען עס קומט גארנישט צו צום נעימה,
פון שרייען 'עפרא לפומא'.
פארוואס געווען אזויפיל שלעגער און שחט'ער,
צו הרג'ענען ר' מענדל וועכטער,
פון צוליב אט דעם פוסטקייט טעראר און קוויטש,
זענען די קינדער אנטלאפן קיין ליובאוויטש.
פארוואס זענען געווען אזויפיל דערווערגער,
צו פייניגן דעם אלטן קלויזנבורגער,
ווען דער מעלה פון א מויל וואס שטעכט,
האט דער פעטער פארמאגט פונקט אזוי מיט רעכט.
פארוואס געמאכט דעם ליובאוויטשער פאר יאשקע,
און געמאכט א בלבול פון הויזן אויף חי' מושקא,
ווען צוליב דעם האבן זיי זייערע קינדער אנגעוואוירן,
וואס הערנדיג דעם אמת זענען זיי חב"ד'סקע געווארן.
פארוואס זיך אויפגעפירט אזוי שווער,
צום אלטן קאלאראשער צדיק פון סקווער,
וויבאלד ער האט זיך נישט 'אונטערגעווארפן' ווי אלע,
צום שר התורה און בי"ד של מעלה.
פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
פארוואס פארוואנדלט אלס 'שוטים' א גרופע,
ערליכע אידן וואס האבן זיך געדרייט אין פאפא,
ווען ער האט שוין יא פארשטאנען קלאר,
און זיך יא אונטערגעווארפן צום טעראר.
פארוואס געשריגן שייגעץ פון גרויס ביז קליין,
אויפן פוסק הדור רבי משה פיינשטיין,
ווען מ'זעט זיין גאונות וצדקות אין אגרות משה,
נאך אזויפיל ווי אין ויואל משה.
פארוואס פון רבי אהרן קאטלער געטריבן ליצנות,
געמאכט פון יראים ושלמים חורבנות,
ווען זייערע פירות זענען שענער געבליבן,
ווי די וואס האבן פון זיי ליצנות געטריבן.
פארוואס האבן זיי פארטונקלט די שיין,
פון יעדע רב וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן,
און הרצחת גם ירשת פון די וואס האבן געוואלט לעבן,
געזאגט 'קוק וויפיל זענען געגאנגען מיטן רבי'ן'.
פארוואס נישט געצאלט קיין טאלער,
פארן שפאלטן דעם קאפ פון ר' אביש'ל קראלער,
און דער רבי האט געקענט זאגן 'אהרן טעה בעגל',
אבער א רשע גאר געמאכט פון ר' שלום פויגל.
פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
פארוואס צו ממית'ן דעם קלויזנבורגער איז געווען בהיתר,
וויבאלד ער האט גערעדט אויפן פעטער,
ווען דער קרית יואל'ער האט אויף זיין פעטער גערעדט,
און נישט געשאלעוועט קיין ליצנות אדער שפעט.
פארוואס זענען פארוואנדלט געווארן - עמיראצים בתורת משה,
אלס גאונים - פארן האלטן ווי דער שיטה הקדושה,
און תורה ריזן זענען געווארן חיות אין שטאל,
פארן זיין 'ברכיים אשר כרעו לבעל'.
פארוואס מעג מען נאכשרייען, שלאגן, און מאכן חרוב,
דער וואס פארלאזט זיך אויף זיינע רבנים שהתירו את העירוב,
און עס געדענקט זיך נאך אמבעסטלעך,
ר' הילל וויינבערגער'ס 'בהמות' און 'מילך קעסטלעך'.
פארוואס בלי צדק ובלי חקר,
האט מען פארוואנדלט אלס שלשה רועי בקר,
רבנים וואס האבן זיך דערוואגט א ד"ת אנצונעמען,
וויבאלד ביי די נתבעים איז דער קרית יואל'ער געווען פון די נעמען.
פארוואס געמעגט רודפ'ן און דערקוטשן
דעם ניקלשבורגן ר' מעכעלע לעבאוויטש'ן,
און א טעראר האט געקרוינט מיט הצלחה,
נאר דורכן חרוב מאכן זיין משפחה.
פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
פארוואס געשריגן 'ציוני' אויפן גאון וצדיק דער ערלויער,
נישט הערנדיג זיינע ווערטער מיט א גאנצע אויער,
פארוואס אדורך אן קיין עונש נאר פטור בלא כלום,
דער בלוט צאפער פונעם קנאי'שער צדיק ר' רפאל בלום.
פארוואס קען א רבי זאגן קוק און זע,
וויאזוי עס האט אויסגעזען דער מוטער פון הרב ממאנטיווידעא,
און ער פארבלייבט א רועה לעדתו
שרייענדיג עמלק אויף א חושב רעתו.
פארוואס מעג מען מבאיש זיין דעם גערוך,
זאגאר פון אן אייגענעם - ר' משה שטערנבוך,
און פארוואס מעג מען אויסארבעטן א גאנצע פלאן,
וויאזוי צו מאכן פאר אן אפיקורס הגראי"ל שטיינמאן.
פארוואס געגעבן אן עליה פארן ערשטן מסרב לדין,
און שפעטער האבן אזוי געטון די אייגענע זיהן,
און פארוואס געמעגט זיין מוציא לעז,
און פארוואס געמאכט לאנגע שארט קאטס אלס זיין שפייז.
פארוואס איז מיין ליסטע געווען אזוי לאנג,
וויפיל אידן מ'האט געמעגט טון באנג,
פארוואס האט קיינער נישט געפרעגט 'פארוואס?!',
פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!!!