ס'פורים סיפורים!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2823 מאל

ס'פורים סיפורים!

שליחה דורך קל וחומר »

-פארווארט; לכתחילה איז רעקאמענדירט צו אפליינען די פאלגענדע שורות מיט א הייסן קאווע מיט טשאקלעד אין די זייט, בשעת הדחק (אלו הבנים כמה שנאמר הבה נת'חכ'מה לו וסמיך ליה ובני ישראל פרו וישרצו וירבו דבר אחר כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו) קען מען אויך יוצא זיין מיט א פשוטער קאצקע צוקער (כ'האב עס אויסגעארבעט מיט א מו"ץ (ס"א פו"ץ)), אין א פאל וואס דער ליינער ליידט אויף צוקער, דארף ער עס נישט מאכן פאר קיין עיקר, אבער טאמער ביסטו סתם פליישיג, זאלסטו דיך א טובה טוהן און ווארטן זעקס שעה-

געווען איז עס אום א לייכט-גרויע מיטוואך, כ'בין קוים ארויס פון שטוב ווען כ'באמערק ווי א אינגערמאן שטייט אזוי אין גאס אינגאנצן פארטראכט מיט'ן סמארטפאון אין די האנט און די אויגן זיינע זענען ווי צוגענאגלט צום סקרין, ער שפירט אפילו נישט די ביטערע פראסטיגע ווינטן וואס פראסקען אריין אין די פרצופי עוברי דרכים, זיין גראבן פינגער האלב געפרוירן איז מרחף בערך כשליש טפח העכער'ן פאון, מיט'ן אנדערן האנט קראצט ער די שטערן ווען אן ערענסטע מינע איז אויסגעשפרייט אויפן געזיכט, מיט נאך א האנט קניפט ער דעם בערדעלע אזוי געמיטלעך, קיינער האט נישט קיין ספק אז דער אינגערמאן האט דא עפעס גאר שווער שוקל צו זיין, 'הלוואי ווען כ'וואלט געגאנגען צו 'פראדאקטיוו' וואלטעך אים שוין לאנג געאפערט מיין גוטסקייט-קאנפידענס געמישעכץ' טראכט יעדער פארבייגייער מיט אנגסט, למעשה נעמט דער אינגערמאן גאר שטייטע טריט, מ'זעהט אז ס'רעדט זיך דא פון א גאר זעלטן אדורכגעטראכטער פארשוין וואס האלט אצינד ביי איינע פון זיינע גאר קאמפליצירטע החלטות אין לעבן וואס פאדערט א ריזן מאס מחשבה, א קיצור, צו מאכן א קורצע מעשה לאנג, דער אינגערמאן איז געווען אזוי אריינגעטיעפט אין זיין דילעמע, אז ער האט אפילו נישט באמערקט ווי א טרעפיק פאליס האט זיך נארוואס אפגעשטעלט גלייך פארנט פון אים, נאך אפאר מינוט ווען ער האט שוין ענדליך באמערקט וואס דא קומט פאר, האט ער זיך געכאפט אז ער דרייווט בכלל נישט, ניטאמאל קיין פערמיט פארמאגט ער, אפאטעמענדיג פונעם נארוואסיגן אפענע נס, גייט ער צוריק צום עבודה מיטן גאנצע רמ"ח ושס"ה פולי פאוקעסד ב"ה, ער שאקלט די קאפ זייער פאמעליך ווי צו ארויסברענגן איין צד פונעם מטבע, גלייך דערנאך ווערט ער ווי צומישט און כאפט זיך אז די אנדערע צד איז גארנישט קיין קטלא קניא, ווען פלוצלינג געט זיך אלס א האסטיגן שטעל אפ, א שטרויך לויפט אדורך זיינע געדערים, א ראט נישט מער געדאכט איז נארוואס ארויסגעשפרינגען פונעם גארביטש קען אזוי ווילדערהייט אהן פרעגן אפילו איין פארבייגייער פאר רשות קפיצה! דעם אינגערמאן'ס פאון איז כמעט ארויסגעפלויגן פון זיין האנט מרוב יראת חולדאים, ס'וויל זיך ווי פון זיך אליין ארויסשרייען בקול מוחים 'נו, בל תשקצו!!!' אבער די לעצטע רגע כאפט ער זיך אז, העי, גיי לערען מיט א ראט תוספות יו"ט, חוץ מזה טראכט ער קען עס אפשר אריינגיין בגדר לא תונו, אבער אויף דעם קומט ער שוין ווי א ת"ח און גיבט א מאך מיט'ן האנט מיט ביטול, נע, בעושה מעשי עמך הכתוב מדבר. ער וויל שוין גיין אריינגעבן א תביעה אין בי"ד קעגן דעם ראט פארן צוברעכן זיין פאון, ווען ער כאפט זיך אז למעשה איז זיין פאון נאר 'כמעט' אראפגעפאלן, צו דערצו טראכט ער אז למעשה טאמער וועט דער ראט נעמען א גוטן 'טוען' קען ער אים טענה'ן אז ער איז נאר געווען א 'גרמא' טא, וואס לוינט מיר דאס גאנץ געשעפט.

ס'גייט אריבער אפאר מינוט והנה אביו בא מן השדה, זיין טאטע באמערקט דאס קינד פונדערווייטענס, ער קען נישט גלייבן די סצענע וואס זיינע אויגן זעהען, זיין זוהן איז קוים חתונה געהאט אפאר חדשים, ניטאמאל ווארט ער א קינד (עכ"פ ער רעדט זיך איין אז 'מאמי' האט נאכנישט באמערקט...), און שוין טראגט ער אזאנע שווערע דאגות, ער ענדיגט שנעל צו דעם טיעפן געניץ וואס ער האט נארוואס אנגעהויבן בקול רם, און מיט שנעלע טריט מאכט ער זיין וועג צום זוהן'ס ד' אמות של דאגה, דער זוהן ווייסט נישט פון קיין צרות, זיין מח ארבעט פיבערהאפטיג אנע אפשטעל קאנצענטרירענדיג זיך אויפן גאר קאמפליצירטע סקרין, באמערקט גארנישט ווי ס'טאטע לויפענדיג צו שנעל האט זיך געגעבן א מיאוס'ן גליטש אויס אויף א פלעסטיק פראפעלער פון א צעבראכענעם דראון, ער האט זיך קוים אנגעהויבן זיך צאמנעמען און ער הייבט שוין אן צו זאגן אמר ר' בנימין וכו' אלס א סגולה צו טרעפן די פעדער וואס איז געפלויגן אפאר אמות מרוב שמחה צוזעענדיג דעם גליטש פון אזא גוטן ענגעל, נאכן געפינען דעם פעדער בשעה טובה ומוצלחת קאלט ער גלייך אריין דעם דבר יום ביומו, לוח הציבור וכו' אריינלייגן א מודעה וואס ליינט זיך: 'אמרתי אמר ר' בנימין ומצאתי תיכף ומיד אע"פ שלא הבטחתי לפרסם גם לרבות שאינני חבר בכולל תהלים שחל להיות בחצות', אחרי ככלות הכל פאנגט ער זיך אהן צוצושארן צו זיין זוהן דעם בעל דאגה מיטן סמארטפאון, ווי נאר די זוהן באמערקט אים כאפט ער אזא מין שאק אז ער ווערט ווי פארגליווערט אויפן ארט, דער פאטער כאפט א בליק אויפן זוהן'ס סעלפאון ער ווייסט נישט צו ער זאל וויינען אדער קייכן, ער ליינט נישט מער און נישט ווייניגער א תגובה פון אדנירם אויפן הודעה פון שמעקעדיג וואס האט ציטירט פון ונבנתה העיר א הערה אויף געוואלדיג איבער זיין קריטיק אויף רויטע וואנצעס - איין רגע, כ'גיי יעצט דא אויסרעכענען אלע ניקס ווי א משוגענער? נאו וועי! - און זיין פינגער איז העכער'ן 'לייק' אייקאן און ער קען נישט מחליט זיין צו ער זאל יא געבן די לייק אדער נישט...


יעצט וועסטו אודאי פרעגן א מורא'דיגע קשיא, וואס זוכט דער אשכול אין העמק דבר?? די תירוץ איז זייער א פשוט'ע, נעמליך, טאקע מרוב עמקות קושיתך איז העמק דבר די געאייגענטסטע פלאץ דערפאר.

כ'גיי זיך נישט ביליג מאכן דא, אבער טאמער כאפסטע אויפן ווינק וואלסטע געמעגט וויסן וואס די מוסר השכל דא איז, מ'מעג אמאל אויך ליינען צווישן די שורות (ס'שאדט נישט פאר שידוכים).

כ'גיי מיך נישט קיין סאך קימערן מיט וואס דו טוסט, 'וועדער יו 'לייק' איט אור נאט'...

צום לעצט וויל איך דיר בעטן א בקשה'לע, מאך ביטע זיכער אז די דאזיגער אשכול זאל זיין צווישן די 'אקטיווע אשכולות' פאר א שיינע פאר ימים, ודי לטיפשאי בפירושא... (בל' סגי נהור פאר ווער ס'איז געטשעפעט געווארן).

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר