אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!

שליחה דורך שבת אחים »

סייענטיסטן פייערן א גרויסע זיג! וואס איז געשעהן? ענדליך נאך הונדערט יאהר איז געפראווט געווארן די טעאריע פון איינשטיין פון גרעיוועיטאושאנעל וועיוועס אין ספעיסטיים! פיזיקער און אסטראנאמענאר זענען אויף מיט די נייעס אז ענדליך ענדליך האט מען עס דיטעקטעט!

אלעס פיין און וואויל, אבער פאר מענטשן וואס זענען נישט פארנומען מיט פיזיקס און אסטראנאמיע און ס'גייט זיי נישט אן וועגן קיין בלעיק האולס און געקראכטע סטארס אין די יוניווערס איז דא מעהר א רעלעוואנטע פראדיקשאן פון איינשטיין אסאך נענטער צו אונז, וואס מ'קען זאגן אז ס'איז אויך מעהר ווייניגער לעצטענס געפראווט געווארן וואס קיינער רעדט נישט פון דעם...

דער חכם מכל אדם אלבערט איינשטיין איז געוועהן א שטארקע סאושעליסט און איז געוועהן אקעגן די היינטיגע אמעריקאנע קאפיטאליזם וואס מעהר ווייניגער האט אלעס צוטוהן מיט "וועם מ'קען", און נישט מיט "וואס מ'קען". מ'זאגט אז איינשטיין האט פרידיקטעט אז אויב קעאפיטאליזם וועט אנגיין פאר נאך 2 הונדערט יאר וועלן רוב מענטשן אין אמעריקא הונגערן. למעשה נאכן זוכן אביסל אויף די נעט האב איך נישט געטראפן קיין שום פארלעסליכע מקור וואס זאל האבן דאקומענטירט פונקטליך די quote פון איינשטיין, און ס'קען טאקע זיין אז ער האט זיך נישט פונקטליך אזוי אויסגעדרוקט און ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, אבער וואס איז זיכער אז ער איז געוועהן א סאושעליסט און געוועהן שטארק קעגן שטייפע אמעריקאנע קאפיטאליזם!

דעס איז פון אלבערט איינשטיינס וויקעפידיע בלאט וואס קוואט איינשטיין:
"I am convinced there is only one way to eliminate these grave evils, namely through the establishment of a socialist economy, accompanied by an educational system which would be oriented toward social goals. In such an economy, the means of production are owned by society itself and are utilized in a planned fashion. A planned economy, which adjusts production to the needs of the community, would distribute the work to be done among all those able to work and would guarantee a livelihood to every man, woman, and child. The education of the individual, in addition to promoting his own innate abilities, would attempt to develop in him a sense of responsibility for his fellow-men in place of the glorification of power and success in our present society."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

מיר ליגט אין קאפ א נייעס פון נישט לאנג צוריק אז עפעס א טעאריע פון איינשטיין האט זיך ארויסגעשטעלט פאלש
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליפא האט געשריבן:מיר ליגט אין קאפ א נייעס פון נישט לאנג צוריק אז עפעס א טעאריע פון איינשטיין האט זיך ארויסגעשטעלט פאלש


און מיר ליגט אין קאפ אז דער בעל ויואל משה האט געזאגט פאר מנחם בגין אז די OU הכשר איז טרייף! :lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אינעם קונטרס ווארט-ביי-ווארט פונעם טעיפ, ביו"ד פון דער קדושת יום טוב, איז געדריקט אז דער בעל ויואל משה האט זיך אויס געדריקט אויף איינשטיין אז ער איז א 'שוטה'.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליפא האט געשריבן:http://mobile.nytimes.com/2015/10/22/science/quantum-theory-experiment-said-to-prove-spooky-interactions.html?_r=0&referer=

איך רעד פון דעם

דאס איז נישט אפגעפרעגט זיין שיטה, נאר איינשטיין האט נישט מסכים געווען אז אויפן קוואנטום לעוועל פירט זיך זאכן אנדערש ווי אינעם זעהבארען וועלט, און דאס איז אויפגעוויזן געווארן אז ער איז נישט גערעכט געווען, אבער זיין עצם שיטה איז געפראווט געווארן איינמאל און נאכאמאל,
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליפא האט געשריבן:http://mobile.nytimes.com/2015/10/22/science/quantum-theory-experiment-said-to-prove-spooky-interactions.html?_r=0&referer=

איך רעד פון דעם



איך מאך נאר א וויץ, ס׳איז בכלל נישט נוגע צי ער איז געוועהן גערעכט צו נישט. קיינער זאגט נישט אז איינשטיין איז גערעכט מיט אלעס ווייל ער איז געוועהן גערעכט מיט אסאך זאכן! נישט דעס איז מיין ארגעמענט בכלל, וואס איך שרייב איז סתם א אבזערוואציע, מענטשען אין אמעריקא מיינען אז אויב איז איינער א סאושליסט איז ער ווייס-איך-וואס! איז אינטערסאנט צו באמערקן ווער נאך פון די קלוגע מענטשען וואס זענען געוועהן סאושליסטין ספעציעל אין די לעצטע אנטוויקלן וואס אמעריקע גייט יעצט דורך וועגן זייערע עקענאמישע פאליסיס און דער אויפשטייג פון בערני סענדארס און סאושליזים אין אמעריקא!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

וואס האט קלוגשאפט אין סייענס, מיט עקאנאמיע, סאציאלאגיע, א.א.וו.? איינשטיין האט געהאט א נערוון בראך ביי די 16, און לויט סאטמאר רב איז ער אפילו געווען א שוטה אין סתם זאכן.

קארל מארקס איז סאך א גרעסערע מאן דאמר דא ווי איינשטיין.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!

שליחה דורך שמערל »

כאגעהערט נאכזאגן (כ'נעם נישט קיין פאראנטוואטליכקייט אויף די קראנטקייט), אז איינשטיין האט געהאלטן אז סאטמארער רב איז געווען א שוטה.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!

שליחה דורך שמערל »

און קארל מארקס איז קלאר געווען א שוטה ער אליין איז קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט א טעאריע וואס זאל אינגאנצן שטימען, זיינע ביכער זענען מלא סתירות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמערל האט געשריבן:כאגעהערט נאכזאגן (כ'נעם נישט קיין פאראנטוואטליכקייט אויף די קראנטקייט), אז איינשטיין האט געהאלטן אז סאטמארער רב איז געווען א שוטה.
נוראות נתפלצתי... :lol:


דעת תורה האט געשריבן:וואס האט קלוגשאפט אין סייענס, מיט עקאנאמיע, סאציאלאגיע, א.א.וו.? איינשטיין האט געהאט א נערוון בראך ביי די 16, און לויט סאטמאר רב איז ער אפילו געווען א שוטה אין סתם זאכן.

קארל מארקס איז סאך א גרעסערע מאן דאמר דא ווי איינשטיין.

טאקע דא שוין געווען א מדובר, אז די וואס ציטירן איינשטיינס דעות בעניני פילוסופיה [בריאת העולם, מציאות ה'] באגייען א נארישקייט מיטן מיינען אז ער האט פארשטאנען דערצו מער ווי סיי וועלכע דורכשניטליכע מענטש וואס האט געליינט/געלערנט אביסל פילאזאפיע.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

דעת תורה האט געשריבן:וואס האט קלוגשאפט אין סייענס, מיט עקאנאמיע, סאציאלאגיע, א.א.וו.? איינשטיין האט געהאט א נערוון בראך ביי די 16, און לויט סאטמאר רב איז ער אפילו געווען א שוטה אין סתם זאכן.

קארל מארקס איז סאך א גרעסערע מאן דאמר דא ווי איינשטיין.

ווייס איך שוין וואס סאטמארער רב, דער author פון ניו יארק טיימס בעסט סעללער "ויואל משה" האט געהאלטן איבער איינשטיינ'ן. און וואס האט ער געהאלטן איבער קארל מארקס?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!

שליחה דורך שמערל »

איינשטיין איז געווען דער קליגסטער מענטש אין די היסטאריע פון מענטשהייט, הכל פנים אויב רעכנט מען לויט חכמה וואס איינער האט אמאל מפרסם געווען, איז ער געווען דער וואס האט געברענגט אויף די וועלט די גרעסטע אויפדעקונגען אין היסטאריע.

צו זאגן אז אזא מענטש האט נישט מער שכל ווי א צווייטן אריינצורעדן אין אנדערע עניינים, איז לדעתי א טפשות עצומה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמערל האט געשריבן:איינשטיין איז געווען דער קליגסטער מענטש אין די היסטאריע פון מענטשהייט, הכל פנים אויב רעכנט מען לויט חכמה וואס איינער האט אמאל מפרסם געווען, איז ער געווען דער וואס האט געברענגט אויף די וועלט די גרעסטע אויפדעקונגען אין היסטאריע.

צו זאגן אז אזא מענטש האט נישט מער שכל ווי א צווייטן אריינצורעדן אין אנדערע עניינים, איז לדעתי א טפשות עצומה.
טאקע אן ערנסטער מחלוקת צווישן דיר, און לעיקוואד [ורוב החברים] וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי דיר.

סתם אזוי, זע איך אויך נישט פארוואס איינער וואס האט שטודירט געוויסע פעלדער - און האט זיך אויסגעצייכנט אין דעם געביט, מוז זיין אן 'אויטאמאטישער' חכם אין יעדן הינזיכט - אפגעזען פון וויפיל ער האט עמטליך אדורכגעטון די אינפארמאציע אין יענע הינזיכטן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!

שליחה דורך שמערל »

איינשטיינ'ס חכמה קומט נישט פון שטודירן. הרבה עשו כן ולא עלתה בידם. ער איז געוועהן א זשיניעס שלא היה כדוגמתו, (פארשטייט זיך חוץ דער ראגאטשווער ) מען קען נאך היינט זעהן אינטערוויוס און בריוון פון אים, קיין נאריש ווארט איז פון אים נישט ארויס. אפשר א פאני פאקס יא.

לעיקוואוד שליט"א האלט אודאי אז ער'ז קלוגער פון איינשטיין, ולא אכניס ראשי להכריע בין שני ההרים האלה...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמערל האט געשריבן:איינשטיין איז געווען דער קליגסטער מענטש אין די היסטאריע פון מענטשהייט, הכל פנים אויב רעכנט מען לויט חכמה וואס איינער האט אמאל מפרסם געווען, איז ער געווען דער וואס האט געברענגט אויף די וועלט די גרעסטע אויפדעקונגען אין היסטאריע.

צו זאגן אז אזא מענטש האט נישט מער שכל ווי א צווייטן אריינצורעדן אין אנדערע עניינים, איז לדעתי א טפשות עצומה.


אין די לעצטע הונדרעט יאהר יא!
מייקל פאראדעי איז לכאורה איבערגעשטיגן איינשטיין און סיי וועמען מיט די גרעסטע אויפדעקענונגן אין היסטארי. אזוי מיין איך. ויש חולקים!

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Michael_Faraday
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בלי ספק אז איינשטיינס חידושם זענען פון די וויכטיגסטע חידושים, אבער כח החידוש מעסט זיך נישט אין די וויכיגקייט נאר אין די חידוש שבו, אין מחדש זיין א נייע איידיע מהלך מחשבה וואס מען איז נישט געוואוינט דערצו, מיט דעם מעסטער ווייס איך נישט ווער עס איז א גרעסערע מחדש איינשטיין צו ניוטון אדער פערעדעי צו גאר די גריכישע פיליזאפן וואס האבן אינטראדוסט די עצם מושג פון לאגיק חשבון וכו',
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

קען זײן אײנשטײן איז געװען א סאשעליסט און האט געהאלטן אז קאפיטיליזם גײט ביז צװײ הונדערט יאר ברענגן א הונגער. "אבער" עס איז נישט די זעלבע אמעריקע פון הונדערט יאר צוריק! עס זענען דא א געװאלד מיט פראגראמען צו העלפן מענטשן און משפחות מיט אלעס פון עסן, עדוקעישן ביז רענט און דירות װאס די "קאפיטיליסטן" שטעלן צו. א מענטש הונדערט יאר צוריק האט טאקע כמעט נישט געהאט גארנישט נאר אויב ער'ט געארבײט.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דעת תורה האט געשריבן:וואס האט קלוגשאפט אין סייענס, מיט עקאנאמיע, סאציאלאגיע, א.א.וו.? איינשטיין האט געהאט א נערוון בראך ביי די 16, און לויט סאטמאר רב איז ער אפילו געווען א שוטה אין סתם זאכן.

קארל מארקס איז סאך א גרעסערע מאן דאמר דא ווי איינשטיין.


איינשטיין האט געהאט א נערווען בראך? פון ווי נעמסטו דעס? קיינמאל נישט געהערט פון דעם און איך האב זייער אסאך געלייענט וועגן אים.(מקור?)

הער אויס איך זאג דאך קלאר אז איינס האט נישט צוטהן מיטן צווייטן, ס׳איז נישט קיין Argument of authority דא! איך זאג נאר אז אויב איז עס טאקע אמת וואס איינשטיין האט פרידיקטעט איז אינטערסאנט אז מען האלט הונדרעט יאהר שפעטער און מ׳זעט איין אז ער איז מעהר ווייניגער גערעכט געוועהן, היינט איז בכלל נישט ראדיקאל צו טראכטן אז אויב גייט די אמעריקאנע קעפטיליסטישע סיסטעם ווייטער אן אויף די זעלבע וועג וועלן רוב אמעריקאנער הונגערן אין הונדרעט יאהר ארום! מ׳זעט קלאר ווי יעדער יאהר ווערן די רייכע רייכער און די מיטעל קלאס און די ארימע ארימער! דעס איז א פאקט וואס יעדע עקאנאמיסט אין אמעריקא וועט דיר דעס מודה זיין! איז למעשה איז די קוואט שטארק אמת!

ס׳געפעלט מיר וויאזוי די מאכסט אוועק אזא חכם ווי איינשטיין וואס יעדע נארמאלע מענטש אויף דער וועלט האט גאר שטארק רעספעקט פאר אים איך האב נאך דערווייל נישט באגעגענט קיין מענטש זאל אוועקמאכן איינשטיין ווי דיר! אבער ווי האט נאר יענער געזאגט ״ האסט א רעכט צו דיין אייגענע אפיניאן אבער נישט צו דיינע אייגענע פאקטן!״ אמעריקאנע קעפיטיליזים איז א מיאוסע דורכפאל און איז נישט קיין דעמקראטישע סיסטעם אזויווי מ׳האט אונז אלע יאהרן איינגערעדט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

petergrifin האט געשריבן:קען זײן אײנשטײן איז געװען א סאשעליסט און האט געהאלטן אז קאפיטיליזם גײט ביז צװײ הונדערט יאר ברענגען א הונגער. "אבער" עס איז נישט די זעלבע אמעריקע פון הונדערט יאר צוריק! עס זענען דא א געװאלד מיט פראגראמען צו העלפן מענטשן און משפחות מיט אלעס פון עסן, עדוקעישן ביז רענט און דירות װאס די "קאפיטיליסטן" שטעלן צו. א מענטש הונדערט יאר צוריק האט טאקע כמעט נישט געהאט גארנישט נאר אויב ער'ט געארבײט.


איינשטיין האט נאך געלעבט נאך די new deal פון רוזעוולט און ס'איז שוין געווען דעמאלסט רוב פון די פראגראמען און הילף פון די גאווערמענט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

רוזעװעלט האט אײנגעפירט סאושעל סעקיורעטי װאס איז א לאנג טערם פראגראם און גײט נאך אן. װאס נאך האט ער אײנגעפירט װאס איז געװען בחנם? די אלע פובליק װארקס ריזיגע קאנסטראקשען האט געמײנט אז מען געבט ארבײט. און איז געבליבען א שארט טערם פראגראם.

(אויף למעשה האט עס נישט באמת געהאלפן די דיפרעשען נאר די מלחמה אבער ס'איז א נושא פאר זיך)

פוד סטעמפס און מעדיקער/מעדיקעיד און נאך איז ערשט געבוירן אין די זעכציגער׳ס, סא אין אײנשטײן'ס צײטן איז נישט געװען רוב פראגראמען.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יא אמת! אבער די מושג פון אווער טיים און מינימום וועידזש וכדומה איז שוין געוועהן דעמאלסט! האסט א פוינט גראדע, אבער נאכאלץ נישט דעס איז די מדובר. איינשטיין האט פארשטאנען אז אין א קאפיטיליסטישע סאסייעטי וועלן מענטשען זיין זייער גרידי און די נאטור פון מענטשען איז אז זיי ווילן זיין powerful און דאמינירן איינעם דעם צווייטן, און ער האט פארויסגעזעהן אז מענטשען וואס פארשטיין וויאזוי צומאכן ביזנעס וועלן אין די ענדע דאמינירן אמעריקא ווייל דעס ברענגט זיי power! און ווי פאקט ווייזט אז פאר כמעט יעדע מענטש וואס זיצט אויפן אויבערשטע פונעם שטייסל איז עס נאר דורך אינטערדריקען טויזענטער און מיליאנען אנדערע! למשל די וואלטאן פאמיליע פון וואל-מארט וואלטן קיינמאל נישט געוועהן "אזוי" רייך ווען זיי וואלטן ווען באצאלט זייערע ארבעטארער נארמאלע וועידזשעיס און זיי וואלטן קיינמאל נישט געקענט אנקומען צו די רייכטום און עקזעסטירן אן די אלע ארבעטסלייט וואס ארבעטן ביטער שווער און ווערן אינטערגעצאלט! מ'דארף נישט זיין אזא חכם ווי איינשטיין צו כאפן אז רוב מענטשן ליידער וועלן אויסנוצן און בענעפיטן פון אנדערע מענטשן צו מאכן געלט אויף זייער חשבון און זיי אינטערדרוקן ווי זיי קענען נאר! דאס איז די נאטור פון אלע באשעפענישן - ווער ס'קען בעסער דאמינירן און אויסשפילן יענעם דער איז די געוואונער! אבער אונז מענטשן וואלטן שוין געדארפט זיין קלוגער און ביאנד דעם אין 2016!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

איך האלט אויך אז קארפערעישענ'ס מאכען ביליאנען כדי צו קענען קויפן נאך קאמפעניס כדי צו פארדינען נאך ביליאנען כדי צו קויפען נאך קאמפעניס ענד סאו אן, כדי צו סעיװען ריזיגע געלטער אויף טעקס. איז די בעסטע עצה די סאושעליסט װעג אדער אײן מאל פאר אלעמאל זאגן אזוי פיל און אזא פראצענט גײט זײן די טעקס פאר "יעדן אײנעם" און הערטס אויף צו דרײען.

שוין פארקראכן פון נושא, אבער איך זעה נישט אז נאר די רײכע װערן רײכער, נאר גענוג און נאך פון די נײן און נײנציג פראצענט פארדינען שײן געלט פון אנלײן ביזנעס װי פארקויפן זאכן אדער בלאגס און װידיא שאוס, א זאך װאס קײנער אפילו אײנשטײן האט נישט גע'חלומ'ט דערװעגן.

פראגרעמס איז דא לרחצה, נאר די גרעסטע שטער אין מײ אפיניען איז דער פאקט "אדער אלעס אדער גארנישט". מען לאזט דיר נישט זײן עװריזש די מיטל קלאס אין אמעריקא, װײל דאס מײנט אז דו האסט מער פון די נידריגע פארדינער (װאס עהם עהם אויף די ביכער–נישט אלע) פארדינען זײ נישט גענוג, איז ממילא האסטו שוין צופיל.

ערגעץ איז געװען אמאל א אינטערװיאו – כ'געדענק נישט װאו – װי מען האט געפרעגט מערערע רײכע לײט װאס זײ װאלטן געקענט בײשטײן ענדערש, ס'זאל גײן װײטער װי ביז אהער אדער זײ זאלן נאר צאלן א געװיסע פראצענט טעקס וזהו? אסאך האבן געזאגט אז זײ װאלטן געקענט באשטײן אפשען ב' װײל אזוי קענען זײ האלטן די געלט דא וכו'.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
פארשפארט