א מאטעמאיטישע תורה'דיגע שאלה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל

א מאטעמאיטישע תורה'דיגע שאלה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב א מאטעמאטישע שאלה פאר'ן עולם, דער וואס קען זיך אויס אין די זאכען ווערט געבעטען מיר צו העלפען.
דער משנה (כריתות ח., הובאה ב"ב קסו.) זאגט אונז, מעשה שעמדו קינין בירושלים בדינר זהב אמר רבן שמעון בן גמליאל המעון הזה לא אלין הלילה עד שיהיה בדינרין בסוף נכנס לב"ד ולמד האשה שיש עליה ה' לידות ודאות ה' זיבות ודאות מביאה קרבן אחד ואוכלת בזבחים ואין השאר עליה חובה ועמדו קינין ביום ההוא ברבעתים.
בקיצור א קן ציפור (פון צוויי פייגלעך) האט געקאסט א גאלדענעם דינר, און רשב"ג האט געוואלט מאכען סדר אז ס'זאל זיין ביליגער. דער סבה פאר די פרייז איז ווייל א סאך פרויען האבען געדארפט ברענגען קרבנות נאך לידה זיבה צו הפלה און דאס האט פאראורזאכט א פרייז העכערונג.
האט ער זיך אונטערגענומען אז ער וועט נישט שלאפען ביז ווי לאנג ער האט נישט אראפ געברענגט די פרייז ביז צו א זילבענעם דינר. דער גמרא זאגט אונז אין ב"מ אנהייב פרק הזהב אז ס'איז דא 25 אדער 24 זילבענעם דינרים אין א גאלדענעם דינר. ד.ה. ער האט געוואלט אראפ ברענגען די פרייז מיט 96% אדער 95.1667%.
וואס האט ער געטוהן? ער האט געדרשנ'ט און געפסקנ'ט אז איינער האט פינף לידות צו פינף זיבות, איז גענוג צו ברענגען איין קן און דערמיט איז זי יוצא איהר חיוב. ד.ה. דער פאדערונג (demand בלע"ז) פאר קנים וועט אראפ גייען פון פינף צו איינס, ד.ה. 80% נידערונג אינ'ם פארלאנג פון קינים.
און ואוס איז געשען? ס'איז געלונגען פיל מער ווי ער האט געמיינט. ס'איז אראפ ביז א פערטעל דינר כסף, ד.ה. מיט 99% נידערונג אין די פרייז.
וואס איז דא געשען? פארוואס האט ער געהאלטען אז אן 80% נידערונג אין פארלאנג וועט פאראורזאכען א 96% נידערונג אין פרייז? פארוואס איז למעשה אראפ מיט 99%? ובפרט אז דאס נעמט אן אז די גאנצע פארלאנג פאר קינים איז נאר פאר קרבנות, קיינער גלוסט ניזט קיין געבראטענעם קאטשקע, קיינער ברענגט נישט קיין קרבן עולה ויורד פון א בא אל המקדש טמא צו א קרבן שבועת ביטוי צו וואס, אלס נאר קיני יולדת וכדו'.
איך ווייס אז דער נומער פינף קען זיין נאר א משל, אבער דער משנה זאגט אונז קלארע נומער'ן. דער וואס האט וואס צו זאגען איז געליידענט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר