בלאט 1 פון 1
כ"ק אדמו"ר רבי יוחנן סופר שליט"א, מ'ערלוי, לרפו"ש
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:06 pm
דורך שעפטל
אין די מינוטן איז כלל ישראל מתפלל לרפואת, אחד מזקן האדמורים, כ"ק אדמו"ר הרב יוחנן בן טשונא סופר שליט"א, אדמו"ר ערלוי, וואס איז אין א קריטישן צושטאנד, אין עלטער פון 93 יאר.
דער ערלויער רב איז א זון פון הרה"צ הרב משה סופר זצ"ל, זון פון הרה"צ הרב שמעון סופר זצ"ל, אב"ד ערלוי, זון פון הגה"ק דער כתב סופר זצ"ל, אב"ד פרעשבורג, זון און ממלא מקום פון זיין טאטן, הגה"ק רשכבה"ג דער חת"ם סופר זצ"ל.
רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:10 pm
דורך יואב
כ'האב געמיינט ס'שטייט Merlot, א סארט טרויבן. זאל די נשמה זיין א בעטער. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט רביים, האט ער אנגעהאלטן דעם מלחמת חדש אסור מן התורה? וואס האט ער געטאן אין זיינע דריי און ניינציג יאר?
Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוחנן סופר זצ"ל, מערלוי
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:20 pm
דורך [NAMELESS]
א חתם סופר סטייל רבי. א שטיק צייט האט סאטמער געפירט א מלחמה קעגן אים
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:38 pm
דורך דולה ומשקה
ראשעקאל האט געשריבן:א חתם סופר סטייל רבי. א שטיק צייט האט סאטמער געפירט א מלחמה קעגן אים
דער סאטמאר רבי איז געווארען גאר שטארק אויפגעבראזט אויף איהם ווען ער האט מקבל פנים געוועהן דער ראש הכופרים ביבי נתניהו ביי א אייניקעלס שבע ברכות ביי זוך אין בית המדרש, אז דוקא דער הייליגע חתם סופר'ס א אייניקעל זאל קומען מאכען א שריט, ער האט איהם אנגערופען א "זקן גידל על גדותיו" מייענעדיק לכאורה זיינע גרויסע אויגען ברעמען וואס פארשטעלט זיינע אויגען צו זעהן די ריכטיגע מהלך.
*
ער איז איז זייער א 'נייס מען', נאך דער צו גאר א פלייסיגער לערנער, וועלעכע איז אויך דער פארפאסער פון ספר 'אמרי סופר' על כמה מסכת, על הדף, גאנץ שיינע זאכען.
*
איינער פון די נאכפאלגער פון רבי דוד טווערסקי ראש ומנהיג דשיכון סקווירא בספרינגוועלי, האט מיר איבערגעגעבען אז דער ערלוי'ער רב איז בעצם עצמיותו געוועהן א סקווירא חסיד. פונקטליך ווי אזוי אדער מיט וואס איז מיר נאך נישט קלאר, כ'גיב נאר איבער וואס איך האב געהערט פון אים.
Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוחנן סופר זצ"ל, מ'ערלוי
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:43 pm
דורך קל וחומר
דערווייל הער איך אז ער לעבט נאך
Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוחנן סופר שליט"א, מ'ערלוי, לרפו"ש
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2016 1:28 am
דורך קל וחומר
YWN האט ארויסגעלאזט א פאלשע שמועה
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 3:54 pm
דורך דולה ומשקה
בקשו רחמי משמים
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 3:55 pm
דורך דולה ומשקה
קל וחומר האט געשריבן:YWN האט ארויסגעלאזט א פאלשע שמועה
נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 11:44 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ברוך דיין האמת!!!
נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 11:47 pm
דורך טהור עיניים
אוי וויי, יעצט באקומען דעם שרעקליכן טעלעפאן קאלל. מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ און איך בין צורודערט ביז גאר. איך האב זוי פיל צו שרייבן, אבער איך קען נישט יעצט, בלי"נ שרייבן ווען איך וועל אביסל קומען צו זיך.
אוי באשעפער, א אבידה שאין לה תמורה, אוי רוח אפינו משיח ה' נלכד בשחיתותם, אשר אמרנו בצילו נחי' בגוים...
איך זיץ און איך וויין, איך קען נישט קומען צו מיר, יא, איך הער שוין זייט לעצטן שבת אז דער הייליגער צדיק איז אין שפיטאל און זייט מאנטאג נאכט אז דער מצב איז זייער ערנסט, אבער איך האב נישט געקענט ארויפברענגען על דעתי אז אזא זאך איז אפילו א מעגליכקייט, און אצינד, אז עס האט פאקטיש פאסירט זיך איך און איך וויין. איך בין צושאקלט און צוטרייסלט.
אוי טאטע, אוי טאטע...
נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 11:54 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'האפ אז דו וועסט קומען צו זיך ווייל די וועלט דארף ווייטער אנגיין.
נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 11:57 pm
דורך [NAMELESS]
טהור עיניים האט געשריבן:איך בין צורודערט ביז גאר. איך האב זוי פיל צו שרייבן, אבער איך קען נישט יעצט, בלי"נ שרייבן ווען איך וועל אביסל קומען צו זיך.
פליז שרייב. איך ווייס זייער ווייניג וועגען אים
נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2016 8:19 am
דורך שמעקעדיג