א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך נהורא נפישא »

דער הייליגער ר' דוד'ל דינובער איז אמאל געקומען אין שטאט לעמבערג קלייבן נדבות פאר א וויכטיגע צוועק. אין שטאט האבן געוואוינט אסאך מתנגדים, דערפאר איז די רבי אריבער צום ראה"ק זעהן ער זאל משפיע זיין אויף די שטאט'ס מענטשן אז מ'זאל אים שטיצן ברוח נדיבה. די ראה"ק וועלכער איז אליין געווען א היבשער מתנגד האט געקלערט ביי זיך, אז ער גייט בשום אופן נישט טון איבער דעם, סיידן אויב ער וועט זיך איבערצייגן אז די רבי איז א תלמיד חכם. די ראה"ק האט געמאלדן דעם רבי'ן, אז ער וועט זעהן צו טון וואס ער קען, נאר צום ערשט וועט ער אריבערשיקן צום רבי'ן, ר' יהושע העשיל אורנשטיין - וועלכער איז געווען א באוויסטע ת"ח אין שטאט- צו כאפן א שמועס מיט'ן רבי'ן און דערנאך וועט ער די ראה"ק טון דאס זייניגע.

ר' יהושע העשיל איז אריבער צו ר' דוד'ל, געכאפט א שמועס און דערביי געשטעלט א לומד'ישע שאלה, ר' דוד'ל האט אבער נישט געקענט ענטפערן דערויף. ר' יהושע העשיל געט א מאך מיט די האנט און זאגט מיט א ביטול "אויך מיר א רעבע", פארשטייט זיך אז ר' דוד'ל האט שוין מער נישט מצליח געווען אין שטאט.

ר' דוד'ל האט געהאט דערפון גרויס חלישת הדעת, איז ער אריבערגעפארן צו ר' יושע'לע בעלזער און זיך אויסגערעדט דאס הארץ איבער וואס דער ר' יהושע העשיל האט צו אים געטאן, האט ר' יושע'לע בעלזער אויפגעהויבן זיין הייליג האנט און געזאגט "דער באשעפער וואס האט זיך נוקם געווען פון אלע שונאי ישראל ביז היינט זאל אויך נקמה נעמען פאר די צער און עגמ"נ וואס איז דיר פאראורזאכט געווארן".

ס'גייט נישט דורך א לאנגע צייט און דער גאון איז פלוצלינג פארשניטן געווארן אין בליענדן עלטער ל"ע, יעדער האט דאן גע'רעש'ט מיט די אפענע וואונדער. צעווישן צדיקים איז אנטשטאנען חילוקי דעות איבער ווער ס'האט גורם געווען צו אט דער ביטערער עונש. ר' יהושע'לע בעלזער האט געזאגט אז דאס איז געקומען מכח זיין קללה, ר' דוד'ל דינובער זעלבסט האט גע'טענה'ט אז דאס וואס דער ר' יהושע העשיל האט אים אזוי מבזה געווען און אז ער האט זיך ארומגעטראגן מיט א קפידא אויף אים, איז שוין גענוג סיבה פארן גרויסן עונש.

אין ווייטן רוסלאנד האט גאר דער סלאנימער רבי ר' אברהמ'לע גע'טענה'ט אז דער עונש איז געקומען צוליב דעם וואס דער ר' יהושע העשיל וואס איז געווען א תלמיד פון ר' אייזל חריף, פלעגט כסדר צו פארן צו זיין רבי'ן, אויפן וועג פלעגט ער אלס אנטרעפן די חסידים וואס פלעגן פארן צו ר' אברהמ'לע, פלעגט ער זיי זאגן מיט אזא זלזול "אה איר פארט צו די רעבע פון סלאנים, וואס הערט איר דארט? פוסטע זאכן! איר עסט ביי אים ווי א הונגעריגער וואס נאגט אויס א ביין און ווערט נישט זאהט, קומט'זשע צו ר' אייזל'ן ביי אים וועט איר געוויס הנאה האבן און ארויס גיין א זאטער", דערפאר -האט ר' אברהמ'עלע אויסגעפירט- אז ער האט גערעדט אויף מיר מיט אזא זלזול איז זיך אים געקומען אט דער גרויסער עונש. (גענומען פונעם בוך מיט'ן נאמען 'די לעצטע טויער')

וואס קלערט דער עולם צו די מעשה? האט שוין איינער דא אמאל געהערט די מעשה?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אייגענס אדער גע'גנב'ט פון א צווייטע בעקער?

ר' דויד'ל דינוב'ער איז געווען א דרייסיג יאר עלטער פון ר' ישוע'לע בעלז'ער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעון וואלף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יעצט נאכגעקוקט ר' דוד'ל דינובער איז געווען צוואנציג יאר עלטער, נו דאס פרעגט עפעס אפ די מעשה?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך ירא שמים »

יוסף פערל?
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

א גוטע אויסוואהל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך זע נישט פארוואס די דאזיגע מעשה זאל זיין מער פרעמד אדער זיך הערן ווייניגער קרוב אל האמת ווי דער ענדלאזער צאל הימל-פליענדע מעשיות וואס האט זיך אלץ אפגעטאן צווישן תלמידי בעל שם.

בכלל, ווי ווייט איך פארשטיי באזירט אויף דעם אין אדם מוריש שקר לבניו, איז דאס אוועקלייגן מענטשן געווען פון די סאמע גרינגסטע זאכן צווישן די יעניגע שרפי מעלה. וואס דארפסטו מער פון דעם, אויף א לומדישער שאלה האט ער נישט געקענט ענטפערן; טיילן כרת האט ער יא געקענט.

איין זאך נאר, יענער ראש הקהל איז לכאורה געווען א גרויסער עסס-האלל און א נישט קליינער אנטיסעמיט. מסתם האט ער נישט געגעבן קיין היטשעס מיט זיין פולי-לאודעד קארעטע בעת ס'האט געריסן א ברוטאלע קרירה, און ווען מ'איז געקומען נאך א נדבה צו אים אינדערהיים האט מען געברויכט אויסטאן די שיך אינדרויסן און ארומשפאצירן מיט די בלויזע זאקן צו באקומען א גאנצן ניקל .א פאקן ליטוואק
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יואב, מאכסט מיר לאכן, but wait ס'איז נאכנישט פארטיג.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך גר ותושב »

די מעשה איז בעצם א גמרא
און תוס איז דארט מסביר אז אלע האבן געזאגט אז זייער הקפדה האט געשאדט אלס גם ענוש לצדיק לא טוב און זיי האבן דעראוף תשובה געטוהן.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

גר ותושב האט געשריבן:די מעשה איז בעצם א גמרא
און תוס איז דארט מסביר אז אלע האבן געזאגט אז זייער הקפדה האט געשאדט אלס גם ענוש לצדיק לא טוב און זיי האבן דעראוף תשובה געטוהן.

שוין, קשים גרים לישראל כספחת. ליטוואק פון בודאפעסט איז שיער נישט אריינגעפאלן אין זאק דא. יעדער איז שולדיג אז דער גר האט פריער געלערנט בבא בתרא.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אוי וויי האסט מיר גע'הרג'ט.
איבער דעם תוס', לערנט'זשע אפ די גמרא און זאג מיר ווי דו זעהסט דאס.
ווי האט דער הייליגער צאנזער רב געזאגט אז בשעת די רמ"א האט געשריבן איבערן מנהג פון זאגן הלל פסח אויף דער נאכט נאכן דאווענען " ואנו אין נוהגין כן" האט דער רמ"א פארלאזט אפאר טרערן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

שוין וועל איך ברענגן די לשון פונעם בוך 'די לעצטע טויער' אויך באקאנט אין די לומדישע וועלט אלס מסכתא בבא בתרא (כ"ב ע"ב)

רב דימי מנהרדעא אייתי גרוגרות בספינה א"ל ריש גלותא לרבא פוק חזי אי צורבא מרבנן הוא נקיט ליה שוקא א"ל רבא לרב אדא בר אבא פוק תהי ליה בקנקניה נפק [אזל] בעא מיניה פיל שבלע כפיפה מצרית והקיאה דרך בית הרעי מהו לא הוה בידיה א"ל מר ניהו רבא טפח ליה בסנדליה א"ל בין דידי לרבא איכא טובא מיהו על כרחך אנא רבך ורבא רבה דרבך לא נקטו ליה שוקא פסיד גרוגרות דידיה אתא לקמיה דרב יוסף א"ל חזי מר מאי עבדו לי א"ל מאן דלא שהייה לאוניתא דמלכא דאדום לא נשהייה לאוניתיך דכתיב (עמוס ב) כה אמר ה' על שלשה פשעי מואב ועל ארבעה לא אשיבנו על שרפו עצמות מלך אדום לסיד נח נפשיה דרב אדא בר אבא רב יוסף אמר אנא ענישתיה דאנא לטייתיה רב דימי מנהרדעא אמר אנא ענישתיה דאפסיד גרוגרות דידי אביי אמר אנא ענישתיה דאמר להו לרבנן אדמגרמיתו גרמי בי אביי תו אכלו בישרא [שמינא] בי רבא.
די גמרא ברענגט בהמשך צו, נאך אמוראים וואס האבן גענומען קרעדיט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך גר ותושב »

נהורא נפישא האט געשריבן:.
איבער דעם תוס', לערנט'זשע אפ די גמרא און זאג מיר ווי דו זעהסט דאס.


ע' תוס' ד"ה אנא ענישתיה
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך טמיר »

נהורא ביזט אייזן! נאך א מזל כ'האב מיך איינגעהאלטן מיין אויפברויז אויף די מעשה.
דערמאנסט מיר א מעשה, ביי אן אסיפה פון מתנגדי'שע גדולים האט איינער נאכגעזאגט א חסידישע פאני תורה, און דר'עולם האט חוזק געמאכט. דערנאך האט ער געוויזן ווי עס שטייט ערגעץ אין חז"ל

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

אהה סאיז מער א דזשאוק, כאנישט געכאפט, חא חא נאדיר א גרינע... ( קרעדיט #[tag]הוגה[/tag])
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, צו זיין א ליטוואק דארף מען לערנען. אנישט פאלט מען אריין אין זאק.
ס'איז נישט ממש אזוי ווי די גמרא. נקיט ליה שוקא איז טאקע נאר פאר א תלמיד חכם. פארוואס זאל ער איהם נישט פארהערען?
ס'איז דא נאך א גמרא אין ב"ב וואס מ'קען מאכען אזעלכע אנטי-מתנגדיש'ע מטעמים. ח' ע"א

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:אייגענס אדער גע'גנב'ט פון א צווייטע בעקער?

ר' דויד'ל דינוב'ער איז געווען א דרייסיג יאר עלטער פון ר' ישוע'לע בעלז'ער

שמעון וואלף: נאר ס'קען אויך זיין אז די מעשה איז גענומען פון משכיל'ישע מקורות. זייער ציהל איז אייביג געווען צו לייגן אלע ערליכע אידן, ספעציעל די חסידישע רבי'ס אין זייער א שווארצן ליכט...!
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ליטוואק, לאמיר דא קלארשטעלן די אישו איז נישט דא אויב צו קריגן די עקסקלוסיוו רעכטן צו פארקויפן א געוויסע פראדוקט בעדארף מען זיין א תלמיד חכם צו נישט. לאמיר זעהן וואס שטייט דא, רב דימי קומט צו גיין מיט קעסטלעך פייגן פון שיף אראפ, ער וויל מאכן פרנסה, פארשטייט זיך אז די גמרא שטעלט נישט אין ספק אז רב דימי איז נישט געווען קיין קטלא קניא, עפעס האט פאסירט דא אז רב אדא בר אבא האט אים פארהערט און ער איז דורכגעפאלן, אפשר ווייל ער איז געווען אויסגעמוטשעט, אפשר ווייל ער האט אים געפרעגט זייער א לומדישע שאלה פון א פאני מציאות פון א עלעפענט וואס שלינגט איין א קערבל און דערנאך מאכט דאס ארויס ווי ס'שטייט און גייט, אלזא איך קלער אז ר' ישראל סאלאנטער וואלט אפשר מתחילה נישט אנגעהויבן מיט אזא שווערע שאלה, אפשר האט ער געזאלט אנהויבן מיט א שאלה צו אויב איינער פארגעסט יעלה ויבא אום ראש חודש צו ער דארף איבערדאווענען, און אפשר אז ס'שטעלט זיך נעבעך ארויס אז דער באטראפענדער איז א גרויסער עיי"ן ה"א, אפשר וואלט אזא איינער ווי ר' ישראל סאלאנטער דאס איינע מאל זעענדיג אז ער וועט נעבעך בלייבן שטעקן מיט די סחורה, דאס מאל אים ארויסגעהאלפן אויף א געוויסע וועג, אבער אנשטאטס דאס גייט רב אדא און קלאפט אים מיטן שטעקן אויפן פוס מיט א זלזול, דער דברי חיים האט געפאטשט, געשריגן גאלגאן, אבער מען איז כאטש געווארן א געהאלפענער, אבער דא, א נעכטיגן טאג.
וואס קומט דערנאך, רב דימי איז ברוגז, לויפט פארציילן פאר אן אנדערען גדול, אנשטאטס צו געבן חיזוק פאר רב דימי און בארואיגן אז אפשר איז דא געווען עפעס א מיספארשטענדעניש, פארט איז דאך רב אדא אן אדם גדול,א נעכטיגן טאג, וואלט די חפץ חיים אויך ווען געשאלטן? און דאס זאגן אז מיין רבי איז גרעסער, דיין רבי פארקויפט לאקשן, וואספארא סארט מידות איז דאס ? וואלט ר' משה פיינשטיין ווען גערעדט אזוי, און דערנאך ס'פאסירט אן אומגליק, קריגט זיך יעדער צו נעמען קרעדיט ?
נאר מ'מוז דא זאגן אדער אז די מעשיות האבן קיינמאל נישט פאסירט, אדער אז מדות מגונות איז נישט קיין פראבלעם, אדער אז אויף צדיקים פרעגט מען נישט קיין קשיות.
תוס' זאגט טאקע אז זיי האבן חלילה נישט גענומען קיין קרעדיט, נאר זיי האבן זיך מתאונן געווען אז אפשר איז ער נענש געווארן בסיבתם, ד.ה. זיי האבן דאס געזאגט מיט טרערן אין די אויגן, אזוי ווי די דברי חיים זאגט אויפן רמ"א אויף ואנו אין נוהגים כן, רש"י האט אבער נישט קיין פראבלעם מיט וואס ס'שטייט פשוט אין די גמרא, ווייזט אויס אז רש"י איז געווען א גרויסע פשטן און געהאלטן אז אויף א צדיק פרעגט מען נישט קיין קשיות, און דערפאר פרעגט רש"י קיינמאל נישט וא"ת, משא"כ די בעלי תוס' וואס זיי זענען געווען מער בעלי פלפול, האלטן אז אויף א צדיק מעג מען יא פרעגן קשיות, און דערפאר זוכן זיי א תירוץ
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הייסט'ס מ'עט אייך מסביר זיין די טייטש פון נקיט ליה שוקא 'עט שוין אלס געלונגען?

און נאך, ס'איז דא א דריטע מהלך. ווען מ'זעט עפעס אינ'ם גמרא וואס איז קעגען די אייגענעם שכל. דער רמב"ם ברענגט דיין צוויי אין הקדמה לפרק חלק און ער שפעט שטארק דערויף. מ'קען אויך פראבירען אפצולערנען די זאך מיט שכל, וואס האבען זיי געטוהן. ווייזט זיך אויס אז צו זיין א ת"ח פון נקיט ליה שוקא, איז נישט גענוג יעלה ויבא שאלות.
ווייזט זיך אויס אז דאס זיך פארשטעלען אלס א ת"ח און שרייבען אויף זיך רשכבה"ג און פוסק הדור ווען מ'איז א פלעינע יונגערמאן איז ווערט א פאטש.
ווייזט זיך אויס אז ווען א ת"ח ווערט אנגערופען אן עם הארץ איז עס א געפערליכע פאטש און א ווייטאג, וואס אמת'ער מענטשען קענען נישט דערהייבען. ס'טוט אזוי וויי ווי דאס זאגען פאר'ן סאטמארער רב אז דער פופצענסטער דור דארט האט עפעס יא פוגם געווען. מ'רייסט אפ די גאנצע מהות פונ'ם מענטש. פערצופאל איז ביי געוויסע מענטשען ע"ה נישט אזא פאטש, אבער ביי אוהבי חכמה איז עס יא אזוי.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

און ביי אזא שטאראקע פאטש איז מען מעניש מיט מיתה און יעדער נעמט קרעדיט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווייזט זיך אויס אז דאס זיך פארשטעלען אלס א ת"ח און שרייבען אויף זיך רשכבה"ג און פוסק הדור ווען מ'איז א פלעינע יונגערמאן איז ווערט א פאטש.


שטייט נישט אין גמ' אז ער האט זיך פארשטעלט ווי א ת"ח און דיינע אנדערע טיטלען וואס האסט איהם צוגעטיילט כדי צו מתיר זיין פעטש, יעצט פארשטיי איך בעסער די פאנעוויזשער מחלוקת.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך ביליג »

נהורא !!! שטערקער פון אייזן !!!
ביליג איז טייער...
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך שמערל »

אויב אנאלעזירט מען דא אמוראים ווי פלעינע מענטשן, וואלט איך ענדערשער קריטיקירט רב דימי ווי יעדן אנדערש.
ער קומט אן מיט א זאק פייגן צו א פרעמדע שטאט, און האפט צו מאכן אפאר דאללאר אויפן חשבון פון אירע געווענליכע ארימע סוחרים וואס וועלן יעצט ברויכן בלייבן שטעקן מיט די סחורה, בלויז ווייל ער איז א תלמוד חכם? ווי איז מענטשליכקייט? און אפשר זענען דא אין שטאט נאך תלמידי חכמים וואס דארפן פונקט אזוי וויכטיג פארקויפן זייערע פייגן, און יעצט וועלן זיי דארפן קאמפיטן מיטן נייעם תלמוד חכם אין טאון?

בלויז אויב קען ער איבערצייגן עז ער'ז דער וועלטס עילוי וואס ממש די וועלט קען זיך נישט באגיין אן זיין כח התורה, אזא איינער ברויך מען אים נאכגעבן די פריוועלעגיע. סתם נאך איינער וואס קען פסק'נן יעלה ויבא שאלות, זאל גיין זיכן א צווייט פלאץ צו פארקויפן זיינע פייגן.

איי איז שווער פארוואס האט מען אים פארשאלטן? ווייל טשעפענען און אריינגעבן פערזענליך האט נאכאלטס נישט אויסגעפעלט.
פארשפארט