בלאט 1 פון 1

ווי איז אונזער גרויסע רבי נעלם געווארן?!

נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 10:57 am
דורך א שעפעלע
מיט א טיפערן בליק
פרשת תצוה
שמן זית זך..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין די וואכעדיגע פרשה פאנגט די תוה"ק אָן מיט די געוואלדיגע מצוה פון הדלקת המנורה ווי די פסוק זאגט וְאַתָּה תְּצַוֶּה אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ שֶׁמֶן זַיִת זָךְ כָּתִית לַמָּאוֹר לְהַעֲלֹת נֵר תָּמִיד – און די (משה) וועסט באפעלן די אידישע קינדער, אז ווען מען גייט צינדן די הייליגע מנורה זאלן זיי נעמען צו דיר לויטערע איילבירט אויל וכו'. ווי נאר מען פאנגט אָן לערנען די פסוקים פרעגט זיך דעם באקאנטן שאלה פארוואס ווערט דער נאמען פון אונזער רבי משה נישט ארויסגעשריבן מפורש אין פסוק בפרט אז דער ציווי איז דאך געווען צו אים, נאכמער אז מען לערנט ווייטער שטעלט זיך ארויס אז אין דעם גאנצן פרשת תצוה ווערט אונזער רבי'ס הייליגע נאמען בכלל נישט דערמאנט וואס ווי פארשטענדליך דארף דאס א שטארקע הסבר?! פון דעם לעכטיגן מצות הדלקת המנורה איז פארהאן גאר אסאך צו שמועסן און לערנען, מיר וועלן זיך בסייעתא דשמיא פארטיפן אויף דעם איינעם נקודה פון "שֶׁמֶן זַיִת זָךְ" ס'האט געדארפט זיין בדוקא פון "לויטערע איילבירט אויל" לאמיר זיך פארטיפן און זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

זאגט די מדרש (רבה ב) לא שאני צריך להם אלא שתאירו לי כשם שהארתי לכם משל לפקח וסומא וכו' – הקב"ה דארף נישט באמת די ליכטיגקייט פון די מנורה וואס מיר טוען אנצינדן, השי"ת האט אונז געגעבן דעם געוואלדיגן מצוה צו באלייכטן דעם מנורה פשוט כדי מיר זאלן קענען ליכטיג מאכן די וועלט אזוי ווי ער האט אונז באלאכטן, און די מדרש געבט עס צו פארשטיין מיט א משל פון צוויי חברים וואס איינער איז ליידער געווען בלינד ער האט נישט געקענט זעהן און איינער איז געווען געזונט און פריש א זעהעדיגער, דער זעהעדיגער פלעגט כסדר באגלייטן דעם בלינדן דעם גאנצן וועג אהיים, איין טאג ביים אנקומען אין שטוב האט דער זעהעדיגער געבעטן פונעם בלינדער צו מאכן ליכטיג דעם ציממער, האט אים דער בלינדער געפרעגט פארוואס עפעס ווילסטו אז איך זאל עס טוען פאר דיר איז עס גרינגער צו טוען? האט אים זיין חבר געזאגט: באמת קען איך עס טאקע טוען אליין, אבער איך בעט דיר טו עס ווייל איך וויל אז די זאלסט שפירן אז די האסט מיר שוין צוריק באצאלט, כ'וויל נישט זאלסט האבן דעם געפיל אז די ביסט מיר נאך שילדיג... די הייליגע ווערטער פון חז"ל האבן א אומגעהויערע טיפקייט לאמיר צוזאמען אויף אונזער מדריגה פרובירן אפלערנען די הייליגע ווערטער.

ס'איז דער דריטע וואך אין זמן און דער נייע בחור יחיאל הערשבערג פון מאנטשענסטער שטייט אינעם אוצר הספרים מיט א ספר איבערגעדעקט אויפן פנים און וויינט מיט שרעקליכע בכיות, עולם כמנהגו נוהג צווישן די בחורים זענען פארהאן אזעלכע וואס 'באמערקן פשוט נישט', אנדערע שמייכל זיך אונטער א זעכצן יעריגע בחור זאל וויינען אויפן קול... אבער יצחק א בחור מיט א גאלדענע הארץ טראכט נישט קיין רגע נאר שפאצירט צו יחיאל און מיט א ליבלעך טאן זאגט ער שלום עליכם צבי, כ'זעה אז די וויינסט איז פארהאן עפעס וואס כ'קען דיר העלפן... ?!?!?! נאך עטליכע שטילע מינוטן זאגט יחיאל ס'איז גוט ישר כח איך פאָר שוין מארגן אהיים ווען פון טאש נעמט ער ארויס א טיקעט וואס זיין טאטע האט אים עטליכע מינוט צוריק אריין געשיקט, וואס איז געשעהן יחיאל דער זמן האט זיך קוים אנגעפאנגען פארוואס פאָרסטו? די פרעגסט פארוואס איך פאָר?! צוכליפערט זיך יחיאל, ס'איז שוין דריי גאנצע וואכן וואס איך דריי זיך דא ארום ווי א פארלוירענע נשמה, כ'האב נישט קיין חברותות, אין דארמעטארי שפיר איך אז מען דארף מיך נישט אין צימער, וואס האב איך דא צו זיכן...?!?!?! כ'האב נישט טענות אויף קיינעם כ'בין אליין שילדיג, אין ישיבה קטנה האב איך גאר שוואך געלערנט און וועגן דעם וויל יעצט קיינער נישט לערנען מיט מיר, וואס זאל איך טוען כ'בין פשוט נישט געמאכט צו לערנען - ישיבה איז נישט פאר מיר?!

מיט נאסע אויגן איז יצחק געשטאנען שטיל נישט וויסנדיג וואס צו זאגן, אבער זיין הארץ האט געשריגן מיט רחמנות, ער האט געשפירט ווי ער האלט עס נישט אויס ..דריי וואכן דרייט זיך א בחור צווישן אונז מיט אזא צובראכן הארץ און קיינער באמערקט אים נישט, קיינער שפירט אים נישט?! ער נעמט זיך צוזאם און זאגט יצחק כ'בעט דיר 'קענסעל דיין טיקעט', כ'זאג דיר צו אז די ישיבה איז יא פאר דיר וועסט זעהן, געב עס א טשענס כ'בעט דיר! חברותות איז נישט קיין פראבלעם קענסט זיך צוזעצן צו מיר אלע דריי סדרים, און וועגן די ציממער - ביי אונז אין ציממער איז יעצט ליידיג געווארן א בעט קענסט גערן אריבערקומען, יחיאל איך זעה אויף דיר אַפנערמאלע שטארקע כוחות די מיזט פארבלייבן אין ישיבה... די ווארעמע ווערטער האבן זיך געגאסן ווי מים קרים על נפש עיפה און צוביסלעך האט יחיאל אנגעפאנגען נאכלאזן און מיט טרערן געזאגט אקעי איך גיי פרובירן... צוויי חדשים שפעטער – ס'גלייבט זיך נישט די אויגן אבער ס'איז א פאקט יחיאל האט געכאפט דעם טעם און זיך גענומען אין די האנט אריין, טאג און נאכט איז ער געזיצן מיט יצחק און געהארעוועט שטיקער, יצחק האט אריין געלייגט זיין נשמה זיכער צו מאכן אז יחיאל פארשטייט קלאר איעדן שטיקל גמרא די קשיא די תירוץ, די גמרא'ס ה"א און דערנאך די מסקנה, וואס ווי פארשטענדליך האט דאס אנגעפאנגען בויען דעם יחיאל מער און מער, צוביסלעך איז ער געווארן א חלק פון די חברה שטארקע לומדים, צוויי גאנצע יאר זענען אזוי אריבער געלאפן יצחק און יחיאל האבן אריין געלייגט כוחות און געשטיגן אסאך מער ווי געראכטן...

ויהי היום ס'איז געווען סוכות בין הזמנים און יצחק באקומט א טעלעפאן קאל פון יחיאל, נאך א קורצע שמועס צווישן די צוויי זאגט יחיאל ..יצחק ס'איז נישט דא די ווערטער דיר צובאדאנקן פאר אלעס ביז אהער אבער כ'מיז דיר זאגן אז אויף נעקסטע זמן האב איך גענומען א נייע חברותא כ'גיי לערנען מיט נפתלי קורץ, איך פיל אז ס'איז צייט כ'זאל מיך ריקן ווייטער און מיט נפתלי וועל איך אסאך שטערקער קענען מצליח זיין... ווי א דינער אינמיטן העלן טאג האט יצחק אויפגענומען די נייעס, ס'איז שוין צוויי יאר וואס די צוויי זענען צוזאמען געשטיגן, געהארעוועט טאג און נאכט און דא לאזט ער אים אזוי אויפן וואסער, יצחק דערמאנט זיך די אלע שווערע כוחות וואס ער האט אין יחיאל אריינגעלייגט, ווי ער האט אים פשוט געראטעוועט ברוחניות ובגשמיות, וויפיל ער האט נאר פרובירט מלמד זכות זיין האט ער עס בשום אופן נישט געקענט אראפשלינגן... מיט גאר א שווערע הארץ איז יצחק צוריק געקומען אין ישיבה צום נייעם זמן.

אבער די צובראכנקייט וואס האט באגלייט יצחק האט נישט נאכגעלאזט און צוביסלעך האט עס אנגעפאנגען האבן אַן השפעה אויף זיינע לימודים, ער האט אינגאנצן פארלוירן זיין מוט, און ס'האט נישט גענומען לאנג און מען האט אנגעפאנגען באמערקן אז עפעס א שווער גייט אויף יצחק אריבער... די ראש ישיבה זיינע זייענדיג א חכם און גדול בתורה האט גלייך פארשטאנען וואס דא שפילט זיך אפ און תיכף האט ער אים געלאזט רופן ..ראש ישיבה כ'ווייס אז כ'דארף זיך פארבע... ניין יצחק טייערע נישט פארדעם האב איך דיר אהערגערופן, די ביסט בעסער פון גוט - כ'בין בכלל נישט באזארגט, דער פראבלעם איז נאר דאס 'צובראכנקייט' וואס האט דיך ארום גענומען און דאס לאזט דיך נישט שטייגן, אבער יצחק טייערע זייענדיג גאר נאנט צו דיר ווייס איך פונקטליך דער מקור פון די צובראכנקייט און איך שפיר דיך כ'שפיר דיין ווייטאג אבער ס'איז כדי אז די זאלסט זיך אוועק זעצן און דערהערן א גרויסע יסוד וואס וועט דיר העלפן נישט נאר יעצט ס'וועט דיר באגלייטן דיין גאנצע לעבן, זעץ זיך און מאך א ברכה לאמיר שמועסן.

..יצחק איידער מיר גייען צו צום שמועס וויל איך דיר איבערזאגן א העליכע תירוץ אויפן באוויסטן פראגע פארוואס ווערט משה רבינו'ס נאמען נישט דערמאנט אפילו איין מאל אין גאנץ פרשת תצוה? הער א געוואלדיגע תירוץ: ס'איז באקאנט וואס רש"י ברענגט אין פרשת שמות (ד יד) אז באמת האט משה רבינו געדארפט זיין די כהן גדול – נאר צוליב א געשעהניש האט משה רבינו פארלוירן די כהונה גדולה, וואס דאס מיינט אז אויסער דעם וואס משה רבינו איז די רבי פון עם ישראל האט ער געדארפט אויך דינען אלץ כהן גדול שטעל דיף פאָר וואס דאס מיינט?! - יעצט לאמיר אריבערגיין צו פרשת תצוה הקב"ה זאגט פאר משה רבינו ואתה תדבר אל כל חכמי לב ער זאל גיין איבערגעבן פאר די חכמי לב אז זיי זאלן גיין מאכן די היילגע בגדי כהונה, לאמיר זיך פרובירן פארשטעלן די הרגשה וואס אונזער גרויסע רבי האט געהאט - ווי אזוי האט ער געשפירט ווען ער האט געטראכט אז איך האב דאס אלעס געקענט האבן "איך האב געהאט דער זכות כהונה" און דא דארף ער עס גאר איבערגעבן פאר אהרן?! זאגט אונז די תוה"ק אז משה רבינו האט ניטאמאל געהאט א קליינע נגועה פון הרגשה אז ..ס'קומט זיך מיר - איך וואלט געדארפט זיין דער כהן גדול וכדומה, נאר פונקט פארקערט מיט די גרעסטע שמחה טוט ער עס איבערגעבן פאר אהרן און מאכט זיכער אז זיין נאמען ווערט אין דער גאנצע פרשה בכלל נישט דערמאנט ס'האט נישט מיט מיר קיין שייכות - די כהונה באלאנגט צו אהרן אינגאנצן... ער געבט עס אים בשלימות מיט די גאנצע הארץ און נשמה...

אבער אז מען באטראכט פרשת תצוה אביסל טיפער ווערן מיר געוואר א יסוד עצום, תצוה פארמאגט הונדערט אין איין פסוקים, אז מען נעמט אונזער רבי'ס נאמען און מען שרייבט עס ארויס במילוי איז עס מם שין הא, יעצט אז מען זאל צוזאם רעכענען די חלק המילוי איז עס מ'ם'-פערציג, ש'ין'-זעכציג, ה'א'-איין וואס בסך הכל קומט עס אויס הונדערט אין איין - גענוי דעם זעלבן מספר ווי די פסוקים אינעם גאנצן פרשה, וואס דאס זאגט אונז אז אמת אז משה רבינו'ס נאמען איז נישט דערמאנט אין די פרשה און ווי געשמועסט ווייל ער האט עס איבערגעגעבן פאר אהרן מיט די גאנצע שלימות אָן קיין ברעקל נגועה אז ס'האט נאך עפעס מיט אים, אבער בפנימיות איז די גאנצע פרשה הונדערט אין איין - די גאנצע פרשה איז א שטיק משה רבינו, זיין הייליגע נאמען ליגט אונטער אלעס, ווייל אין די טיפקייט פון די זאך איז ער דארט שטערקער ווי סיי ווען, און דאס איז דער טיפקייט פון א אמתע עניו ער טוט אלעס, ער שטייט אונטער אלעס און צו דער זעלבע צייט האט עס גארנישט מיט אים קיין שייכת, ער נעמט נישט קיין קרעדיט אויף גארנישט, ס'איז פשוט נישט ער...

..יצחק טייערע לאמיר אריין ברענגן דעם יסוד אין אונזער פשוטע לעבן, אבער איידער איך פאנג אָן וויל איך דיר קלאר זאגן אז איך שפיר דיין ווייטאג, איך ווייס גאנץ גוט וואס דאס מיינט אז די האסט דיך אוועקגעגעבן דיין גאנצע הארץ און נשמה פאר א בחור אים אויפצוהייבן און דא געבט ער דיר א לאז אפ און גייט לערנען מיט א צווייטן ס'געבט עפעס אַן הרגשה כאילו ער איז דיר נישט מכיר טובה כאילו ער אנערקענט נישט דיין הייליגע און טייערע ארבעט, כאילו דיין ארבעט איז מער נישט פארהאן וכדומה, כ'וויל אבער אז די זאלסט וויסן אז דער אמתע עבודה פון א מענטש איז צו טוען און געבן פאר אנדערע אויף א אופן אז ס'האט גארנישט פיזיש מיט דעם חלק ה'זיך', מען דארף טוען לשם טוען - געבן לשם געבן, ס'האט גארנישט מיט זיך, דעם אייגענע נאמען דארף מען אוועקנעמען פון די גאנצע געגנט, פארשטייט זיך אז ס'איז שווער אבער זייענדיג איינער מיט גרויסע השגות זייענדיג איינער מיט א גאלדענע הארץ וואס טוט כסדר טוען און געבן פאר אנדערע דארף מען זיך גאר שטארק היטן פונעם שטן וואס איז א מומחה עצום צו נעמען דעם מענטש וואס איז א געבער און ער דרייט איבער צו ווערן א נעמער און טאקע מיט זיין געבן, ער קריכט אריין ביים טייערע נותן-געבער אין מח און פאנגט אים אָן זאגן ..די האסט אזוי פיל געטוען פאר יענעם ער מעג אביסל צוריק טוען ..ווען ער האט געדארפט א טובה האט ער געוויסט ווי צו גיין ..יארן בין איך געווען זיין רעכטע האנט וכדומה, און צוביסלעך נישט באמערקנדיג ווערט דער געבער א נעמער... די ארבעט אונזערע איז צו זיין א 'געבער לשם געבן', און גאר פארקערט זיכער מאכן מיט אלע כוחות אז יענער זאל שפירן און באמת טראכטן אז ער איז מיר גארנישט שילדיג... ווי דער ארימאן וואס האט געקלאפט אויפן טיר נאך געלט און דער איד וואס האט אויפגעמאכט האט אויסגעשריגן א מזל ביסט געקומען – ישר כח! פונקט יעצט האב איך געהאפט אז איינער וועט קומען און מיך מזכה זיין מיטן מצוה פון צדקה כ'דארף אזוי פיל ישועות געב מיר א ברכה און אזוי פירט ער אריין דעם ארימאן אין א מצב אז ער שפירט אז די עושר דארף אים נאך באלד באדאנקן פארן קומען...

געדענק יצחק אז די גרעסטע נחת דיינע איז אז די ביסט זוכה צו זעהן ווי יחיאל איז ב"ה שיין מצליח און שטייגט פון מדריגה צו מדריגה, יא אמת אז ס'איז שווער דער מענטש וויל שפירן אנערקענט דער מענטש וויל שפירן אז מען געדענק זיין הייליגע שווערע ארבעט אבער וויסן זאלסטו אז בפנימיות ביסטו דארט, ס'איז דיינע געוואלדיגע חסדים וואס וואקסן און שטייגן ס'איז די יצחק וואס שטייט אונטער די קוליסן פונקט ווי אונזער רבי משה וואס שטייט אונטער פרשת תצוה אבער פון די חלק החיצון די חלק העבודה זאגט ער זיך אינגאנצן אפ ס'האט נישט מיט אים קיין שייכות... זיי מצליח שטייג ווייטער און געדענק דעם יסוד געב לשם געבן – זיי א נותן בשלימות וועסטו זוכה זיין צו די גרעסטע!

טייערע ברידער וויפיל מאל מאכט זיך אז מיר העלפן א צווייטן, צו דאס איז אין שטוב אדער אינדרויסן, מ'טוט און מ'מאכט פאר יענעם אָן אויפהער, מ'געבט זיך אוועק טאג און נאכט, דאס איז אמת און קלאר אז מיר טוען עס מיט א ריינעם גוט הארץ וואס וויל טוען געבן און משפיע זיין פאר אנדערע, אבער מיט די צייט פאנגן מיר אָן שפירן אז יענער איז מיר שילדיג און נישט נאר וואס מיר האבן דעם הרגשה געבן מיר איבער דעם הרגשה פארן מקבל, אמת אז מען מיינט עס נישט אבער דאס איז די מציאות און ווי שטארק מיר פרובירן ארבעטן אויף דעם איז דער שטן מצליח אריין צו קריכן און איבער רעדן דעם מענטש אז כ'האב אזוי פיל געטוען ס'קומט זיך אז ער זאל האבן עפעס א 'עפרישיעישאן', ס'קומט זיך אז ער זאל מיר צוריק ווייזן עפעס, כ'מעג אויך אמאל פון אים בעטן...

אמת אז יענער-דער מקבל האט טאקע א ענין פון הכרת הטוב ווי מיר האבן שוין טאקע עטליכע מאל געטוען שמועסן איבער דער גרויסע ענין פון הכרת הטוב, אבער ברידער טייערע דאס איז נישט אונזער
ענין, ווען מיר שרייבן 'אונז' מיינט עס אונז הייליגע ברידער וואס לעבן דעם הדבק במדותיו של הקב"ה, מה הוא רחום וחנון אף אתה היה רחום וחנון, מה הוא גומל חסדים אף אתה היה גומל חסדים די וואס האבן א אויפגעמאכטע הארץ וואס איז גרייט פיר אין צוואנציג שעה א טאג צו העלפן געבן און משפיע זיין פאר אנדערע, מיר דארפן זיין אפגעהיטן און געדענקן נישט צו ווערן א נעמער דורך געבן, נאר פארקערט געבן בשלימות מיט די גאנצע הארץ און טאקע ארבעטן אז יענער זאל שפירן אז ער טוט מיר א טובה מיטן נעמען וואס דאס איז באמת דער אמת, ווען א מענטש געבט בשלימות איז ער זוכה צו ווערן א אמתע נותן ער איז זוכה זיך מדבק צו זיין און ווערן איינס מיט די מידות פון הקב"ה וואס דאס איז די גרעסטע טובה וואס נאר פארהאן...

די הייליגע מנורה וואס סימבאלעזירט דער ענין פון משפיע זיין ליכטיגקייט איבער די וועלט האט געדארפט האבן 'לויטערע' אויל, ווייל דאס געבן און משפיע זיין דארף זיין לויטער מען דארף אכטונג געבן אז ס'זאל נישט קומען מיט פרעזענדליכע נגיעות נאר לויטערעהייט דארף מען משפיע זיין כדי אז ס'זאל טאקע זיין להעלת נר תמיד... און אט דאס זאגט אונז די הייליגע מדרש הקב"ה האט אונז געגעבן דעם מצות הדלקת המנורה כדי אז מיר זאלן זיך נישט שפירן שילדיג, כדי אז מיר זאלן נישט כסדר לעבן מיטן הרגשה אז מיר זענען נאר מקבלים-נעמערס, ווי געשמועסט איז דאס דער גרעסטע מדריגה פון חסד צו געבן לשם געבן און גאר מאכן דעם נעמער שפירן אז ער איז אויך צוריק גארנישט שילדיג, טראץ דעם וואס ווען דער איד שטעלט זיך אפ און טראכט נאר אריין פאר א סעקונדע וויפיל מיר זענען שילדיג פארן מלך העולם האט אבער השי"ת אונז געגעבן מצוות און דערמיט אונז געגעבן א געלעגנהייט צו שפירן אז מיר געבן צוריק מיר זענען אויך געבער... לאמיר לעבן דעם הדבק במידותיו של הקב"ה ארבעטן און זיכער מאכן צו געבן לשם געבן, לאמיר זיכער מאכן אז אלע ארומיגע שפירן בכלל נישט אז זיי באקומען עפעס נאר גאר פארקערט זיי טוען אונז א טובה מיטן נעמען... בזכות פון אונזער אמתע שלימות'דיגע געבן וועט אונז הקב"ה זיכער באצאלן מיטן אונז געבן דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א

לסיכום געדענק: געב אכטונג נישט צו ווערן א נעמער דורך געבן, לאז דעם 'זיך' ארויס נאר טו לשם טוען און געב לשם געבן...

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
tiferenblik@gmail.com דורך אי-מעיל בעז"ה

נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 10:59 am
דורך א שעפעלע

נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 11:06 am
דורך א שעפעלע
הייליגע ברידער אויב האט איר עפעס א מחשבה צוצולייגן צום געדאנק טו אונז מזכה זיין... געב אונז עפעס פיד-בעק