בלאט 1 פון 3
איז דא פלאץ פאר נאך א קול מבשר?
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 10:56 am
דורך קרעקער
ווייקענדיג אין די מקוה היינט איז געווען א דיסקאשען וועגען עפענען נאך א קול מבשר?
ואס זאגט די עולם דערצו?
איז דא פלאץ פאר נאך איינס?
קאמפעטישען בדרך כלל איז געזינט פארן עולם= דע פרייזען פין עדווערטייסמענט וועט אראפגיין האט זיך עס געלוינט
סוועט זיין א קאמפעטישען וואס וועט העלפען צישטעעלען בעסערע נייעס אין רעפאטרעזשעס פארן עולם
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:08 pm
דורך נפתלי
קענסט פראבירן צו עפענען א טעלמי
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:11 pm
דורך [NAMELESS]
ווער געדענקט איינער גראס (מיין איך) האט גע׳עפענט א קאמפעטישען צו קול מבשר און ס׳האט אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים.
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:20 pm
דורך אבי גערעדט
ראשעקאל האט געשריבן:ווער געדענקט איינער גראס (מיין איך) האט גע׳עפענט א קאמפעטישען צו קול מבשר און ס׳האט אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים.
להוי ידוע אז די גראס האטליין איז געווארן געעפענט דורך מיסטער קולמבשר אליינס, צו טעסטן די ווילן פונעם ציבור לגבי מעלדן נייעס פון צושלאגענע קהילות, אין אויך צו ווייזן פארן המון עם אז א קאמפעטישן קען נישט מצליח זיין, והא ראי' ס'האט דאך נישט אנגעהאלטן צו לאנג... אין נאך אנדערע חשבונות, ער שיינט צו זיין א קליגער סוחר דער מיסטער ווידער
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:24 pm
דורך [NAMELESS]
אבי גערעדט האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:ווער געדענקט איינער גראס (מיין איך) האט גע׳עפענט א קאמפעטישען צו קול מבשר און ס׳האט אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים.
להוי ידוע אז די גראס האטליין איז געווארן געעפענט דורך מיסטער קולמבשר אליינס, צו טעסטן די ווילן פונעם ציבור לגבי מעלדן נייעס פון צושלאגענע קהילות, אין אויך צו ווייזן פארן המון עם אז א קאמפעטישן קען נישט מצליח זיין, והא ראי' ס'האט דאך נישט אנגעהאלטן צו לאנג... אין נאך אנדערע חשבונות, ער שיינט צו זיין א קליגער סוחר דער מיסטער ווידער
אמת׳דיג??!!
פון ווי נעמסטו דאס??
עס קען שטימען, ווייל איך געדענק אז גראס האט נאכן פארמאכען זיין האטליין גערעדט אויף קאלמע
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:29 pm
דורך זר זהב
פון מיין זייט איז דא פלאטץ פאר נאך 10, איך הער נישט צו צו די איצטיגע ק"מ אפשר א ק"מ מיט א דיפפ טוויסט וועט כאפן מיין אטענשאן.
אגב, איך ווארט נאך פאר קאמישאן פון הרב ווידער זז"ז. אין די ערשטע צייטן פלעגט ער באריכטן אז (למשל) ס'געווען א באמבע אויפרייס, 10 זענען געשטארבן און 18 זענען פארוואונדערט געווארן, ס'האט מיר אויפגערעגט .פונקט טרעפעך אים אויפן גאס און איך שריי צו אים "פארוואונדעט" נישט "פארוואונדערט", ביי די קומענדיגע באמבע אויפרייס זענען שוין געווען טאקע "פארוואונדעטע".
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:55 pm
דורך שלמה המלך
אין אלגעמיין איז דער קול מבשר א געוואלדיגע אויסטרעף (אינעם היימישן געזעלשאפט) ער איז מענטשליך און זייער גוט, גיט סערוויס און דעקט די נייעס געוואלדיג! איך זעה נישט וואס עס פעלט אויס א קאמפעטישן, און אויך זעה איך נישט ווי א קאמפעטישן קען מצליח זיין (און דער עיקר פראבלעם, מיין הכנות וועט געדויערן דאפעלט אזוי לאנג.....)
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 1:27 pm
דורך ניו יארק
די מעלה פון קול מבשר איז אז ער אליין איז זיין קאמפאטישען, דאס הייסט אז ער ווארט נישט אז איינער זאל עפענען נאך א האטליין און ער וועט מיזען נאכטאנצען יענעמס איידיעס, ער קומט אליין אויף מיט אייגענע חידושים ממש וועכענטליך, במילא וועט זיין זייער שווער פאר איינעם צו עפענען א "בעסערע" האטליין.
דאנט געט מי ראנג - בעסער האט נישט קיין שיעור, אבער און די אינדעסטרי וועט עס זיין אביסעל שווער.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 2:31 am
דורך טעלעפאן
לאמיר זאגן אז עס קען יא זיין קאמפעטישען, פאר וואסערע סיבה זאל איינער וועלן עפענען קאמפעטישען?? קיין געלט איז דערין נישטא
ביודעי ומכירי קאמינא
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 9:32 am
דורך gehlungen
טעלעפאן האט געשריבן:לאמיר זאגן אז עס קען יא זיין קאמפעטישען, פאר וואסערע סיבה זאל איינער וועלן עפענען קאמפעטישען?? קיין געלט איז דערין נישטא
ביודעי ומכירי קאמינא
Are u playing dumb ? You think for 1 minute that Beener is here "Leshem Mitzvah"?
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:19 am
דורך יאפטשיק
הממ. ער איז זיכער נישטא לשם מצווה אבער אלע רווחים און געלטער וואס ער פארדינט לייגט ער ווייטער אריין אין די ביזנעס, און צאלט די אלע רעדנער, פאליטיקער, און די וואס שאפן עם סחורה.
אבער וואו ס'איז יא שייך צו גיין א פעסטע קאמפאטישן, נישט ממש קאמפאטישן אבער ס'וועט זיין א גרעסערע אויפטו, איז אויב איינער עפנט שוין ענדליך א בראודקעסט נייעס אגענטור, ווי א אינגערמאן זאל באריכטן די נייעס, אויף ווידיאו, מ'זאל קענען זען און הערן. אויף בלעקבערי און קאמפיוטער, מ'דארף נאר נעמען אזא הינדל ווי יאסי געשטעטי און מ'קען דעקן טיש.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 11:07 am
דורך יונגערמאנטשיק
אויב פלאנט איינער צו גיין קאמפעטישן מיט קול מבשר דארף מען זיין גרייט - אין פאל ס'דא א ערעסענטע דראמאטישע געשעהעניש וואס גאנץ כלל ישראל איז אויף דערמיט - אויפצוזיין גאנצעטער טעג און נעכט. ווי אויך איז דא voice lessons קאסטן, וואס דאס מוז מען אנהייבן גאנץ אנפאנג פאר מ'זעהט א דאללער.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 11:23 am
דורך טעלעפאן
gehlungen האט געשריבן:טעלעפאן האט געשריבן:לאמיר זאגן אז עס קען יא זיין קאמפעטישען, פאר וואסערע סיבה זאל איינער וועלן עפענען קאמפעטישען?? קיין געלט איז דערין נישטא
ביודעי ומכירי קאמינא
Are u playing dumb ? You think for 1 minute that Beener is here "Leshem Mitzvah"?
"beener" מאן דכר שמיה??
סיי וויאזוי, אויב חלום׳סטו נאך אז קול מבשר איז א עושר אדיר דאן לעבסטו אין אילוזיע, אחוץ וואס די ארבעט איז עבודת פרך במלוא מובן המילה
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 11:59 am
דורך gehlungen
טעלעפאן האט געשריבן:gehlungen האט געשריבן:טעלעפאן האט געשריבן:לאמיר זאגן אז עס קען יא זיין קאמפעטישען, פאר וואסערע סיבה זאל איינער וועלן עפענען קאמפעטישען?? קיין געלט איז דערין נישטא
ביודעי ומכירי קאמינא
Are u playing dumb ? You think for 1 minute that Beener is here "Leshem Mitzvah"?
"beener" מאן דכר שמיה??
סיי וויאזוי, אויב חלום׳סטו נאך אז קול מבשר איז א עושר אדיר דאן לעבסטו אין אילוזיע, אחוץ וואס די ארבעט איז עבודת פרך במלוא מובן המילה
Yes yes you are 100% rite. He doesn't have a nite or a day (a shabbes a yom tov). But don't think he is here leshem mitzveh.
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 12:45 am
דורך ברוך
האט ער דערמאנט די סיום הדף היומי. האט אמאל ח”ו דערמאנט די כותל?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 12:56 pm
דורך ממרום שלח אש
סאיז דעפענעטלי אינטערעסאנט, אין א וועלט וואו עס ווידמעט זיך נייע אונטערנעמונגען חדשים לבקרים, איז נאך נישט אויפגעקומען א געגהעריגע קאמפעטישאן פאר קול מבשר.
די פראגע "איז דא פלאץ פאר נאך א קול מבשר?" איז נישט קיין ריכטיגע, איז דא פלאץ פאר נאך א אינשורענס אגענט? אדער נאך א גראסערי? קאר סערוויס? אדער נאך א כשרע ווייטעמין קאמפאני? אויב איז דא א ביזנעס וואס ברענגט אריין געלט, איז אלץ דא א מעגליכקייט (און א ריסק) פון מצליח זיין מיטן עפענען א בדומה לו.
בפרט ווען מר. ווידער, במחכ"ת האט נישט אזא איינגענעמע שטימע, ס'דא היבש בעסערע אויף די וועלט, דאס אליין איז א גוטע חלל ממלא צו זיין.
נאר וואס דען, די סיבה איז פשוט.
אינגעלייטלעך וואס עפענען א נייע בלעטל, ווילן בלייבן אנאנים, אבער ביים רעדן אויפן טעלפאון דארף מען זיך ארויסשטעלן לעיני כל ישראל.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 2:21 pm
דורך גנדי
מיין 2 צענט.
א נייע קול מבשר קען זייער שטארק מצליח זיין.
איך וועל געבן א דוגמא פון מיין בני בית זאל זיין געזונט. זי הערט קול מבשר אפאר מאל א טאג און דערנאך רופט זי ׳טעל מי׳. די סיבה איז ווייל ווען איך קום אהיים און פארצייל איר נייעס וואס איך האב געהערט אויפן ראדיא. אדער גזעהן אויפן הינטערנעץ. באמערקט זי אז קול מבשר לאזט אויס גאנצע שטיקער נייעס.
א נייע טעלעפאן ליניע וואס איז גרייט ממלא זיין דעם חלל. קען שטארק מצליח. אבער ער דארף האבן זייער א שטארקע ריקן-ביין. אויסצושטיין רדיפות און איטימידעישאן פון די טאליבאנע סיקריקים. וכל מרעין בישין.
ער דארף נישט איבער געבן אלע גוי׳אישע שמוציגע נייעס. אינזער היימישע עולם לעכצט נאך די נייעס וואס ווערט באריכטעט אין ׳וואס-איז-נייעס׳. די נייע ליניע דארף נאר נאך ליינען ׳וואס-איז-נייעס׳ אויף אידיש.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 2:25 pm
דורך זר זהב
על הראשונים אנו מצטערים
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 2:34 pm
דורך שעפסעלע
ס'איז עפעס א פרי קאנטרי דא?
מען דארף אלץ נעמען אין באטראכט, אז אנצוגיין דארף מען האבן אדווערטייזמענטס, אין א ליניע וואס ווערט אראפגעריסן און גע'אסר'ט דורך די רבנים וועט קיין עדס נישט האבן
סאו גיין מיט "אלע" נייעס וואס דער ווידער לאזט אויס, וועט עס קיין הצלחה נישט האבן
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:09 pm
דורך בדחן
גנדי האט געשריבן:איך וועל געבן א דוגמא פון מיין בני בית זאל זיין געזונט. זי הערט קול מבשר אפאר מאל א טאג און דערנאך רופט זי ׳טעל מי׳. די סיבה איז ווייל ווען איך קום אהיים און פארצייל איר נייעס וואס איך האב געהערט אויפן ראדיא. אדער גזעהן אויפן הינטערנעץ. באמערקט זי אז קול מבשר לאזט אויס גאנצע שטיקער נייעס.
א נייע טעלעפאן ליניע וואס איז גרייט ממלא זיין דעם חלל. קען שטארק מצליח. אבער ער דארף האבן זייער א שטארקע ריקן-ביין. אויסצושטיין רדיפות און איטימידעישאן פון די טאליבאנע סיקריקים. וכל מרעין בישין.
לע"ע טראץ אלע רדיפות אויפן ערליכען ארטעדאקסישען אינדענטום זענענן זיי נאך אלץ ידם על העליונה, במילא וועט א נייע טעלפטן לינע נישט האבן קיין שטאקע ריקן- ביין, און וועט נעלם ווערן אווי אלע זאכען וואס איז נישט לרוחם פון די שותומ"צ,
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:28 pm
דורך משה געציל
לדוגמא קאווע שטיבל, דו ווייסט ניטאמאל פון אזא זאך צוזאגען.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:58 pm
דורך גנדי
רוב אויסגעלאזטע נייעס איז בכלל נישט קיין פראבלעם פון רוב ארטאדאקסישן אידענטום שותומ״צ. והא ראי׳ ׳וואס-איז-נייעס׳ איז זייער פאפולער. מן הסתם סאך מער פאפולער פון קול מבשר.
קול מבשר לאזט אויס אסאך נייעס. נישט ווייל ער פארשטייט אזוי. און נישט ווייל רוב צוהערער ווילן אזוי. נאר ווייל ער האט מורא פון די קומץ קטן טאליבאנישע חומעני סיקריקים. וואס לדאבוננו זענען זיי ביזדערווייל ידם על העליונה.
די ניי נייעס ליניע זאל נאר איבער געבן די נייעס וואס ווערט אויסגעשמועסט דא אין קאווע שטיבל (ווי די דרייסט זיך ארום) וועט ער שטארק מצליח זיין. די ליניע וועט נאר דארפן האבן א רוקן-ביין נישט מורא האבן פון די פאפירענע טיגער ציינער פון די פוסע על ראשי עם ישראל.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 4:03 pm
דורך זר זהב
דו מישט צאם עפפלס מיט פאפקארן. יענע ארטאדאקסן צו וועם דו באציהסט זיך, רעדן נישט אידיש. אפשר קען זיך עפענען אזא האט ליין אין די ענגלישע שפראך.