מיש נישט אויס, קליין מיט גרויס,
ארעם רייך, זענען נישט די זעלבע זאך,
שטארק און שוואך, נישט קיין פארגלייך,
פון קורץ ביז לאנג, איז פאלג מיר א גאנג,
ביטער און זיס, זענען אנדערש געוויס,
ברייט און שמאל, זענען אפגעטיילט אלעמאל,
גלייך און קרום, פארן נישט צוזאמען ארום,
הויעך און נידעריג, זענען אפגעטיילט גענוג,
האלב און גאנץ, נישט געווען צוזאמען אזאנץ,
שנעל און שטייט, זענען אפגעריקט ווייט,
טפשות מיט קלוג, פייערן נישט דעם זעלבן זיג,
געזונט און קראנק, האבן נישט דעם זעלבן פארלאנג,
ווייעך און הארט, איינס פון צווייטן אפגעשארט,
ליכטיג און טינקל, זיצן און אן אנדערן ווינקל,
טייער און ביליג, זיך צו באהעפטן זענען נישט וויליג,
קאלט און הייס, זענען אפגעטיילט לויט ווי איך ווייס,
וואסער און פייער, זענען אפגעריקט זייער,
טאג מיט נאכט, קיינמאל די זעלבע געטראכט,
עתיד און עבר, בכלל נישט די זעלבע דבר,
געקומען און געגאנגן, האבן אנדערע פארלאנגן,
אויסגעריהט און מיד, זינגען נישט דעם זעלבן ליד,
דאר און פעש, טראגן אנדערע וועש,
נידעריג און דערהויבן, האבן נישט דעם זעלבן גלויבן,
מיאוס און שיין, זענען בכלל נישט איין,
שמוציג און לויטער, אנדערע הויז בויעט ער,
שווער און גרינג, גיבן אן אנדערן קלינג,
פארשעמט און געשעצט, איינער ערשט איינער לעצט,
שיכור און ניכטער, דארפן אן אנדערן ריכטער,
רעדן און הערן, זענען אנדערש איך לערן,
שווארץ און ווייס, זענען ווי טריקן און נאס.
חילוקים
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
וויינען און לאכן, זענען אנדערע זאכן,
קויפן און פארקויפן, אויף אנדערע וועגן זיי לויפן,
פון זעהן ביז הערן, טאר מען נישט צומישט ווערן,
שפעט און פרי, זענען אויף אן אנדערן דעגרי,
טרויער און פרייד, האבן נישט די זעלבע מיטלייד,
בויען און צעווארפן, אנדערע מיטלען זיי דארפן,
ווינציג און אסאך, האבן אן אנדערן פאך,
שטומפיק און גלאט, האבן אן אנדערן פארמאט,
געבוירן און שטארבן, האבן אנדערע פארבן,
יונג און אלט, איינער ווארעם איינער קאלט.
קויפן און פארקויפן, אויף אנדערע וועגן זיי לויפן,
פון זעהן ביז הערן, טאר מען נישט צומישט ווערן,
שפעט און פרי, זענען אויף אן אנדערן דעגרי,
טרויער און פרייד, האבן נישט די זעלבע מיטלייד,
בויען און צעווארפן, אנדערע מיטלען זיי דארפן,
ווינציג און אסאך, האבן אן אנדערן פאך,
שטומפיק און גלאט, האבן אן אנדערן פארמאט,
געבוירן און שטארבן, האבן אנדערע פארבן,
יונג און אלט, איינער ווארעם איינער קאלט.