בלאט 1 פון 2
דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:36 pm
דורך [NAMELESS]
[justify][איך זעה אז דער ניק דריידל האט שוין אנגערירט די טעמע, אבער בלויז אויפן שפיץ גאפל. לאמיר שטעקן דער גאפל טיפער אריין].
[center]אריינפיהר[/center]
טויזענטער לדוד ה' אורי'ס זענען שוין אויסגעלאזט געווארן אין די צאנזע קלויזן אדאנק דער נעפל וואס הויערט ארום דער חמדת הימים. א ספר וואס קוים נאך איר ערשיינונג אויף די פאליצעס איז זי פארהוילן אין א טיפע נעפל, אן אומ'קלארקייט פון ווי זי קומט, און ווער האט איר געבוירן. איר מיסטריעזע געבורט ציעט די נייגער פון די גרעסטע חוקרים פרייע ווי פרומע צוגלייך. א ספר וואס האט נישט בדומה לו אין די לעצטערע תקופות, אזויפיל מתירים, אוסרים, צו פארעווע. ביי מאנכע איז זי פארהייליגט און א געטליכקייט, ווען ביים צווייטן איז זי א שטיק מיסט וואס איז ניטאמאל ראי לפי צלוחית, ווידעראום, ביים דריטן, איז זי אין א עירבוביא וואס בלויז גרויסע לייט קענען בוחר זיין באכילתו און דער שאלאכטץ פארווארפן.
[center]וואס איז דער "חמדת הימים", און פון ווי קומט עס?[/center]
"חמדת הימים" איז א טיפיקל ספר צו ווערן צוכאפט אין הולכי דרך קבלה וחסידות. דער ספר ענטהאלט אין זיך; הלכה, ווי א קלאסישער הלכה ספר, געפלאכטן מיט דברי קבלה, דברי מוסר, הנהגות, תפילות און סגולות, באגלייט מיט רייכע מליצות, אלטץ מסודר און אויסגעשטעלט לויט די מהלך פונעם יאר.
דער ספר חמדת הימים איז געשריבן געווארן אין כתבי יד אין יארע תכ"ט לפ"ק. עס איז נישט באקאנט למי החותמת פון די כתבי ידות. בפשטות איז עס געשריבן געווארן דורך איינע פון די גאוני צפת, ווי דער מחבר דערמאנט אינעם ספר אזויפיל ווי 26! גאוני צפת.
דער ספר איז הערשט ארויס לאור עולם געדרוקט אין א ספר פארמאט, אין יאר תצ"א. דורך דער גרויסער גאון און מקובל ר' יעקב ישראל אלגזי. ר' יעקב ישראל שרייבט אינעם הקדמה צום ספר אז ער האט זיך איינגעהאנדעלט די כתבי ידות אין שטאט צפת, ווי ער האט באזוכט. אבער איז נישט דערגאנגען פון וואנעט ס'קומט אהין. אינעם ערשטן יאר האט ער געדרוקט די דריטע און פערטע חלקים פונעם ספר, אין א יאר דערנאך האט ער געדרוקט די ערשטע צוויי חלקים. ר' ישראל יעקב אין די הקדמות באדאנקט זיך פאר די מעמבערס פון ביהמ"ד "כתר תורה" אין שטאט איזמיר, דאדורך זייער געלט שטיצע איז ערמעגליכט געווארן דאס דרוקן דעם הייליגן ספר.
ווי נאר דער ספר איז ארויס פון דרוק, איז זי צוכאפט געווארן דורך אידן שומרי הדת וואס האבן געלעכטצעט נאך אזאנס, א ספר פאר די ימים טובים געבויט מיט הלכה, קבלה, רייך און געשמאק, צו דערהייבן אביסעלע דעם נפש אויף ארויף.
צו זען ווי שטארק עס האט אויסגענומען ביי אידן, איז קענטיג, אז דער ספר איז געווארן איבערגעדרוקט 7 מהדורות! במשך די נעקסטע דרייסיג יאר. און אזויפיל ווי 19 באזונדערע ספרים האבן במשך די יארן אדאפטירט גרויסע ווי קליינע קאפיטלען פונעם ספר חמדת הימים, צו זייערע ספרים אונטער אנדערע נעמען. א דוגמא, הרוכל הרב הגאון החסיד הלל גאלדשטיין שליט"א שהוציא לאור רוב ספרי תלמידי בע"ש, האט צווישן זיינע ספרים א חלק "חמד אל הים" וואס איז באמת א גאנצער קאפיטל פונעם חמדת הימים.
דער מדפיס רב אלגזי איז נישט געווען אבי ווער, רב אלגזי איז געבוירן אינעם שטאט איזמיר צו זיין טאטען דער מקובל און גאון 'דער מהרי"ט אלגזי', וואס זענען שוין דורות מרבני איזמיר. ר' ישראל יעקב האט זיך שפעטער באזעצט אין צפת, און דערנאך צו זיין ענטגילטיגער וואוינונג אין ירושלים ווי ער איז געווארן אנגעשלאסן אינעם בי"ד פון רבי נסים חיים מזרחי צוזאמען מיט זיין יוגענט פריינט רבי יצחק הכהן ראפאפארט דער בעל בתי כהונה. נאך דער פטורה פון רבי יצחק איז ר' יעקב ישראל געווארן אויפגענומען אויף דער אמט צו דינען אלטץ עמטליכער 'ראשון לציון'. ס'האט האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן, ווייל ער איז אוועק א יאר דערנאך אין יאר תקט"ז.
זייענדיג פון די סאמע שפיץ גדולים און מקובלים אין ירושלים, האט ער אויך געדינט אלטץ ראש המקובלים פון די חבורת 'בית אל' אין ירושלים. .[/justify]
[center]דער שטורעם הייבט זיך אן[/center]
[justify]עטליכער יאר זענען פארביי, און דער מערכה איז אריין אין שוואונג. הגה"צ דער עמדין זצ"ל, איז ווי באקאנט געווען דער פאן טרעגער און הויפט מארשאל, צו אטאקירן און שאנטאזשירן יעדער פעולה וואס האט נאר געשמעקט פון שבתאות. דער עמדין האט מיט זיינע שארפע חושים געלאקערט נאך יעדען שטויבעל וואס איז אנגעקלעבט פון די יעניגע, און קיינעם נישט געשוינט. ווער עס איז נאר געפאלן אונטער א פארדאכט אין פארבינדונג מיט שבתי צבי ימ"ש, האט ער אטאקירט יענעם מיט אלע זיינע מיטלען. דעם ספר חמדת הימים האט ער אויך נישט פארשוינט.
דער עמדין האט שוין אזוי פריה ווי תצ"ו, מרמז געווען אין זיין ספר 'קיצור ציצת נובל צבי' אז דער ספר חמדת הימים פאלט אונטער פארדאכט. שרייבענדיג: "איך האב טאקע נישט צופיל מעיין געווען דערינען, אבער עס שמעקט פון שבתאות". זעכטצן יאר שפעטער, אין זיין ספר 'תורת הקנאות' (אלטונא תקי"ב) האט זיך דער עמדין אפציעל ארויסגעשטעלט אנטקעגן דעם ספר, זאגענדיג, אז ער איז געקומען צום החלטה; אז דער מחבר איז בהחלט נישט קיין צווייטער ווי נתן העזתי!
דער עמדין אטאקירט דעם ספר נישט ווייניגער ווי צוואנציג מאל! פון אין צווישן זיינע ספרים. דער עמדין שוינט נישט קיין קללות אויפן ספר, יעדעס מאל א טוץ קללות פון פריש.[/justify]
המשך יבוא בעזרת השם
Re: דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 6:35 pm
דורך mevakesh
ישר כוח איך ווארט אויף די פארזעצונג
אגב דו דערמאנסט רבי הלל איך האב איהם צום לעצט געזען מיט א וואקער פאר זעקס זיבן יאר צוריק וואס מאכט ער היינט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 8:21 pm
דורך דריידל
זייער שיין געשריבן
לתועלת הרבים ברענג איך די לינק צום אנדערן אשכול איבער'ן חמדת (ה)ימים
viewtopic.php?p=204799#p204799
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 9:38 pm
דורך מור וקציעה
דעת רוב החוקרים [הירש גרעץ, גרשום שלום ועוד ועוד] שהצדק עם היעב''ץ שמחברו היה שבתאי,
ומ''מ איני רואה על מה יצא הקצף הלא למעשה הספר מלא דברי מוסר ומה איכפת ליה שהמחבר האמין לכזבי הצבי
ועיין בספר כל החיים להגר''ח פלאג'י דף יז שמביא שכל גדולי ספרד שיבחו את הספר ומעיד על זקינו הגאון בעל חקרי לב שלמד תדיר בספר חה''י והיה אומר שמרגיש הארה קדושה ע''י הלימוד בספר הקדוש הזה, והוסיף שאצלם מקובל לא לדבר נגד או לקלל את השבתי צבי רק להתעלם ממנו ותו לא
ולא אביא את דבריו של האדמו"ר ממונקאטש בספרו חמשה מאמרות (עמוד קנו, ועיין גם בספר מסעות ירושלים דף כו) מה שהשיב נגד הגר''ח פלאג'י ולא נתקררה דעתו עד שדיבר נגד כל אחינו הספרדים, שרא ליה מריה, ה' הטוב יכפר בעד
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 10:57 pm
דורך יהושע חיים
קיצור ציצת נובל צבי איז נישט פון ר' יעקב ששפורט??? (און נישט פון דעם יעב"ץ)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 11:21 pm
דורך [NAMELESS]
מור וקציעה האט געשריבן:דעת רוב החוקרים [הירש גרעץ, גרשום שלום ועוד ועוד] שהצדק עם היעב''ץ שמחברו היה שבתאי,
ומ''מ איני רואה על מה יצא הקצף הלא למעשה הספר מלא דברי מוסר ומה איכפת ליה שהמחבר האמין לכזבי הצבי
ועיין בספר כל החיים להגר''ח פלאג'י דף יז שמביא שכל גדולי ספרד שיבחו את הספר ומעיד על זקינו הגאון בעל חקרי לב שלמד תדיר בספר חה''י והיה אומר שמרגיש הארה קדושה ע''י הלימוד בספר הקדוש הזה, והוסיף שאצלם מקובל לא לדבר נגד או לקלל את השבתי צבי רק להתעלם ממנו ותו לא
ולא אביא את דבריו של האדמו"ר ממונקאטש בספרו חמשה מאמרות (עמוד קנו, ועיין גם בספר מסעות ירושלים דף כו) מה שהשיב נגד הגר''ח פלאג'י ולא נתקררה דעתו עד שדיבר נגד כל אחינו הספרדים, שרא ליה מריה, ה' הטוב יכפר בעד
דעת רוב החוקרים? מאן נינהו? צבי גרץ וגרשום שאלאם? צבי גרץ רצה להראות שהיה שבתאי כפי שרצה להראות שמהרר"י אייבשיץ היה שבתאי. וגרשום שלום רצה להראות שכולם היו שבתאים, ולא נתקררה דעתו עד שהשכיל לדעת שכל תורת החסידות מקורה משבתאות. וכבר הכו על קדקדו רוב החוקרים המאוחרים. ואם כי היה ארי, והמאוחרים כננס ע"ג ארי, מ"מ גם דברי אריסטו וחבריו נדחו ואכמ"ל.
הקצף שיצא מהיעב"ץ מוצדקת, כי בזמנו עדיין היו שבתאים טובא בשוקא. פוק חזי מאי הויא בזמנו עם יעקב פראנק, עם חיון, ועוד שבתאים שעשו חיל. ולכן כל מה שהיה נגוע בשבתאות, יצאו נגדו בשצף קצף ובהצדקה.
דברי הגר"ח פלאג'י תמוהים הרבה יותר מדברי הרב ממונקאטש, במחכ"ת של הגר"ח פלאג'י. ואם דברי המנחת אלעזר טיפוסיים להונגרי קנאי, הרי דברי הגר"ח פלאג'י טיפוסיים לספרדי תמים. ואלו ואלו דברי...
ובמאמר המוסגר, אכן הרבה מגדולי ספרד נגררו אחרי ש"צ, ומאידך מעט מאוד מגדולי אשכנז נגררו אחריו. אם צדקו דברי הגר"ח פלאג'י, וצדקו דברי המנח"א, הלוא לאלקים ולאדנירם פתרונים מדוע אכן הספרדים נגררו אחרי ש"צ, והאשכנזים לא.
Re: דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 11:30 pm
דורך mevakesh
ר בעד
דעת רוב החוקרים? מאן נינהו? צבי גרץ וגרשום שאלאם? צבי גרץ רצה להראות שהיה שבתאי כפי שרצה להראות שמהרר"י אייבשיץ היה שבתאי. וגרשום שלום רצה להראות שכולם היו שבתאים, ולא נתקררה דעתו עד שהשכיל לדעת שכל תורת החסידות מקורה משבתאות. וכבר הכו על קדקדו רוב החוקרים המאוחרים.
מיהם החוקרים שהיכו על קדקדו?
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:45 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]עס דארף קודם באטאנט ווערן: אז דער מדובר איז נישט דא פון א ספר'ל וואס איז פלוצים אפיהר געקומען אויפן אויבערפלאך דורך סתם א מדפיס בין מדפיסים. ווי אויבן דערמאנט זעהט מען די גדלות פונעם גרויסן מדפיס הרב אלגאזי, אזוי אויך פארמאגט דער ספר פייערדיגע הסכמות פון אזאנע לייבן א שטייגער הגאון השתדלן רבי חיים אבולעפיה -השני), זיין רבי הגאון הגדול רבי יצחק הכהן ראפאפארט בעל ה'בתי כהונה, וואס איבער זייער ערליכקייט און גרויסקייט האט קיינער נישט קיין צווייפל.
אם כל זה האבן די מעוררים זיך נישט אפגעהאלטן פון משמיע זיין זייער מיינונג איבער דעם ספר.[/justify]
[center]דער יעב"ץ איז נישט קיין דעת יחידאה:[/center]
[justify]נאך איינער פון יענער דור וואס האט זיך אויך ארויס געשטעלט --שוין אין די פריהע תקי" יארן-- צו עוקר זיין דעם ספר, נאכן מסקנה, אז דער מחבר איז נתן העזתי, איז הגאון רבי ישראל אב"ד קאמעניץ. געווען 'נאמן בית ישראל' אין די וועד ארבע ארצות.
אזוי אויך, איינע פון די גדולי ספרד: הגאון רבי יהודה פתייה זצ"ל, אין זיין ספר 'מנחת יהודה' האלט, אז דער מחבר הספר איז דער טונקעלער נתן אליינס. ער פארציילט באריכות איבער א חלום וואס האט אים ערקלערט אז נתן איז דער מחבר. -- מער איבער זיין חלום און וויאזוי רב עובדיה יוסף זצ"ל צולייגט אים אין שפאט זעה שפעטער.
הגרי"ז שטערן אב"ד שאוויל, ומגדולי רבני ליטא. האלט אויך אז נתן העזתי איז דער מחבר פונעם חמדת הימים.
דאס אז דער מחבר איז געווען נתן העזתי, ווערט אויך אונטערגעשטיצט דורך דער משכיל דוד כהנא פון אודעסע. אינעם פרישן צייטונג 'השחר' אין יארע תרכ"ט, האט ער געלאזט לויפן אן ארטיקל אין פארזעצונגען, איבער שבתי צבי'ס ביאגראפיע, אונטערן קעפל 'אבן התועים' דארט קומט ער צו מיט זיינע מסקנות אז דער מחבר חמדת הימים איז נתן העזתי.
פון די אלע מסקנות -- ובעיקר דער דעת פונעם עמדין -- אז דער מחבר הספר איז דער טונקעלער יונג נתן, האט צוגעפירט אז צענדליגער טויזענטער האבן זיך פורש געווען פונעם ספר. כאטש כמעט אלע פון די פורשים זענען בכלל נישט געווען באהאווענט אין די ראיות ההתנגדות, האבן זיי זיך פארלאזט אויפן דעת היעב"ץ.
[center]אויף וואס איז געבויט די התנגדות?[/center]
די טענות אז דער ספר געהערט צום שבתאי'שן לאגער, זענען אפאר. א חלק פונעם עמדין אליינס, און א חלק פון אנדערע -- כאטש זיי האלטן אז דער מחבר איז נישט נתן, איז אבער געווארן אריינגעמישט שבתאי'שע שטיקלעך.
א. אין איינע פון די שירים אינעם ספר, איז דער ראשי תיבות פונעם שיר "אני בנימין נתן בן אלישע חיים חזק" וואס דאס דארף אנצייגן די מחבר אלטץ נתן העזתי, אדער עכ"פ דער ליבשאפט פונעם מחבר צו דער שבתאי'שער מאוומענט.
ב. עס איז נישט צום געפונען הלכות בין המצרים אינעם ספר. א סאבדזשעקט וואס די שבתי'סטישער פארטיי האט נישט גורס געווען אלטץ אקטועל היינטיגע צייטן.
ג. אין די כוונות פון פסח, דערמאנט דער מחבר איבער דער 'בכור בן הצנועה' וואס איז נתגדל געווארן בליל התקדש חג וכו. און זיין בלוט איז געווארן פארגאסן בעצם היום. וואס דאס איז דער מדובר איבער 'יענער מאן' ימ"ש דער אבי הנוצרים. (דער טענה איז פונעם מונקאטשער רב זצ"ל אין זיין ספר 'חמשה מאמרים' מאמר 'משיב מפני הכבוד' געווידמעט אויף אויסצוקלארן דעם נעפל.)
ד. ביי די רמזים אויף תפילת שחרית, ביי יוצר אור, שטייט צוויי ווערטער מיט גרויסע אותיות כזה: מאורות נתן סביבות עזו פינות וכו. (דער טענה האט סאטמארער רב זצ"ל דערמאנט פאר משב"ק ר' עזריאל גליק ע"ה)
ה. נאך א טענה שרייבט דער עמדין אנטקעגן דעם ספר, אז דער מחבר מלא גיללולים האט פארפאסט א תפילה אפיקורסיס פאר ר"ח בענטשן; שרייבענדיג: "תחינה שיסד נביא השקר העזתי, כשמברכין החודש, ואותה מלאה לה גילולים, אך לא נמצא הספר תחת ידי, אשר ראיתיו לפני כמה שנים "בהבטה בעלמא".
דאס אלעס דארף צו ווייזן א דירעקטע שייכות און א נאנטער פארבינדונג פונעם מחבר הספר צו נתן העזתי אדער לכה"פ א גלוסטעניש צו די נקודה ה'שבתאית.
======
(די לעצטע עדות פונעם עמדין: "אשר ראיתיו לפני כמה שנים בהבטה בעלמא", -- בנוסף, אז דער תפילה איז בכלל נישט פארהאן אין חמדת הימים -- שטעלט עטוואס די השמצה פונעם עמדין אז יעדער שורה איז אנגעפולט מיט שבתאות -- אונטער פראגע צייכן).[/justify]
די מתנגדים צום יעב"ץ און זייערע ראיות צו דעם, יבוא בהמשך.
נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:00 pm
דורך [NAMELESS]
איז דאס א טאפיק ווי קיינער האט נישט וואס מוסיף צו זיין?...
אפשר דארף איך אריין מישן צו בעשן "די סיסטעם" כדי ס'זאל אינטערעסירן איינעם דא.
אוקעי, די סיסטעם שטינקט! זיי זענען שילדיג אז ס'איז ארויס געקומען די חמדת הימים בלא בלא בלא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:41 pm
דורך שמעון וואלף
די וואס האבן זיך אפגעהאלטן פון לערנען די ספר איז לאו דוקא ווייל מ'האט געהאלטן אז די מחבר האט נישט געטויגט, נאר מ'האט געהאלטן אז די כת ש"ץ חברה האבן אריינגעדריקט זייער דברי דופי אין דעם ספר אזוי ווי זיי האבן געטון אין אסאך אנדערע ספרים, ובפרט ספרי קבלה
נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:49 pm
דורך געוואלדיג
ר' געוואגטער, איהר זענט זייער א גוטער מגי"ש מיט א קלארע הסברה און דער עולם הערט זיך צו שווייגעדיג, שרייב ווייטער מען וועט נאך היבש מגיב זיין.
נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 5:38 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:ר' געוואגטער, איהר זענט זייער א גוטער מגי"ש מיט א קלארע הסברה און דער עולם הערט זיך צו שווייגעדיג, שרייב ווייטער מען וועט נאך היבש מגיב זיין.
זאת ועוד, ס'דאך דא דער ריזיגער מבוא [וחיבור בפנ"ע] צום חמדת הימים החדש, וואו ער טוט אדורך די גאנצע עסק מתחילתו ועד סופו. אזוי אז ס'איז מיר א שאד אריינצורעדן. פארט אבער איז דיין ארבעט זייער שיין, דיין שפראך טיפיש געוואגטער, און ס'ווערט באשריבן אין אידיש, וואס דערפאר קומט דיר א ספעציעלן דאנק.
נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 7:24 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:די וואס האבן זיך אפגעהאלטן פון לערנען די ספר איז לאו דוקא ווייל מ'האט געהאלטן אז די מחבר האט נישט געטויגט, נאר מ'האט געהאלטן אז די כת ש"ץ חברה האבן אריינגעדריקט זייער דברי דופי אין דעם ספר אזוי ווי זיי האבן געטון אין אסאך אנדערע ספרים, ובפרט ספרי קבלה
גערעכט. און אזוי האבן טאקע געהאלטן רוב אדמור"י ומנהיגי חסידות. א מיינונג וואס איז שטארק מסתבר נעמענדיג אין באטראכט אז דער מיינונג פונעם יעב"ץ איז לויט רוב מיינונג זאגער שטארק איבערגעטריבן, און נאכדערצו ווען עס איז שווער פאר אסאך אנצונעמען אז די שבתאי'שע שטיקלעך זענען פון רב אלגאזי זצ"ל אליינס.
____
[tag]געוואלדיג[/tag] אלטץ א גוט חיזוק ווארט אויפן צונג.
====
אדנירם האט געשריבן: ס'דאך דא דער ריזיגער מבוא [וחיבור בפנ"ע] צום חמדת הימים החדש, וואו ער טוט אדורך די גאנצע עסק מתחילתו ועד סופו. אזוי אז ס'איז מיר א שאד אריינצורעדן. פארט אבער איז דיין ארבעט זייער שיין, דיין שפראך טיפיש געוואגטער, און ס'ווערט באשריבן אין אידיש, וואס דערפאר קומט דיר א ספעציעלן דאנק.
יישר פאר די ווארימע ווערטער. די מיינסט דער מבוא פון הרב משה (ווייס) צוריאל שליט"א? --- ווייל אז יא, לאמיר דיר זאגן; זיין שנאה (ליעב"ץ) מקלקלת את השורה! און טאקע אין זיין געלונגענע ארבעט שרייבט ער א הויפן מיט נער'ישקייטן וואס מאכט עס ווייט פון א פראדזשעקט וואס קען ווערן אנגערופן: "דורך געטון מתחילתו ועד סופו". ווי כ'וועל נאך אויסשמועסן א חלק פון זיינע שטותים אויב איינער איז נייגעריג דערין.
נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 9:40 pm
דורך [NAMELESS]
פארהאן א שיינע בריוו אין אגרות יחיאל דערוועגן, [tag]געוואלדיג[/tag] [tag]פריעד באטשי[/tag]
[tag]מאטל שניידער[/tag]
[tag]גרויסע מענטשעלע[/tag]
[tag]א איד[/tag]
[tag]ניקלשבורג[/tag]
[tag]יעקב[/tag]
[tag]קאפשטיק[/tag]
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 4:29 pm
דורך [NAMELESS]
[center] פארטיידיגן דעם חמדת הימים פונעם עמדין'ס הכפשה:[/center]
[justify]איבער הונדערט יאר איז פארלאפן פונעם אנהייב פונעם שטורעם, אבער קיין איינער האט זיך דערווייל נישט ארויס געשטעלט פארטיידיגן דעם ספר חמדת הימים, אפ צו קראטצן די בלאטע און איר ארויס שלעפן פונעם שבתאי'אישן סטעמפל וואס דער יעב"ץ האט ארויף געקלעבט. אדערווייל האט זיך שוין פארמירט די חסידות באוועגונג און דאס האט פון פריש דערווייטערט דעם ספר אינערהאלב די אשכנזישע רייען ווי חסידישע אידן האבן פארנומען א פראמינענטער ארט. דארט ביי די חסידים איז דער חמדת הימים פארהאסט געווארן -- אין גרויס טייל -- אדאנק א [געבאקענער] מעשה פונעם בעל שם הק' וואס האט ארויס געוויזן אפשיי און גרויל צום ספר.
הערשט ארום 130 יאר שפעטער האט זיך איינער אויפגעשטעלט לטובת החמדת הימים. דער ערשטער וואס האט זיך ארויס געשטעלט און זיך געמיהט צו ראטעווען דער חמדת הימים און זיך שטעלן אנטקעגן דער עמדין, איז געווען הג"ר חיים פלאגי (כל החיים תרל"ד) ווי ער שרייט חיי וקיים אז דאס קען נישט זיין נתן העזתי. אבער חוץ שרייען ברענגט ער נישט קיין זאכליכע הוכחות.
דערנאך איז דא פון הג"ר ישראל בערגער בעל 'עשר אורות' אב"ד בוקארעסט. אינעם מאסף 'וילקוט יוסף' (תר"ס) האט זיך ערווארבן א פולמוס נאך ער איז ארויס געטרעטן צו באשיצן דער חמדת הימים. ער האט געהאט ביצים! ער אטאקירט העפטיג דעם יעב"ץ, אז דער יעב"ץ האט מער ווי איינעם באגראבן שלא כדין וכו. בערגער'ס געוואגטע ארויסטריט האט נאכגעשלעפט א הויפן תגובות 'הין און הער' אזש ס'געגאנגן א רויעך.
דער ערשטער אבער, וואס האט זיך ארויס געשטעלט אפווענדן דעם יעב"ץ מיט זאכליכע רייד, נאכן שטודירן דעם ספר דורך און אדורך און אזוי געקומען צו א מיינונג, איז הרב מנחם מענכין האלפרין. זיין ספר 'כבוד חכמים' (ירושלים תרס"ב) לאזט ער זיך הערן מיט עטליכע הוכחות חותכות אז דער יעב"ץ האט געגרייזט. (זע שפעטער די הוכחות)
דער ספר פון האלפרין האט געברענגט אז צוויי רבנים זענען ארויס מיט ספרים אים אפ צו ווענדן. דער ערשטער איז ר' מרדכי לוריא פון צפת, וואס האט פארשפרייט זיין קונטרס 'אמת ליעקב' אפ צו ווענדן האלפרינ'ען. האלפרין האט פריש איבער געדרוקט זיין ספר כבוד חכמים דאס מאל מיט הוספות צו פארענטפערן די קונטרס פון לוריא. לוריא איז פריש ארויס מיט נאך א קונטרס 'מלחמת יעב"ץ' מיט פרישע סחורה אנטקעגן האלפרין.
דער צווייטער אנטקעגן האלפרין, איז דער מונקאטשער רב, וואס איז אויך נישט בדעה מיט האלפרינ'ס מסקנות.
נאכן קריג, איז שוין דא צענדליגער דעות פון פראפעסארן און אקאדעמיקער איבער דער נושא. אבער אנדערש ווי די פריערדיגע וואס זענען בלויז פארנומען איבער די שייכות צו שבתאות, זענען די חברה אויך פארנומען צו חקר'ענען ווער עס איז דער ווירקליכער מחבר, וכל אחד במסקנותיו.
צווישן זיי, דער גרויסער פראפעסאר אברהם יערי מיט זיין ספר 'תעלומת ספר'. פרופ' גרשום שלום געדרוקט אין צייטונג "בחינות" (תשט"ו) און פון פרופ' ישעיהו תשבי געדרוקט אין צייטונג "תרביץ" (תשט"ו) מאיר בניהו און נאך.
[באמת, דער רב מענכין האלפרין, איז בעצם געווען דער ערשטער מיטן אנגרייפן דער יעב"ץ. תיכף נאך דער אויבנדערמאנטע געשרייבאכץ פון דער משכיל דוד כהנא, איז רב האלפרין -- נאך וואוינענדיג אין הוראדנע -- שוין געווען ביזי צו אויפווייזן די פאלשקייט אנצונעמען אז נתן איז דער מחבר, און דער רב בערגער בויט טאקע רוב פון זיינע ווערטער אויף רב האלפרין. דאס אז ער האט שוין אין תרל" אנגעהויבן זיין קאמפ, זעט מען פון זיינס א בריעף צו ר' יעקב משה אב"ד מוש ר' איצילע וואלאזינער'ס א תלמוד. אבל הצילום אינו בידי כעת. וחבל. ]
פארוואס זיי זענען סקעפטיש צו דער יעב"ץ ומהלכו, און איבער די מיינונג מאחינו הספרדים והאשכנזים יבוא בהמשך[/justify]
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 8:15 pm
דורך [NAMELESS]
[center]אטאקירער און מתנגדים צום דעת ה'יעב"ץ:[/center]
[justify]איידער מיר טרעטן צו, וואס עס זענען די הוכחות אנטקעגן דעת היעב"ץ, און וועם זיינע מתנגדים האלטן עס איז יא געווען דער ריכטיגער מחבר פונעם ספר, לאמיר קודם ערקלערן פארוואס כמעט קיינער האט נישט אנגענומען די ווערטער פונעם עמדין אלטץ ריכטיג.
[center]אשכנזים און ספרדים[/center]
ביי די ספרדים איז דער ספר אלטץ געווען געשעצט און פארהייליגט. און ביי זיי איז [כמעט] נישט געווען קיין התנגדות איבערן ספר במשך די יארן. הינדערטע ספרדים האבן זיך געווארעמט "אילע" יום טוב אין די ווארימע רייד פונעם חמדת הימים און זיך דערקוויקט דאס הארץ מיט די רייכע און טיף געפלאכטענע רייד פונעם בעל מחבר. די גאנצע רידעריי פונעם עמדין האט בכלל נישט דערגרייכט צו זיי, און אפי' שוין יא, האבן זיי זיך נישט געקימערט דעריבער און צופיל צוטון געמאכט דערפון. ווארשיינליך האט דער מצב פון זייער תמימות צוגעגעבן צום פאקט אז דער טומעל ארום דעם ספר האט נישט תופס מקום געווען צווישן זיי.
ווידעראום ביי די אשכנזים, האבן זיך במשך די יארן א באדייטענדע מערהייט אפגעשאקעלט פונעם ספר. די הדפסות פונעם חמדת הימים זענען געשרינקען און דראסטיש רעדוצירט געווארן, דאקעגן ביי די ספרדים איז זי צוכאפט געווארן ווי פריש-זעמל. די מערהייט אשכנזים וואס האבן זיך אפגעשאקלט האלטן אבער כמעט אלע פון זיי, אז דער עמדין איז נישט גערעכט, ווייל עס איז אפגעפרעגט מכח כמה ראיות [ראה להלן] אז דער מחבר זאל זיין נתן העזתי.
אלע דריי, הרב מענכין האלפרין, הרב ישראל בערגער דער בוקארעסטער רב, און הק' חיים אלעזר ראבינאוויטש דער מונקאטשער רב. שרייבן גאר שארף -- איינער שארף דער צווייטער נאך שארפער -- אז דער יעב"ץ האט ביי דעם ספר נאכאמאל געשפרונגן מיט צו א שנעלע מסקנה צו מכפיש זיין דער ספר אלטץ נתן'ס אייגנטום. אנווייזענדיג אז דער יעב"ץ האט שוין אין די פארגאנגענהייט אומזיסט חושד געווען גאנצע ליסטעס מיט גאונים און גדולי הדור.
צווישן זיי ציילט זיך: הגאון רבי יונתן אייבשיץ, // הג"ר משה פרעגער מחבר ספר 'ויקהל משה', // הגאון ר' זרח איידליץ מחבר ספר 'אור לישרים', // ר' יונה לאנדסופר מחבר ספר 'שו"ת מועיל צדקה', // דער הייליגער רמח"ל ר' משה חיים ליצטו דער בעל 'קל"ח פתחי חכמה' און באקאנטער 'מסילת ישרים', // הגאון ר' משה אוסטריר מחכמי ה'בראדער קלויז' מחבר הפירוש 'ערוגת הבושם' על שיה"ש, // דער הייליגער 'מגיד משנה' [ביאור על המשנת חסידים] // הגאון רבי שלום בוזגלו דער בעל 'מקדש מלך', // דער חמדת צבי, // רבי ישראל יפה אב"ד שקולוב מחב"ס 'אור ישראל'.
[דאס איז חוץ וואס דער יעב"ץ האט מחמת זיין קיצונית געלייקנט אז דער פארפאסער פונעם 'זוהר' איז רשב"י... און אז דער 'מורה נבוכים' געהערט נישט צו דער זעלבן מחבר פון 'יד החזקה' דער הייליגער רמב"ם... דער חיד"א פרובירט זאגן א לימוד זכות אויפן יעב"ץ, אז דאס לייקענען דער זוהר, איז געווען בלויז אלטץ אן "עת לעשות" און עס איז זיכער "כונתו לשמים".]
גראדע דער שוואגער פונעם יעב"ץ אליינס דער אמסטערדאמער רב זצ"ל, פארטיידיגט דעם מקדש מלך הרב בוזגלו זצ"ל פון די הכפשה וואס זיין גרויסער שוואגער דער יעב"ץ האט אנגעלייגט אויף אים זאגענדיג: אז דער מקדש מלך האט טאקע געברענגט פונעם חמדת הימים אבער ער האט "תוכו אכל וקליפתו זרק". עכ"פ דער אמסטערדאמער רב האט געהאלטן אז ס'איז טאקע פארהאן טריפה'נע שטיקלעך אינעם חמדת הימים אבער אינגאנצן נישט ווי אזוי דער יעב"ץ שטעלט עס אוועק.
[center]הוכחות נגד דעת היעב"ץ[/center]
צווישן די פירכות אנטקעגן דער מיינונג פונעם עמדין זענען פארהאן כדהלן:
1) נתן העזתי איז געשטארבן אין יונגן עלטער פון 33 בשנת ת"מ. און אין כרך המועדים שרייבט דער חמדת הימים "עמיתנו בתורה ר' שלמה הלוי נר"ו בתשובותיו וכו". דער ר' שלמה איז אוועק שוין אין שצ"ה. סך איידער נתן העזתי איז בכלל געבוירן.
2) ווי דערמאנט, איז ער געשטארבן שנת ת"מ, און אין חמדת הימים אויף שבת ברענגט ער צו די ווערטער פון ר' יו"ט צוהלון וואס זיין ספר איז הערשט געדרוקט געווארן אין יאר תנ"ד, פערצען יאר נאך נתן'ס פגירה.
3) די זעלבע הוכחה איז דא מיטן אזולאי. דער חמדת הימים אויף שבת ברענגט דער אזולאי, אבער דער אזולאי איז הערשט געדרוקט געווארן פינעוו יאר נאך נתן'ס פטירה.
4) נתן איז געווען א תלמיד פון ר' יעקב חגיז. אין אינעם גאנצן ספר שטייט אויף ר' יעקב חגיז "מורי ז"ל" כאטש נתן איז אוועק פאר זיין רבי.
די ערשטע פיר הוכחות זענען פון הגאון ר' מענכין האלפרין. דא איז נאך צוויי:
5) דער חמדת הימים דערמאנט כמה פעמים דעם גאון רבי שמואל אבוהב. רבי שמואל איז געווען פון די גרעסטע לוחמים אנטקעגן שבתאות, און זיין בי"ד האט מען פאר'משפט נתן העזתי. במילא, קען נישט זיין אז דער מחבר איז נתן אליינס.
6) דער חמדת הימים דערמאנט דעם ספר 'סוד השם' פון ר' דוד מלידא, וואס איז געדרוקט געווארן יארן נאך נתן'ס פגורה.
צוליב דעם איז דער מיינונג פון רוב חכמי אשכנז, אז דער מחבר איז טאקע נישט נתן העזתי. נאר דער מחבר איז אן אדם גדול וקדוש, אבער במשך הזמן נשתלטו ידי חובבי שבתאות, אריין צו ווישן פארשידענע תפילות און נוסחאות מיט א שבתאי'שער שמעק, פון צווישן די פולע תפילות און רמזים מיט וואס דער ספר איז פול.
=====
אינטערעסאנט צוצולייגן, ווי געשריבן איז חוץ דער יעב"ץ געווען נאך עטליכע וואס האבן געהאלטן אז דער מחבר הספר איז נתן העזתי, צווישן זיי הגאון הספרדי רבי יהודה פתייה וואס מ'האט אים מגלה געווען אין חלום אז די מחבר איז נתן. דאס צו אפ'ווענדן, שרייבט הגאון עמוד הספרדים הרב עובדיה יוסף זצ"ל, אז דער גאון רבי יהודה זאגט אז ער האט געחלומט, ודברי חלומות לא מעלין ולא מורידין... נאכדערצו אז ער האט געלערנט דעמאלדס איבער אנטיכוס און אנדערע דברי טומאה, און געווענליך וואס מען טראכט בייטאג חלומ'ט מען ביינאכט... האט ער ווארשיינלעך סתם געהאט א "ספאוקי נייטמעיר"...
גראדע אן אינטערעסאנטע טעאריע ברענגט רב יוסף מזרחי שליט"א בקונטרסו "חמדת יוסף", ווי ער איז 'פותר חלום' און געבט צו פארשטיין באדייט אין רב פתייה'ס חלום; אז בעצם האט שוין נתן נישט געלעבט דעמאלדס בשנת ת"מ, אבער נתן האט ליגענט געזאגט פאר רב פתייה אז ער איז דער מחבר, אזוי וועט רב פתייה זיך אנשטרענגן צו מאכן א תיקון פארן ספר חמדת הימים... -- עס וואלט כדאי געווען זיך אפצושטעלן א מינוט'קעלע איבער מזרחי'ס שטותים, אבער ווען שקר מיט רב מזרחי טרעפן זיך צינויף לאז איך דאס פאר [tag]אבטולמוס[/tag] צו באהאנדלען...
ווער איז דער מחבר, די פארשידענע נעמען ראיות און שפעקולאציעס יבוא בהמשך[/justify]
Re: דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 9:39 pm
דורך mevakesh
ישר כוח געוואגטער איך באלעק מיר מיט דיין באשרייבונג
איך וויל נאר מעיר זיין אז לויט די ערשטע פירכא וואס דו ברענגסט קומט אויס אז דער מחבר איז געווען בן דורו פון רבי שלמה וואס איז שוין אוועק שצ"ה אבער לויט רוב אנדערע פירכות קומט אויס אז ער האט געלעבט היבש נאך ת"מ עפעס שטימט נישט אזוי גוט דא
Re: דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 9:43 pm
דורך יהושע חיים
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:[center]אטאקירער און מתנגדים צום דעת ה'יעב"ץ:[/center]
1) נתן העזתי איז געשטארבן אין יונגן עלטער פון 33 בשנת ת"מ. און אין כרך המועדים שרייבט דער חמדת הימים "עמיתנו בתורה ר' שלמה הלוי נר"ו בתשובותיו וכו". דער ר' שלמה איז אוועק שוין אין שצ"ה. סך איידער נתן העזתי איז בכלל געבוירן.
2) ווי דערמאנט, איז ער געשטארבן שנת ת"מ, און אין חמדת הימים אויף שבת ברענגט ער צו די ווערטער פון ר' יו"ט צוהלון וואס זיין ספר איז הערשט געדרוקט געווארן אין יאר תנ"ד, פערצען יאר נאך נתן'ס פגירה.
איז יעצט די שאלה ווען האט דער מחבר דאס געשריבן
ר שלמה הלוי שרייבט ער בברכת החיים (שצ"ו) און ער ברענגט פון מהרי"ט צהלון (שנת תנ"ד)
(איך וואלט געקלערט אז עס איז א צישטיקלטע ארבעט! שוין וועלן מיר לאזן מסקנות פאר די מומחים)
Re: דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 4:10 am
דורך טאמבל סאס
ס'קען נישט זיין אז ר' יעקב ישראל אליינס האט צוגעלייגט אדער מלקט געווען רוב און עס בסוד געהאלטן? איז ער זעלבסט ריין געווען פון שבתאות?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 12:26 pm
דורך געוואלדיג
זייער שיין געוואגטער, כה לחי.
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 4:56 pm
דורך [NAMELESS]
mevakesh האט געשריבן:ישר כוח געוואגטער איך באלעק מיר מיט דיין באשרייבונג
איך וויל נאר מעיר זיין אז לויט די ערשטע פירכא וואס דו ברענגסט קומט אויס אז דער מחבר איז געווען בן דורו פון רבי שלמה וואס איז שוין אוועק שצ"ה אבער לויט רוב אנדערע פירכות קומט אויס אז ער האט געלעבט היבש נאך ת"מ עפעס שטימט נישט אזוי גוט דא
טענקס פאר די קאמפלימענט.
בעצם די און יהושע חיים רירן אן די זעלבע נקודה, וואס איז א שטארקע נקודה. ווייל ס'שטעלט זיך ארויס פון די פירכות א פאראדאקס. פון איין זייט שלעפט מען צו די שצ" יארן און פון די צווייטער זייט שלעפט מען צו די שפעטערע תנ" יארן א מרחק פון זעכטציג זיבעציג יאר, און ס'קען נישט זיין פון איין איינציגער מחבר. און דאס ווייזט בהכרח אז ס'דא דא מער ווי איין מחבר אינוואלווד אינעם ספר! -- פארשטייט זיך אז די חברה וואס פרעגן דערמיט אפ די טעאריע פון נתן און בעפארצוגן אן אנדערען גדול, טרעפן זיך אינעם זעלבן פלאנטער מיט די חשבון השנים צו די צוויי זייטיגע עקסטרעמען, ווייל זייער קאנדידאט שטומט אויך נישט אזוי גלאטיג צוליב די ברייטע שפרינג פון יארן. ווי מ'עט מער אויסשמועסן אין צוויי תגובות ארום א מהלך איבער דעם. אי"ה.
====
[tag]טאמבל סאס[/tag] ווארשיינלעך זענען דיינע ווערטער געבינדן מיטן אמת. דאס איז אפשר אומ'בא'טעמ'ט צו הערן, אבער ס'ברויך ווערן באהאנדעלט -- מיט רעספעקט פארשטייט זיך. בקרוב הימים אי"ה.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:43 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ווער איז טאקע דער מחבר?[/center]
[justify]ווער עס איז דער ריכטיגער מחבר פון דער חמדת הימים איז דא עטליכע השערות. איך וועל ברענגן א טייל פון זיי.
הגאון המקובל רבי בנימין הלוי
דער טעאריע ווערט אונטערגעשטיצט דורך אסאך היסטוריקער אלטץ ריכטיג און קראנט. צווישן זיי, דער ביבליוגראף 'אברהם יערי' און נאכגעפאלגט דורך דער מזרחי'סט הרב משה (ווייס) צוריאל שליט"א. אברהם יערי ארבעט שטארק ארום אין זיין ספר 'תעלומת ספר' איבער דער מיסטעריע ארום דער חמדת הימים. הרב משה צוריאל געבויט אויף די יסודות פון יערי, ארבעט שוין יארן אויף יארן אין דער סוגיא, פרובירענדיג מיט אלע כוחות מצדיק צו זיין און ריינוואשן דער (אומבאקאנטער) מחבר ה'חמדת הימים -- אין זיינע אויגן ר' בנימין הלוי -- פון די פלאקן וואס דער יעב"ץ האט אריין געווארפן. מער איבער הרב צוריאל שליט"א זעה שפעטער.
רבי בנימין הלוי מגדולי מקובלי צפת, איז געווען א תלמיד פון רבי חייא רופא זצ"ל (חרל"פ = חייא - ראש לגולי פוילין). רבי חייא איז געווען א תלמוד פון רבי חיים וויטאל כלי ראשון לתורת הקבלה. רבי חייא איז אויך געווען פון די אויסגעקליבענע מוסמכים צו דער סנהדרין פון מהר"י בירב זצ"ל.
אונטער צו שטיצן דער מהלך, זאגט ער, אז אין גאנץ חמדת הימים ווערט נישט דערמאנט דער רבי בנימין הלוי; דאס טוט 'אינדיקעיטן' אז ער איז גאר דער מחבר הספר אליינס.
נאך א שטארקע ראיה ברענגט ער, קוק די נעמען פון די אנדערע ספרים פרי יוצר פון רבי בנימין הלוי; און ציה א "קו המשווה": חמדה גנוזה, חמדת ישראל, מחמדי עין, חמדת הלבבות, ארץ חמדה. איז נישט מער ווי מסתבר אז חמדת הימים געהערט צו דער זעלבער בעל מחבר. אלטץ א ראיה נוספת איז דאס גאר א שטארקע!
למעשה, "גרשום שלום" פרעגט אפ די גאנג פון אברהם יערי. יערי האט צוריק געשריבן אויף די קושיות, אבער גרשום שלום האט אים אפגעוואנדן איינס ביי איינס. ווען ס'שטימט פשוט נישט אפי' פון א ביאגראפישע שטאנדפונקט.
הגאון רבי חייא דיין
דער ארכיאלאג און ציוני הרב יעקב משה טולידנו ז"ל (רב העיר תל אביב "ושר הדתות") אין זיין ספר 'אוצר גנזים' האלט אז ר' חייא איז דער סודות'דיגער מחבר הספר. ר' חייא דיין מרבני איטאליע, איז געווען פון די גרויסע געלט גייער'ס אין מאראקא און אין אלדזשיר דינענדיג אלטץ עמטליכער 'שליחא דרבנן' צווישן די יארן 1,671 - 1,666. ער האט אויך ארום גערייזט איבער פארשידענע שטעט צו די ארטיגע אידישע קהילות.
רבי שמעון באקי
דער מיינונג שרייבט הגאון ר' שלמה אליעזר מרגליות, בן המקובל הנודע מירושלים הרב ר' ישעיהו אשר זעליג מרגליות זצ"ל. אין זיין ספר 'מלכי רבנן' (ליקוט מליצות ותוארים על רבנים וספריהם, מתוך ספרי החיד"א) אז שמעון באקי איז דער מחבר הספר חמדת הימים. איך פערזענליך האב נישט קיין ערענסטע ידועות איבער דער באקי, ווער עס קען העלפן, איז מכובד.
הגאון המקובל יעקב ישראל אלגאזי
די צוויי פראפעסארן, 'גרשום שלום' און (זיין תלמיד) 'ישעיהו תשבי' האלטן ביידע, אז דער מחבר הספר איז גאר דער מדפיס הספר אליינס. תשבי טענה'ט אבער, אז ער האט עס נישט געמאכט אליינס, נאר א גרופע מקובלים האבן געארבעט דערויף בצירוף מיט רב אלגאזי. דאס רעכענט אריין זיין קבוצה חברי ביהמ"ד "כתר תורה" און די מדפיסים 'רב יונה אשכנזי" און רב 'דוד חזון'.
[צו באמערקן, דער מהלך פון תשבי ווערט למעשה אנגענומען אלטץ די שטערקסטע אין די אקאדעמישער וועלט]
דער חוקר הגדול בשדה השבתאות "מאיר בניהו" האלט אויך אז דער מדפיס רב אלגאזי איז דער מחבר הספר. בניהו בויט אויף דעם אז פארשידענע 'סגנון ביטאה' וואס איז געווען אינעם ווערטער-באנוץ פון רב אלגאזי, געפונט זיך גאר אפט אין חמדת הימים. ער האלט אויך אז עס געפונט זיך היפשע שטיקער שבתאית אין רב אלגאזי'ס ספר.
למעשה האבן זיי נישט קיין 'ריעל פראף' אז רב אלגאזי איז דער ווירקליכער מחבר הספר.
ישראל שלמה לינגו
אזוי האלט דוד פרענקל. אבער ווערט צעוואסערט דורך גרשום שלום.
ר' יחזקיה דע סילווא
ישעיהו תשבי האט אין אנהייב פון זיין קאריערע געהאלטן אז דער "פרי חדש" איז אויך דער אייגענטומער פונעם חמדת הימים.
עס איז פארהאן נאך פארשידענע טעאריעס און צוטרעפונגען אבער איך וועל זיך באגענוגען מיט די פאר.
========
אן הוספה אויף אנהייב, לגבי הדפסות חמדת הימים: אברהם יערי ברענגט אין תעלומת ספר אויף די וויניציע דרוק וואס שטייט דערין 'הדפסה שלישית' אז דאס איז געווארן געדרוקט אין שנת תקכ"ג. דזשאסט אויס צו קלארן זיין טעות: די וויניציע דרוק איז געווען שוין תקי"ח און בכלל נישט דער דריטער, עס זענען געווען אכט! מהדורות ביז תקכ"ג. די ערשטע איז אין איזמיר תצ"א, די צווייטע קושטאנדינא תצ"ו, די דריטע פערטע פיפטע און זעקסטע איז פון זאלקאווע, תק"ג, תק"ו, תקי"ג, תקכ"ג. די זיבעטע אין וויניציע תקי"ח (שהוא מהדורה היפה מביניהם), און די אכטע אין ליווארנע תקכ"ב-ד (ווי מען האט צוגעלייגט עניני בין המצרים).
די פיהר מהדורות אין זאלקאווע איז געווען פאר די חסיד'ישע מאסן, דהיינו, די אידן אין די פדוליה - וואהלינער גיבערניעס ווי עס איז געווען דער צענטער פונקט און וויגעלע פון חסידיזם. [שפעטער האט מען שוין מער נישט געדרוקט דעם ספר ביי די חסידישע צענטראלעס]
וואס איז אנדערש ביי די זאלקאווע דריקן איז, אז פארשידענע שטיקלעך האבן די מדפיסים ארויס געשארט פונעם ספר. אולי צוליב די בינה יתירה וואס די חסידים האבן געהאט איבער אחינו הספרדים...
אינטערעסאנט אנצומערקן, אדאנק א טעות אין די זאלקאווע דריקן האט זיך די נאמען פונעם ספר חמדת ימים געטוישט צו חמדת הימים, און אזוי איז מער ווייניגער געבליבן די נאמען ביי די אשכנזישע מקומות מיט א צוגעלייגטן אות 'ה' פון אנהייב.
וואס בלייבט מיט די שבתאי'שע פיוטים אינעם ספר, דער מהלך פון רב צוריאל שליט"א און וואס עס קומט ארויס דערפון, יבוא בהמשך.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:28 pm
דורך ירח בן יומו