בלאט 1 פון 2

מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינטערס

נשלח: מוצ"ש פעברואר 27, 2016 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
[center]דער וועלט בארימטער ספרים געשעפט: פינטער'ס![/center]
האט איר אמאל געהערט פונעם צוקראכענעם ספרים געשעפט, ברייט באקאנט מיט אירע לעגענדארע 'מציאות' וואס מ'קען דארט איינקויפן פאר א קנאפע טאלער, מיטן נאמען 'פינטערס'?!

אויב נישט, זענט איר ווארשיינליך נישט קיין בארא פארקער איינוואוינער. אבער דאס איז נאכאלס א קנאפע תירוץ, ווייל 'פינטערס' איז ברייט בארימט, אפילו איבער דער גארער וועלט. אזויווי 'ביגלאייזן' אין בארא פארק איז א צענטער, וואו יעדע נארמאלע לייברערי איבערן גארער וועלט [אריינגערעכנט וועלטס גרויסע אוצר הספרים'ס, א שטייגער ווי 'הספריה הלאומית' אין ארץ ישראל], האט אן אפמאך מיטן מוכר הספרים אוועקצולייגן פאר אים די נייע ספרים וואס קומען אן אהין, אזוי איז אויך 'פינטערס' ברייט בארימט, מיט די כסדר'דיגע אוצרות, מציאות, און אפילו היסטארישע ספרים וכתבי ידות, וואס קומען אן אהין.

דער גליקליכער, וועט אמאל באווייזן איינצוקויפן א ספר מיט א חתימה פון א גדול בישראל, פאר א דאלער [גם אני בתוכם]. א צווייטער וועט געלונגען צו טרעפן א חתימה פון זיין אייגענע עלטער עלטער זיידע נאך אין הוידא-נאנאש. א דריטער וועט כאפן אן אנטיק ספר פון צוויי הונדערט יאר צוריק, פאר די זעלבע נארישע דאלער. הכלל, יודעי דבר און יודעי ספר באווייזן דארט איינצוקויפן ממש אוצרות.



[center]פון וואו קומען די אלע פרישע [אלטע...] סחורה?![/center]
יעצט קודם א ווארט איבערן געשעפט זעלבסט, למען ידע הקורא פון וואס מ'רעדט דא:

געווען אמאל א איד, א חשוב'ער תמימות'דיגער איד, מיטן נאמען 'רבי קלמן פינטער'. ער איז געווען א סופר סת"ם, און מטבע הדברים האט ער זיך אביסל אריינגעלייגט אין פארקויפן ספרים אויך. כמדומה אז ער איז געווען א פויליש-גאליציאניש אידל. ווען ער איז עלטער געווארן, האט זיין זון איבערגענומען דעם עסק, און זיך גענומען פארקויפן ספרים, אבער דאס האט צוביסלעך משנה צורה געווען. אנשטאט דעם וואס ס'זאל פארקויפן נייע ספרים, פלוס אביסל 'גענוצטע' פאר א ביליגערע פרייז, האט דער געשעפט אנגעהויבן פארקויפן כמעט נאר גענוצטע ספרים, און עווענטועל - נאר גענוצטע ספרים, פארשטייט זיך - פאר א ביליגע פרייז.

דער זון - דער היינטיגער בעל הבית (הר"ר קלמן איז אוועק אפאר יאר צוריק), האט מסדר געווען א סיסטעם אין געשעפט: אלע ספרים 'אינעווייניג' אינעם ספרים געשעפט גופא, קאסטן צווישן פינף דאלער און --- [נישטא קיין פרייז פאר די העכסטע. כאמור זענען דארט דא אוצרות און ערנסטע אנטיקן וואס קאסטן אסאאאאך געלט]. אלע ספרים 'אינדרויסן' פונעם געשעפט, אויסגעלייגט אויף טישלעך, קאסטן דעם מאדנעם ביליגן פרייז פון 'איין דאלער'.

איר וואונדערט זיך אוודאי פון וואו ווערן באשאפן די בערג מיט ספרים, וואס כמעט טעגליך קומען אן נייע צענדליגע ספרים - צו מער - אין געשעפט. דא ליגט דער עיקר סוד: ווען אן אלטער איד אין אמעריקע שטארבט, האבן אסאך מאל די קינדער נישט וואס צו טון מיט די ספרים. על פי רוב זענען זיי אלטע שטויב-אנגעזאמלטע ספרים, און די קינדער קענען נישט אדער זענען שוין נישט אינטרעסירט צו ליינען די אלטע דפוס ספרים. די אלע מענטשן זוכן פטור צו ווערן פון די ספרים - און קיין שום ביהמ"ד זוכט נישט קיין 'שמות'. געבט מען א רוף אן דעם 'פינטער', און ער קומט אפנעמען די ספרים. גאנצע באקסעס ווערן אנגעלאדנט, אויסגעליידיגט פון אלטע הייזער, און אריבערגעברענגט צו אים אין געשעפט.

רוב חברה וואס ווילן פטור ווערן פון די עלטערנס ירושה ספרים, זענען אמעריקאניזירטע סטיל אידן. קוים וואס זיי קענען זעלבסט לערנען א שטיקל מהרש"א, האבן זיי גארנישט וואס צו טון מיט די ספרים וואס דער טאטע האט שוין ליגן ביי זיך אינדערהיים די לעצטע זעכציג יאר [און האט מעגליך אויך קיינמאל נישט אריינגעקוקט דערין]. זיי האבן אויך נישט קיין אנונג, אז מעגליך ליגט ביי זיי אן אוצר גדול. א ספר אפאר הונדערט יאר אלט, א ספר מיט הגהות פון א גדול בישראל, צו כאטש א חתימה פון א חשוב'ע פערזענליכקייט. צומאל רעדט מען פון ספרים וואס ס'כמעט נישט געבליבן דערפון קיין שריד ופליט נאכן קריג, און דער חשיבות פון אזא ספר איז אומשאצבאר, און צומאל רעדט מען פון א 'דפוס ראשון' ספר וואס איז ווערט אסאך געלט. דאס איז שוין חוץ פון סתם גאר אינטרעסאנטע אינהאלטסרייכע ספרים, וואס אין געשעפט קאסט אפאר דאלער.

ווען 'פינטער' ערהאלט אזא קאל, קומט ער אריבער מיטן ווען, און נעמט איבער דעם גאנצן עסק. הללו פורשים ושמחים והללו פורשים ושמחים. זיי זענען פטור געווארן פון גארבעדזש, און ער האט באקומען אוצרות [דערמאנט אביסל פון די זבל פרדותיו של יצחק, פאר ווער ס'קען נאך א שטיקל רש"י]. אבער פאוואליע, ער האט א מבי'נישע נאז: אז ער שטייט פאר אפאר אומוויסנדע תמימים, קען מען מאכן אן אפותיקי אויף זיי אויך. נעמליך, ער נעמט דאך 'שמות' פון זיי. אויב שטייט ער פאר נארמאלע מענטשן, קען ער פארט בעטן אפאר דאלער, ווייל 'שיימעס' איז עס סייווי סיי. הכל כפי ראות האף הגדול הזה.

אזוי אויך געשעט, אז א ביהמ"ד מאכט איבער זייער 'אוצר הספרים' און זוכט פטור צו ווערן פון אלטע ספרים [איך פערזענליך האב מיטגעהאלטן אפאר אזעלכע בתי מדרשים. צו מיין הארץ עסעניש, איז מיר די ידיעה דערגאנגען נאר נאכדעם וואס די ספרים זענען אנגעקומען צום געשעפט], זיי קומען אן אין 'פינטער'ס'. איינער האט געהאט א 'פלאד' ביי זיך אינדערהיים, און ווערט פטור פון אלע ספרים, נאסע ווי טריקענע. איינער ווערט פטור פון 'שמות' בעפאר פסח. וכהנה רבות. 'פינטער' מאכט דאפלט געלט: פון דער וואס ווערט פטור פון זיינע סחורה, און פון דער וואס וויל עס שפעטער באקומען...



[center]וויאזוי גייט צו דער 'אויספארקויף',
אינעם מאדנעם 'סעקאנד הענד' ספרים געשעפט - פינטער'ס?![/center]

אלע בערג מיט ספרים וואס 'פינטער' באקומט, וועט ער עס סארטירן אין פיר:

כת א' - זענען די גרעסטע מוצלחים. זיי זענען ריכטיגע אוצרות וואס זענען ווערט גענוג געלט, אז זיי גייען אריין אין א חדר לפנים מחדר, און דארט וועלן זיי ליגן עדי יבוא חובב עתיקות וכדומה, וואס איז גרייט צו צאלן אפאר מאות פאר זיינע סחורה.

כת ב' - זענען היבשע מוצלחים. זיי וועלן ליגן אויף די פאליצעס אינעם ספרים געשעפט, וואו זייער פרייז וועט 'געווענליך' זיין צווישן פינף און פופציג דאלער. דאס וועט זיך אויך ווענדן אינעם 'נאז' פונעם קונה, אינעם 'מוד' פונעם מוכר, און אינעם ידיעה ווי שטארק 'ידען' דער קונה איז אינעם ספרים וועלט, וכדלהלן.

כת ג' - זענען די נעבעכ'ס. זיי באשטייען בעיקר פון חומשים, סידורים, תהלים'ס, וכדומה, וואס קאסטן נאר איין דאלער, און ליגן אויף טישלעך אינדרויסן פונעם געשעפט. נישט געזארגט, גענוג גוטע ספרים קומען אן אהין, אן אדאנק דעם, איז מיין ביבליאטעק היבש געשטיגן [איינגעקויפט דארט מסתמא פאר איבער טויזנט דאלער - נאר 'סינגל' ספרים - במשך די יארן].

כת ד' - זענען די דורכפעלער. זיי זענען ריכטיגע שמות, צעטלעך, צופליקטע ספרים, און זיי גייען אריין אין 'פינטער'ס' שמות. דאס איז ריין שמות אן קיין שום צל צלה של ספק...

גראדע איז דא נאך א כת. דאס איז אפיקורס'ישע ספרים, ספרי חשק, וכדומה, וואס קומען אן אין געשעפט. אבער פינטער זארגט שוין זיי זאלן צוריסן ווערן און נישט פארקויפט ווערן. כאטש איך בין מעיד נאמנה, אז מ'קען גענוג ספרי כפירה וחשק וכו' איינקויפן אזוי אויך, טאקע פאר א קנאפע דאלער, אבער כאטש מ'פרובירט...

דער געשעפט - קווארטירט אויף 14'טע עוועניו צווישן 44-45 סטריט - ציט נייע סארט מאסן. איינער זוכט פאר זיין טאכטער א גענוצטע מקראות גדולות חומש [גיי ווייס פארוואס פונקט אונזערע טעכטער זענען זוכה דורכצואקערן פרשיות התורה מיט די מפרשים ווי עס באדארף צו זיין, בשעת דער זון בלייבט ביים זעלבן חומש רש"י], קען ער עס דארט קריגן פאר א דאלער. א צווייטער דארף וויכטיג א מחזור'ל פאר זיין קליינע יונגעלע. נו ווייטער, פאר א דאלער. א דריטער וויל דווקא א ספעציפישע ספר - וואס איז ניטאמאל בנמצא אין געהעריגע ספרים געשעפטן - גייט ער אריין אינעווייניג, און זוכט עס ארום. צומאל טרעפט ער דאס, רוב מאל טרעפט ער עפעס אנדערש, אבער אויך גענוג ווערטפול עס צו כאפן...

דער בעה"ב האט אן אונטער משרת, א וומסב"ג אידל, היבש אן אינטרעסאנטער. ער קומט יעדן טאג אריין אין געשעפט ארבעטן בתמימות, און כאטש ער ווערט - מטבע הדברים - גאר שנעל נערוועז, און [א טיפ, לטב ולמוטב] ער איז גאר א קנאפער ידען וואס איז א 'ווערטפולע ספר' און וואס נישט [לטב ולמוטב, ווייל פונקט ווי איינער קען כאפן א ריכטיגע מציאה פאר פינף דאלער, קען ער זיך צומאל איינ'עקשנ'ען ללא סיבה און בעטן צוואנציג-דרייסיג דאלער פאר עפעס וואס איז טאקע נישט ווערט מער פון פינף דאלער], איז ער פארט חלק פון די 'פורניטשור' פון 'פינטערס', און איז גאר אן ערליכער איד וואס טוט זיין ארבעט מיטן גאנצן ערנסטקייט, און אין א שעת הכושר קען מען שמועסן און ווערטלן מיט אים, ווען ער דערציילט גאר טשיקאווע עפיזאדן און אנעקדאטן וואס האבן זיך אפגעשפילט אין 'פינטערס' ווי איבערן גאנצן כדור העולם.

אזוי אויך זענען אייביג דא 'שיק יונגלעך', אידן ווי גוים, וואס זענען די 'שלעפער'ס'. זיי שלעפן די ספרים פון ווען צום געשעפט, און זיי טראגן אריין און ארויס די טישן אנגעפולט מיט ספרים. האמת אמרו, אז די געלט וואס קומט אריין אין געשעפט איז נישט גענוג צו קלעקן פאר אלע ארבעטער פלוס דעם בעה"ב, נאר דער פינטער טוט עס מער אלס 'האבי', זייענדיג זעלבסט א גוטע פארשטייער צו ספרים וכו'.



[center]אדנירם'ס [Bitter-sweet] היסטאריע מיט פינטער'ס...[/center]
כאמור, האב איך שוין געקויפט אין פינטער'ס הונדערטער, צו גאר מער, ספרים. איך פארמאג טאקע אן אייגענער אוצר הספרים, וואס א מספר לא מבוטל קומט פון 'פינטער'ס'. אלס איינקויפער שוין א היבשער פאר יאר איבער אן עשור שנים, קען איך שוין דעם מענטאליטעט פון אלע מוכרים ושמשים למיניהם.

אבער דער שטעקן האט צוויי עקן, און דערפאר קען איך ניטאמאל איינקויפן פון די ספרים אינעווייניג פונעם געשעפט. וויבאלד זיי פארשטייען אז ווען איך קויף עפעס, איז עס 'ווערט', וועלן זיי מיר עס נישט פארקויפן פאר פינף דאלער - ווי זיי וואלטן געטון פאר אנדערע, נאר זיי וועלן מיר בעטן אסאך מער געלט, ווייל 'ס'איז ווערט'. דערפאר נקטתי כללא בידי, כמעט נישט צו קויפן עפעס פון 'אינעווייניג', נאר פון די שמאטעס 'אינדרויסן', וואס קאסטן אייביג נאר א דאלער [חוץ איין טישל המיועד פאר 'סעטס', וואס קאסטן ע"פ רוב צען דאלער א סעט].

אבער יודעלעך, אל דאגה! איך קען אראפשרייבן א בארג מיט מעשיות פון די ספרים וואס איך האב איינגעקויפט אינדרויסן. סעטס און אנציקלאפעדיעס, וואס פארנעמען איבער צוואנציג-דרייסיג בענדער, וואס איך האב איינגעקויפט - בעבודת נמלים, און בעיקר מיט געדולד - פאר א דאלער א באנד. געוויסע ספרים וואס כ'האב געגארט צו האבן, אבער זענען געווען 'אינעווייניג', און נאך אפאר וואכן האב איך זיי געטראפן אינדרויסן [און דאס זעלבע פארקערט, ספרים וואס כ'האב מיך איינגעקויפט פאר א דאלער, און שפעטער געזען ווי אנדערע קויפן דאס זעלביגע אינעווייניג...]. סתם אינטרעסאנטע ספרים, וואס 'נייע דריק' - צו נאר נייע בלעטער - קאסטן דרייסיג דאלער א באנד, און האט מיר געקאסט א דאלער. צו ספרים וואס מ'קען נישט קויפן אין א טיפישע חרדי'שער ספרים געשעפט, וד"ל.

אבער דארט דארף מען האבן מזל. א גוטע טאג, קען איך איינקויפן 15-20 ספרים בבת אחת, א בינוני טאג 7-10 ספרים, און א שוואכע טאג 1-2 ספרים. איך קום נישט אן אהין צו אפט, אבער ווען יא - וויל איך ארויסמארשירן מיט א בארג ספרים און ביכער, וואס זאלן דורכגעגאנגען ווערן, עכ"פ מקופיא, ביזן קומענדיגן מאל איך באזוך דאס ארט.

דאס איז 'פינטער'ס' על רגל אחת.


---
נאכן ארויסהאבן וואס דאס איז דער 'געשעפט' פינטער'ס, קלער איך פון ווייטער ממשיך זיין דעם אשכול מיטן ברענגען כסדר אפאר ספרים און ביכער וואס כ'האב 'איינגעקויפט' אין פינטער'ס, על כל מיני מקצועות התורה, חכמה, מדע, והיסטוריה [ועוד], מיט א שטיקל 'תמצית' וואס דער תוכן הספר/בוך איז, אזוי זאל זיך דער עולם באקענען סיי מיט 'פינטער'ס' בכלל, און סיי מיט די ביכער זעלבסט. די 'סקירות' וועלן אי"ה אנגיין אויב/ווילאנג דער ציבור וועט ארויסווייזן אינטערעסע.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 27, 2016 11:55 pm
דורך ירח בן יומו
אין די בעקיארד ביסטו שוין געווען? דארט איז דא הינדערטער אדער גאר טויזענטער גארבידזש בעגס מיט סחורה. אפשר איז דארט זייערע גניזה.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 27, 2016 11:56 pm
דורך ישראל קאפקע
א צוקער זיסע ארטיקל איבער א געשמאקע געשעפט.

איך האב אן עקסטרע הנאה ווי דו לייגסט אראפ דעם וויליאמסבורגן פארקויפער, אוי איז דאס א אידל. מיר זענען געווען גוטע Frenemies אין פארגאנגענע צייטן.

לאזט די באלעבאס טאקע נישט אריין בחורים אונטער די אכצן אדער איז דאס געווען קעגן מיר דווקא?

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:06 am
דורך שמעון וואלף
ר' קלמן פינטער איז געווען א רב אין געהאט זיין שול אויף 17 ביי 59. איך האב אפאר מאל געכאפט א שמועס מיט אים און יעדעס מאל האט ער מיר געזאגט אז ער לערנט בחברותא מיט ר' פישל הערשקאוויטש זז"ג. און אז ער האט התרת הוראה (איך געדענק נישט פון וועם)

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:15 am
דורך [NAMELESS]
כישראל ועוד, אמאל צוקריגט מען זיך מיט איהם און אמאל איז מען בעסטע חברים, כ'מיין אז זיין זכרון איז שוואך און ער געדענקט נישט קיין פנימער ווייל מיט מיר האט ער זיך שוין צוקריגט און גוט געלעבט אפאר מאל אין א משך פון צוויי וואכן... אינטערעסאנט אז דיין פנים געדענקט ער גוט, פארקויף מיר נישט אז דו ביסט נישט דארט צו אפט. ערגעץ וואו האט שוין [tag]קאווע טרינקער[/tag] איהם דערמאנט.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:21 am
דורך שמעון וואלף
ריכטיג האט געשריבן:כישראל ועוד, אמאל צוקריגט מען זיך מיט איהם און אמאל איז מען בעסטע חברים, כ'מיין אז זיין זכרון איז שוואך און ער געדענקט נישט קיין פנימער ווייל מיט מיר האט ער זיך שוין צוקריגט און גוט געלעבט אפאר מאל אין א משך פון צוויי וואכן... אינטערעסאנט אז דיין פנים געדענקט ער גוט, פארקויף מיר נישט אז דו ביסט נישט דארט צו אפט. ערגעץ וואו האט שוין [tag]קאווע טרינקער[/tag] איהם דערמאנט.


ווען די וואלסט געהאט אזא בארד ווי שש וואלט ער שוין איין מאל געדענקט דיין פרצוף

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:27 am
דורך [NAMELESS]
מיר האט ער די צווייטע מאל שיעור נישט אריינגעלאזט אין די חדר לפנים. ער האט מיך גוט געדענקט אפי' נאך א שטיק צייט.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:36 am
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:אין די בעקיארד ביסטו שוין געווען? דארט איז דא הינדערטער אדער גאר טויזענטער גארבידזש בעגס מיט סחורה. אפשר איז דארט זייערע גניזה.
א רגע נאר, אינעם 'בעיסמענט' האט מען דיך אמאל אריינגעלאזט?...


ישראל קאפקע האט געשריבן:א צוקער זיסע ארטיקל איבער א געשמאקע געשעפט.

איך האב אן עקסטרע הנאה ווי דו לייגסט אראפ דעם וויליאמסבורגן פארקויפער, אוי איז דאס א אידל. מיר זענען געווען גוטע Frenemies אין פארגאנגענע צייטן.

לאזט די באלעבאס טאקע נישט אריין בחורים אונטער די אכצן אדער איז דאס געווען קעגן מיר דווקא?
ייש"כ פאר די דברי שבח. דער וויליאמסבורגער אידל איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך... אבער אלס צנעת הפרט קומט ער נאר אריין דרך אגב אינעם באשרייבונג.

איך אלס בחור אונטער די אכצן, פלעג יא קענען איינקויפן ספרים, סיי אינעווייניג און סיי אינדרויסן. אבער טאקע דעמאלס האט זיך שוין אנטוויקלט דער הרגשה ביים מוכר, אז מיר פארקויפט מען פאר א 'טייערערע' פרייז ווי פאר אנדערע.
לשבחו יאמר, אז אמאל אמאל פלעגט מר. 'פינטער' זעלבסט איבערקוקן וואס כ'האב געקויפט, ווען כ'בין נאך געווען א בחור [מחשש ספרי מינות וכו'...]. זעלבסטפארשטענדליך, אז בחורים וואס נערווערירן, וועט ער נישט טאלערירן [טראץ דעם וואס אסאך וואס נערווערירן, ווערן שפעטער 'ביכערווערימלעך'.


ריכטיג האט געשריבן:כישראל ועוד, אמאל צוקריגט מען זיך מיט איהם און אמאל איז מען בעסטע חברים, כ'מיין אז זיין זכרון איז שוואך און ער געדענקט נישט קיין פנימער ווייל מיט מיר האט ער זיך שוין צוקריגט און גוט געלעבט אפאר מאל אין א משך פון צוויי וואכן... אינטערעסאנט אז דיין פנים געדענקט ער גוט, פארקויף מיר נישט אז דו ביסט נישט דארט צו אפט. ערגעץ וואו האט שוין [tag]קאווע טרינקער[/tag] איהם דערמאנט.
מיט מיר צוקריגט ער זיך אויך, און ווערט גוט מיט מיר, אזוי בחדא מחתא... דאס וואלט איך ענדערש צוגעטיילט צו זיין 'מהות', נישט צו זיין 'זכרון'. [פון וואס מ'קען אויך רעדן, אבער אלס צנעת הפרט אפשר איז כדאי זיך מונע צו זיין].
[tag]קאווע טרינקער[/tag] האט אים געמוזט דערמאנען ערגעץ, פשוט אלס עפעס אינערהאלב די עולם הספרים. אויב נישט, מיט וואס איז ער אונזער ריזן ידען און בקי הרב 'קאווע טרינקער'...


שמעון וואלף האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:כישראל ועוד, אמאל צוקריגט מען זיך מיט איהם און אמאל איז מען בעסטע חברים, כ'מיין אז זיין זכרון איז שוואך און ער געדענקט נישט קיין פנימער ווייל מיט מיר האט ער זיך שוין צוקריגט און גוט געלעבט אפאר מאל אין א משך פון צוויי וואכן... אינטערעסאנט אז דיין פנים געדענקט ער גוט, פארקויף מיר נישט אז דו ביסט נישט דארט צו אפט. ערגעץ וואו האט שוין [tag]קאווע טרינקער[/tag] איהם דערמאנט.
ווען די וואלסט געהאט אזא בארד ווי שש וואלט ער שוין איין מאל געדענקט דיין פרצוף
:lol: :lol: :lol:
דארט דריי איך ארויף דאס בארד. אזוי מישט ער מיך אויס מיט זיך אליינס...

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:38 am
דורך קאווע טרינקער
ריכטיג האט געשריבן:ערגעץ וואו האט שוין [tag]קאווע טרינקער[/tag] איהם דערמאנט.

דא
פונקט דעם פרייטאג, פרעגט מיר דער מר. פינטער צו איך זוך עפעס ספעציעל, זאג איך אים ניין, זאגט ער "ס'איז שוין פארמאכט"!
גיי איך ארויס, כ'שטופ אוועק דעם מחזור'ל וואס האלט דעם טיר ברייט אפען, אין איך שלעפ צי דעם טיר, לקיים מה שאמר "שוין פארמאכט".

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:46 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:ערגעץ וואו האט שוין [tag]קאווע טרינקער[/tag] איהם דערמאנט.

דא
פונקט דעם פרייטאג, פרעגט מיר דער מר. פינטער צו איך זיך עפעס ספעציעל, זאג איך אים ניין, זאגט ער "ס'איז שוין פארמאכט"!
גיי איך ארויס, כ'שטופ אוועק דעם מחזור'ל וואס האלט דעם טיר ברייט אפען, אין איך שלעפ צי דעם טיר, לקיים מה שאמר "שוין פארמאכט".

משום סיבה דנודע למי, האסטו דארט באקומען דיין ערשטע לייק, פון מיר - אן אח לצרה...

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:52 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
פינטערס מאכט דריימאל געלט אויף איין ספר,
קודם ביים אפנעמן די שימות, אין דערנאך ביים פארקויפן עס פאר די ביכערווערימלעך יונגעלייט, ובעיקר ווען ס׳קימט פסח אין די פרייליכע יונגעלייט דערזען זיך מיט די הויפענעס פארשטויבטע מציאות, וואס מהאט זיך איינגעהאדלט פין פינטערס דורך די יאר...
אין אזוי דרייט זיך דאס, וחוזר חלילה לקיים מה שנאמר ׳ונתנו׳ אהין אין ציריק...

ו(אין כאן המקום אויסצישמוסן די עדיקשן וואס געוויסע ליידן זיך איינציהאנדלן ספרים, עד שתכלה הפרוטה מן הכוס...)

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:54 am
דורך הדד בן בדד
יישר כח שש, זייער שיין אראפגעלייגט. איך וויל נאר מוסיף זיין איז איך האב פערזענליך געקענט ר' קלמיש'ן פאר אסאאאך יארן. דער איד איז געווען נישט סתם א רב פון א בית מדרש מיט התרת הוראה נאר א ת"ח עצום. ער איז געווען פון די פאר געציילטע אידן וואס האבן געהאט התרת הוראה (צווישן אנדערע) פון קלויזענבורגער רב זצ"ל. צו דעם האב איך געהערט פון אסאך אידן וואס געדענקען דאס נאך, אז איך די גוטע יארן ביים קלויזענבורגערס שיעורים און פשט'לעך איז ער געווען פון די געציילטע וועלכע פלעגן מיטהאלטן ביז סוף און דאס געקענט איבערזאגן שפעטער.

דרך אגב, זיין רביצין איז א שנעבאלג און א גרויסע מיוחסת. דער דרשן ר' אייזיק קרישעווסקי איז זיין איידעם.

דעם וויליאמבורגער איד'ל קען איך שוין אויך פערזענליך פאר עטליכע צענדליגער יארן. אבער אזוי האסטו עס גאר גוט אראפגעלייגט.

דאס בעסטע איז מיר געפאלן ווי דו האסט אראפגעלייגט דעם נאז זיינעם צו דערשמעקן דעם קויפער און לויט דעם אפמאכן דעם פרייז.

ד"א, איך געדענק נאך דעם געשעפט ווען עס איז געווען א געהעריגע ספרים געשעפט.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 4:28 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם: איך האב צוויי קליינע הערות אויף דיין מאמר, וועלכער איז כמים קרים על נפש עייפה (ווייל ס'איז שוין זונטיג פארטאגס. באלד זמן תפילת שחרית.)
א) .הרב קלמן פינטער'ס רעבעצין תחי' איז טאקע א מיוחסת. איך מיין דא יחוס עצמה. ווייל איך געדענק נאך ווען דאס איז געווען א געהעריגע ספרים געשעפט און ר'האט בעיקר פארקויפט נייע ספרים און א סאך כולל יונגעלייט (נישט איך. כ'בין אייביג געווען א בעל עגלה. ב"ה.) וועלכע פלעגן זוכן נייע ספרים, מפרשי הש"ס, ראשונים ואחרונים. האט די רביצין אויסגערעכנט, און זיך צומאל מפלפל געווען און ארויסגעוויזן געוולאדיגע ידיעות אין מהות פון די ספרים. זי האט געשמועסט מיט די כולל יונגעלייט כאחד חברי הכולל. איך האב נאכנישט געזעהן א פרוי וואס זאלל האבן אזא בקיאות אין מפרשי הש"ס ושו"ע ווי די אידענע.

ב). מ'האט דארט (שוין אונטער די אנפיהרערשאפט פון דעם בן יקיר) געפילמ'ט א מאווי וואס הייסט ..."דהע בעליעווער"... אין וועלכן א אידישער בחור, א געוועזענער ישיבה בחור, האט מכמה סיבות אנטוויקלט א שנאה עצומה צו אידן בכלל. און ר'איז געווארן א טייל פון א נעא-נאצי גענג. און וואו ער האט נאר געקענט האט ער געשלאגן אידישע בחורים און וואנדאליזירט אידישע געשעפטן און בתי מדרשים. און נאכדעם איז ער געווארן א בעל תשובה.
ווייל די עצם מהות פון די מעשה וועלכע האטציך אפגעשפיעלט אין פינטער'ס געשעפט איז א לאוו סטארי. מסתמא האט ער אריינבאקומען א גוטע אפותיקי פאר לאזן פילמירן אין זיין געשעפט.

איך האב א דריטע הערה איבער דעם עצם מהות ה'בעה"ב הצעיר. נאר דאס גייט שוין אריין אין גדר לשון הרע...!
נ.ב.: איך האב קאנפידענציאלע ידיעות אז די רביצין פינטער שתליט"א איז לעצטנס נישט אזוי שטארק מתפקד. זי וואוינט העכער דעם געשעפט...!

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 5:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געהערט אבער נישט זוכה געווען צו באזוכען דער געשעפעט. לעיקוואוד האט אויך א שמות איד וואס פיהרט אן דער ונתנו ביזנעס, אבער קיין עכטע ערפינדונגען האב איך קיינמאל דארט נישט געטראפען. יא, אלטע דרוקען פאר ביליגער, צו א סט פון מחזור כל בו וואס איך נוץ און ס'איז נישט בנמצא פאר ווייניגער ווי $200 און דארט געווען צוואנציג. אבער חתימות וכדו' נישט.
דער פינטער איז מסתמא פון די ביקאווסקער פינטער'ס, פונקט ווי ר' שמעלקא פון לאנדאן און אלע פינטער'ס וואס זענען געווארען ישיביש, ניין?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 10:36 am
דורך [NAMELESS]
אין פינטער'ס האב איך אויך זוכה געווען צו קויפן דאס ביכל 'מיין לעבן' פון קווארטין (נישט פאר כ'האב זיכער געמאכט אז דער וויליאמסבורגער איד'ל געפינט זיך נישט דארט).

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 11:47 am
דורך טמיר
ס'קומט נישט ממש אריין דא, אבער איינער האט שוין דערמאנט אז אסאך מענטשן האבן אן אומפארשטענדליכע אבסעסיע צו קויפן ספרים על אף זיי גייען אפשר קיינמאל נישט אריינקוקן דארט, און אסאך מאל קויפט מען דאס מיט שווער געהארעוועטע געלט פון די ווייב. כ'קען איינער וואס האלט אין איין קויפן ספרים און זיין ווייב הרג'ט זיך אוועק צו ברענגן לחם לאכול

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 11:51 am
דורך berlbalaguleh
טמיר האט געשריבן:ס'קומט נישט ממש אריין דא, אבער איינער האט שוין דערמאנט אז אסאך מענטשן האבן אן אומפארשטענדליכע אבסעסיע צו קויפן ספרים על אף זיי גייען אפשר קיינמאל נישט אריינקוקן דארט, און אסאך מאל קויפט מען דאס מיט שווער געהארעוועטע געלט פון די ווייב. כ'קען איינער וואס האלט אין איין קויפן ספרים און זיין ווייב הרג'ט זיך אוועק צו ברענגן לחם לאכול

טמיר: ס'פעלן נישט קיין משוגעים. יענער איז מסתמא אויך א גרויסער בעל צדקה. ער טיילט פינווערס פאר א יעדן משולח פון א"י...!

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 11:53 am
דורך נהורא נפישא
כ'האב שוין אויך געקויפט דארט פארשידענע מציאות, יעדער רעדט עפעס אזוי פונעם וויליאמסבורגער אידל, כאילו ער כאפט וואס גייט פאר, ס'איז כשמו כן הוא, אז די ווייסט וויאזוי קענסטו אים נעמען פאר א רייד.
דרך אגב , איך וואלט פארגעשלאגן אריינצולייגן דעם ארטיקל אין שבת אחים, ווי צוטריט איז איינגעצוימט, כדי אז מ'זאל פונעם געשעפט ווייטער קענען הנאה האבן.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:34 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:דרך אגב , איך וואלט פארגעשלאגן אריינצולייגן דעם ארטיקל אין שבת אחים, ווי צוטריט איז איינגעצוימט, כדי אז מ'זאל פונעם געשעפט ווייטער קענען הנאה האבן.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:51 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה שוין אז דער אשכול גייט מיר ברענגען א סך הארצווייטאג, וואס איך האב אלץ פארזעהן דארט...

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 8:07 pm
דורך רימון
הדד בן בדד האט געשריבן:יישר כח שש, זייער שיין אראפגעלייגט. איך וויל נאר מוסיף זיין איז איך האב פערזענליך געקענט ר' קלמיש'ן פאר אסאאאך יארן. דער איד איז געווען נישט סתם א רב פון א בית מדרש מיט התרת הוראה נאר א ת"ח עצום. ער איז געווען פון די פאר געציילטע אידן וואס האבן געהאט התרת הוראה (צווישן אנדערע) פון קלויזענבורגער רב זצ"ל. צו דעם האב איך געהערט פון אסאך אידן וואס געדענקען דאס נאך, אז איך די גוטע יארן ביים קלויזענבורגערס שיעורים און פשט'לעך איז ער געווען פון די געציילטע וועלכע פלעגן מיטהאלטן ביז סוף און דאס געקענט איבערזאגן שפעטער.

דרך אגב, זיין רביצין איז א שנעבאלג און א גרויסע מיוחסת. דער דרשן ר' אייזיק קרישעווסקי איז זיין איידעם.

דעם וויליאמבורגער איד'ל קען איך שוין אויך פערזענליך פאר עטליכע צענדליגער יארן. אבער אזוי האסטו עס גאר גוט אראפגעלייגט.

דאס בעסטע איז מיר געפאלן ווי דו האסט אראפגעלייגט דעם נאז זיינעם צו דערשמעקן דעם קויפער און לויט דעם אפמאכן דעם פרייז.

ד"א, איך געדענק נאך דעם געשעפט ווען עס איז געווען א געהעריגע ספרים געשעפט.

אויסער וואס רבי קלמן איז געווען א תלמיד חכם איז ער געווען א זעלטענער איידעלער און אצילות'דיגער מענטש, א גאלד-געגאסענער הארץ און בעל טובה.
מ'האט ביי אים געקענט דינגען אלטע ספרי תורות פאר נישקשה ביליגע פרייזן.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 9:15 pm
דורך berlbalaguleh
העניך: ייש"כ פאר דערמאנען דעם ביכל פון חיים גראדע, ..."דער שול הויף"...! איך האב עס אמאל געהאט געליינט. נאר כ'האב שוין פארגעסן רוב פון די מעשיות וועלכע ער ברענגט דארט אראפ. איין מעשה געדענק איך יא א ביסל..."ר' נחומ'ל דער מלווה"... דער תמצית פון די מעשה איז אז ס'געווען א איד ר' נחומ'ל, וועלכער האט געהאט רייכע קינדער אין אמעריקע און זיי האבן איהם געשיקט שטיצע. און לויט די עקאנאמישע סטאנדארטן אין פוילן/ליטא אין יענע צייטן איז ער געווען פארהעלטניסמעסיג א גביר. און ר'האט פארבארגט געלט פאר די נויטבאדערפטיגע ארימעלייט. נאר מ'האט געמוזט חתמ'נען א שטר הלוואה. און ס'געווען געוויסע מענטשן פאר וועלכע ער האט נישט געוואלט פארבארגן קיין געלט. ס'האט נישט געהאלפן קיין תחנונים. א ווערטל איז ארומגעגאנגען אין שטאט. אז ווען ר' נחומ'ל זאגט ניין, איז פארפאלן. מיט צוויי פייען...!
איך האלט מיך פאר א שטיקל בקי אין דעם גרויסן שרייבער און געוועזענעם ישיבה בחור, חיים גראדע'ס סיפורי מעשיות. איך האב אדורכגעליינט צוויי פון זיינע ביכלעך מ'דאשקא ל'דאשקא. ה"ה ..."לייבע לייזער'ס הויף"...און ..."דער שטומער מנין"... אין א יעדן איינעם פון די ביכלעך איז פארהאן דריי אדער פיהר הויפט מעשיות, וואו ער שילדערט געוויסע פערזענליכקייטן און כאראקטערס וועלכע האבן זיך געדרייט דארט. למשל אין דעם ביכל לייבע ל.'ס הויף שילדערט ער דארט אלע טיפן וועלכע האבן דארט געוואוינט. אריינגערעכנט דעם רב, וועלכער האט זיך אפגעזאגט פון זיין רבנות אין א קליין שטעטל. ווייל ער האט נישט געהאט קיין הארץ צו פסק'נען לחומרא פאר די ארימעלייט וועלכע זענען געקומען צו איהם פרעגן א שאלה. און ער לייגט אראפ די גאנצע היסטאריע פונ'ם רב פון אלס בחור, ווען ער איז געווען א גאר פרומער בחור, און ר'האט נישט געוואלט ארויסגיין אינמיטן דאווענען מנחה צו רעדן צו זיין מאמע וועלכע איז געקומען איהם באזוכן פון א ווייט'ן שטעטל, אוטיאן. און ער האט זיין גאנץ לעבן חרטה געהאט פארדעם. ווייל זי איז נפטר געווארן אינמיט'ן וועג. און ר'האט זי מער קיינמאל נישט געזעהן. אויך באשרייבט ער א טיפ פון א איד, ר' חזקיה דער שלאסער, וועלכער איז געווען א גרויסער ת"ח און זייער א פרומער. און די איראנישע פאסירונג וועלכע האטציך געטראפן מיט זיינע טעכטער...!
המשך יבוא, אי"ה...!

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 9:39 pm
דורך פרייוויליג
איך האב מיך אלץ געוואונדערט ווער עס איז דער אלטער איד וואס שלעפט זיך ארויס אויף א שטעקן מיט א גאנצע בינטל ספרים אויפן ריקן.. :lol: