בלאט 1 פון 2

הילף פאר אוטלאק

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:05 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב לעצטענס אינסטאלד אוטלאק פון מייקראסאפט אפיס 10. ביז יעצט האב איך געהאט אפיס 07. איך האב צוויי פראבלעמען וואס איך האף אז די טייערע חברים דא וועלן מיר העלפען מיט.
#1) איך האב אנגעשטעלט אז ווען עס קומט אריין א נייע אימעיל זאל עס קלינגען , און אויך זאל ארויפקומען אזא באקסעל אין די זייט מיט די אינפראמעישען וועגן די אימעיל. קלינגען קלינגט עס , אבער באקסלען באקסעלט עס נישט.
#2) איך האב געמאכט אז עס זאל אריינקימען אימעיל׳ס פון צוויי אימעיל אדרעססען וואס איך האב. די פראבלעם איז נאר אז עס איז געווארען צוויי עקסטערע פאלדער׳ס אין איך דארף עקסטער טשעקען יעדע פאלדער. ביז יעצט אין אוטלאק 07 פלעגען ביידע אימעיל׳ס אריינקימען אויף איין פלאץ.

א ריזיגען ישר כח פון פאראויס

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 1:33 pm
דורך געפילטע פיש
מעגליך אז ביידע פראבלעמען שטאמען פון די זעלבע זאך, קען זיין אז אין 07' האסטו אויפגעסעט דיינע אימעילס מיט POP און אין 10' מיט IMAP?
מאלטיפל פאפ אקאונטס גייען אריין אין די זעלבע אינבאקס, דאגעגן איימעפ אקאונטס מאכן שבת פאר זיך.
קענסט טרייען זיי אויפצוסעטן מיט פאפ, אדער קענסטו מאכן א רול אריינצוריקן די אינבאקס אייטעמס אין א התאחדות האינבאקסעס פארלדער.

לגבי דיין צווייטע פראבלעם, אויב זיך אריבערריקן צו פאפ ארבעט נישט, טריי רעכט-קליקן אויף די נאטיפיקאציע עריע אוטלוק אייקאן און אנטשעק אלע "Show" טשעקס, פארמאך אוטלוק, עפען צוריק און לייג צוריק אלע טשעקס. אויב ארבער דאס נאך אלס נישט, טראגט איינער פאר אנליין צו מאכן א רול אז אלע אינבאקסעס זאלן ארויפלייגן קול קורא'ס ווען זיי באקומען א נייע מעסעדז'.

Therefor I created a "new rule"
- Condition ==> "On this Computer Only"
- Action ==> "Display Alert" + "Play Sound"
- Exceptions ==> "None" (I mean none checked)
- Finalize ==> "Activiate this rule"
- END

It asked me also if I want to apply it to ALL of my mail accounts, and I said YES !

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 1:39 pm
דורך ניו יארק
איך ווייס אז ביידע פון די איז א פשוטע סעטינג (איין מאל מען ווייסט עס איז עס פשוט, הא?), איך וויל אי"ה מאנטאג עס ארויפלייגען דא (איך בין נישט אין אפיס יעצט, ווער קען געסען ווי יא...? הינט: זייער א פאני פלאץ, די גאנצע געזינדעל שטיפט זיך אריין אין א קליין לעכעל, בערך צוויי שעה פון Brooklyn)

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 2:04 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע
יא! אמת! ס'פעלגט זיין מיט פאפ און יעצט איז עס מיט איימעפ

יעצט שטייט ביי מיר ביי אינקאמינג מעיל סערווער: imap.gmail.com
אין ביי אוטגא'אינג מעיל סערווער: smtp.gmail.com

זאל איך ביידע טוישען צו : pop.gmail.com
??

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 2:11 pm
דורך געפילטע פיש
ניין, נאר די imap, און וועסט מ'סתם דארפן אויפסעטן פונדאסניי, דאכט זיך מ'קען נישט טשעינדז'ען אין די סעטינגס.

נוי יארק, פון ראה"ק'ס שאלה האט אויסגעזען אז ער ווייסט פון דעם סעטינג, און דאך ארבעט עס נישט.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 2:19 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי
איך האב אינגאנצען אויסגעמעקט די צוויי אימעיל אקאונט'ס פון אוטלאק. יעצט וויל איך עס פריש אריינלייגען. וואס לייגט איך אריין ביי אינקאמינג מעיל סערווער און ביי אוטגא'אינג מעיל סערווער?

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 3:09 pm
דורך געפילטע פיש
Pop.gmail.com און smtp.gmail.com
מ'דארף אויך אריינלייגען די פארט נאמבערס פאר זיי. זיי מגגל "outlook 2010 gmail pop" וועסטו גלייך טרעפן סטעפ ביי סטעפ ווי אזוי דאס אויף צו סעטן.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 3:39 pm
דורך שמעקעדיג
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 62#p555862

דא רעדט מען שוין דערפון. אפשר קען אונזער הויכגעשעצטער ראשעקאל נהנה זיין דערפון.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 6:25 pm
דורך ניו יארק
געפילטע פיש האט געשריבן:ניין, נאר די imap, און וועסט מ'סתם דארפן אויפסעטן פונדאסניי, דאכט זיך מ'קען נישט טשעינדז'ען אין די סעטינגס.

נוי יארק, פון ראה"ק'ס שאלה האט אויסגעזען אז ער ווייסט פון דעם סעטינג, און דאך ארבעט עס נישט.

אקעי, כשם שקיבלתי שכר על הדרישה כך קיבלתי על הדרישה.
איך האב נאר געוואלט ער זאל דעם שבת קענען דוירכטראגען, אבער געפילטע פיש האט מיר אויסגעכאפט.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
טענק יא חברה פארן העלפען

ווי אזוי קען איך...
- אויסלעשן די דזאנק אימעיל קעסטעלע
- מאכן אז אוטלאק זאל טשעקען די אימעיל כסדר -נישט יעדע צוואנציג מינוט אר סאו

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 12:50 pm
דורך שלמה המלך
ראשעקאל האט געשריבן:טענק יא חברה פארן העלפען

ווי אזוי קען איך...
- אויסלעשן די דזאנק אימעיל קעסטעלע
- מאכן אז אוטלאק זאל טשעקען די אימעיל כסדר -נישט יעדע צוואנציג מינוט אר סאו

די קענסט אנשטעלען עס זאל אויפפיקען דיין מעיל יעדע ליאדע מינוט
קוועטש אויפן חץ לעבען SEND/RECIEVE
קוועטש אויף די הינטערשטע אפציע SEND/RECIEVE OPTIONS
דערנאך קוועט אויף די ערשטע אפציע DEFINE SEND/RECIEVE GROUP
דארט האסטי די אפציע אנשטעלען ווי אפט ער זאל זאמלען דיין פאסט.....

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 5:55 pm
דורך [NAMELESS]
א דאנק קינג סאלאמאן.
וואס טוט זיך מיט די אנדערע זאך? וועגען אויסלעשן די דזשאנק קעסטעל?

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 6:14 pm
דורך געפילטע פיש
וואס מיינסטו מיט "אויסלעשן"? די ווילסט די דזשאנק זאל גיין אין די אינבאקס?

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 1:53 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט "אויסלעשן"? די ווילסט די דזשאנק זאל גיין אין די אינבאקס?

יא

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 10:53 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט "אויסלעשן"? די ווילסט די דזשאנק זאל גיין אין די אינבאקס?

יא

ווענט זיך ווי די מעסעדזשעס ווערען געפילטערט, אויב איז עס ביי דיין אי-מעיל פארזערגער אזוי ווי Gמעיל, יאהוו, AOL, דעמאלס מוזטו עס טוהן דארט, אויב ווערט עס געמאכט דורך אוטלוק, דעמאלס קענסטו עס אויסלעשען דורך גיין צו Junk, קליק אויף Junk email options, און וועל אויס די אפציע No automatic filtering.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
א ריזיגען ישר כח געפילטע. האסט מיך געראטעוועט!!

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 11:01 pm
דורך געפילטע פיש
ממש אזוי? נא ווי איז עס געווארן געפילטערט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:18 am
דורך געפילטע פיש
בילד
בילד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:04 am
דורך sunbar
ווי אזוי סעט איך אויף אוטלאק אויף א אנדרויד?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:21 am
דורך געפילטע פיש
sunbar האט געשריבן:ווי אזוי סעט איך אויף אוטלאק אויף א אנדרויד?

אויב רעדטסטו פון די געהעריגע מייקראסאפט אפיס אוטלוק, איז דאס נישט פארהאט אויף ענדרויד לפי מיטב ידיעתי, דו רעדטסט אפשר פון די אוטלוק.קאם עפפ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:27 am
דורך sunbar
איך רעד פון מייקראסאפט אפיס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:29 am
דורך געפילטע פיש
וואס פאלט דיר ביי אז ס'דא אזא זאך אויף ענדרויד?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:38 am
דורך sunbar
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס פאלט דיר ביי אז ס'דא אזא זאך אויף ענדרויד?


פארוואס זאלן זיי נישט האבן? בלעקבערי האט עס.