בלאט 1 פון 1
וויאזוי האט משה רבינו אויסגעזעהן?
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 9:29 pm
דורך געוואלדיג
רבותי איך ברויך די הילף פונעם ציבור, מיין אינגל האט אהיים געברענגט אויף שבת זיינע שבת צעטלעך און דארט בין איך געווארן אביל צומישט, איך האב מיך אלס פארגעשטעלט משה רבינו מיטן אויסזעהן פון עפעס מער ווי א תמני וכדו' אבער דא האב איך געטראפן א אפענע סתירה צו ער איז געווען א ליטווישער ראש ישיבה אדער גאר א חסידישער רבי מיט א ברייטע גארטל, רבותי קוקטס און איבערצייגט זיך אליין אין די ערנסטע שאלה.
Re: וויאזוי האט משה רבינו אויסגעזעהן?
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 10:07 pm
דורך יעלה ויבא
אלו ואלו.....
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 10:14 pm
דורך [NAMELESS]
נישט אין שמייכל גערעדט, מען זאגט אז קינדער וואס קאלערען נישט ארויס פון די ליין זענען קלוגע קינדער, ברא כרעי' דאבוה..
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 10:26 pm
דורך [NAMELESS]
אינטרעסאנט, ביי די חסידישע בילד זעט מען חסידים ארום, אבער ביי די ליטווישע בילד זעט מען ניט קיין מענטש.
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 10:32 pm
דורך [NAMELESS]
ביי די חסידישע בילד קומט משה רבינו אראפ די נידריגע בארג און געט איבער די לוחות מיט א ליבשאפט צו די אידעלעך, אבער אין די אנדערע בילד זעט מען אן אויפגערעגטע ר"י שטיין אויף גאר א הויעכן בארג אין טראסקעט אראפ די צווי שטיקעס... אוי, א רחמנות..!
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 10:39 pm
דורך נהורא נפישא
דער שניצער מיכאלאנגעלוי טענה'ט גאר אז ער האט אזוי אויסגעזעהן.
מערקט די הערנער לויט א מאדנע אויסטייטש פונעם פסוק כי קרן עור פניו

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 10:59 pm
דורך [NAMELESS]
אויב אזוי קען מען שוין צולייגן דאס אויך...
( ס'דא א אנדערע דעה
. וואס האלטן אז ס'איז גאר אהרן הכהן).
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 11:03 pm
דורך דעת זקנים
באלאנגט נישט אין א שמייכל, סאיז דא א ערענסטע שמועס וועגן די צורה פון משה רבינו.
סאיז דא א תפארת ישראל אין קידושין וואס ברענגט וועגן די צורה. די דגל מחנה אפרים און די אור פני משה רעדן אויך וועגן דעם ענין.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 12:02 am
דורך ירח בן יומו
לאמיר נישט פארגעסן די שער בלאט פון די אלטע חומשים
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 12:08 am
דורך יהושע חיים
דעת זקנים האט געשריבן:באלאנגט נישט אין א שמייכל, סאיז דא א ערענסטע שמועס וועגן די צורה פון משה רבינו.
סאיז דא א תפארת ישראל אין קידושין וואס ברענגט וועגן די צורה. די דגל מחנה אפרים און די אור פני משה רעדן אויך וועגן דעם ענין.
מיט אן ההתנגדות פון דעם ווילקאמער מגיד וואס האט געדרוקט א חיבור דערוועגן.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 11:49 am
דורך ציבעלע-קיגל
איין זאך איז זיכער, מיט א שטריימעל איז ער זיכער "נישט" געגאנגען.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 12:21 pm
דורך [NAMELESS]
מה דאך דתן און אבירם זענען געגיינגען שטריימלעך אין סטראקעס, ק"ו בן בנו של ק"ו משה רבינו
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 12:24 pm
דורך שלום על ישראל
די מאשני (bow) פון זיין בעקיטשע איז נישט געווען אינמיטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, מיט א שטריימעל איז ער זיכער "נישט" געגאנגען.
ווען מ'געט דיר די ברירה צו גיין מיט גענוי די זעלבע לבוש וואס משה רבינו איז געגיינגען, אדער זאלסטו אנטון א שטריימל, וועלכע וואלסטו אויסגעוועהלט?
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 12:46 pm
דורך געוואלדיג
שלום על ישראל האט געשריבן:די מאשני (bow) פון זיין בעקיטשע איז נישט געווען אינמיטן.
אוודאי ווייל ער האט בכלל נישט געהאט קיין מאשני, קוק אויפן בילד, ער גייט א ברייטע דאווענען גארטל...
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 2:56 pm
דורך ציבעלע-קיגל
בן אדם האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, מיט א שטריימעל איז ער זיכער "נישט" געגאנגען.
ווען מ'געט דיר די ברירה צו גיין מיט גענוי די זעלבע לבוש וואס משה רבינו איז געגיינגען, אדער זאלסטו אנטון א שטריימל, וועלכע וואלסטו אויסגעוועהלט?
נישט א שטריימל
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 3:04 pm
דורך [NAMELESS]
ליין איבער וואס כ'האב געפרעגט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2016 11:12 am
דורך שבת אחים
וויאזוי האט משה רבינו אויסגעזעהן? לכאורה יעדע מאל אביסל אנדערש. פארן סטראוק אדער נאכן סטראוק? פאר ער האט געזעהן די ברענעדיגע סנה אדער נאכדעם ? פארן ארויפגיין אין הימל אדער נאכדעם? פאר ער איז ארומגעלויפן מיט די פיזשאמעס אדער נאכדעם? פארן עגל אדער נאכן עגל? פארן צוברעכן די לוחות אדער נאכן צוברעכן די לוחות? פאר ער האט געהארגט די מצרי אדער נאכן הארגענען די מצרי? פאר ער איז געוואר געווארן אז ער קען נישט אריינגיין אין ארץ ישראל אדער נאכדעם??? פאר די ביטערע מחלוקה פון קורח אדער נאכן איינשלינגען די ערד, פארן שפאלטן די ים אדער נאכדעם? פאר ער איז געווארן א איידעם אין מדין אדער נאכדעם.
איך וואונדער מיך עפעס אנדערש, משה רבינו׳ס און די אבות ווי אברהם אבינו איז דא אסאך בילדער אין אסאך קאלירנג באוקס ממילא האבן מיר כאטשיג א שטיקל בילד וויאזוי זיי האבן אויסגעקוקט וואס איך בין זייער נייגעריג איז וויאזוי האט השכבינו אבינו אויסגעקוקט??? פון אים איז נישטא קיין שום בילד.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2016 11:18 am
דורך [NAMELESS]
ווער ס'פארשטייט די סוד פון האקן 'על השם' 'ועל משיחו' און אויך אויף 'ננתקה' דער פארשטייט וויאזוי 'השכיבנו אבינו' האט אויסגעקוקט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2016 1:06 pm
דורך ציבעלע-קיגל
בן אדם האט געשריבן:ליין איבער וואס כ'האב געפרעגט
עס איז נישט דא קיין מיטל וועג? אדער די אמאהליגע שמטאעס אדער די היינטעגע שמאטעס איך מיין שטריימל?