וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?

שליחה דורך הגיון »

געווענדליך ווען איינער דרייט זיך אין ביהמ״ד א גאנצן טאג וועט זיך אים דוכטן אז די גאנצע וועלט איז אין תורה. ווען איינער דרייט זיך אין א שלעכטע סביבה וועט ער באקומען די הרגשה אז די גאנצע וועלט איז שלעכט. ווען איינער איז א ראש הישיבה פאר שוואכע בחורים וועט ער מיינען אז דאס איז היינט די יוגנט. די נקודה איז אז יעדער מענטש זעט נאר א האלבן בילד דורכאויס זיין טעגליכן רוטין. דארט וואו ער דרייט זיך וועט ער מיינען אז אלעס גייט אויף די ליניע. ווען איינער דרייט זיך אויף אייוועלט וועט ער מיינען אז תלי״ת עס איז דא אזויפיל פרומע אידן. און עמיצער וואס איז אויף קאווע שטיבל וועט מיינען אז די עולם איז אויפגעקלערט.

דאס איז וואס מיר רופן בעצם אן ״באבעל״, דארט וואו ער איז מיינט ער אז דאס איז די גאנצע וועלט. ער קען נישט זען א אנדערע קולטור, אידילאגיע, אדער גייסט. און ער לעבט אין דמיון אז יעדער איז בערך אין זיין גאטונג.

די קונץ איז, וואס מיר אלע טרייען, צו זען די אמת. זיך ארויסצוזען פונעם באבל, און לעבן אין א דיווערסיפייד ספיריט.

מיינע פאלגענדע ווערטער איז ח״ו נישט צו קריטיקירן כלל ישראל. תלי״ת אז די ברייטע בילד פון שומתומ״צ איז פארהעלטנימעסיג סטאביל, עס זענען דא תורה פעסטונגען, ישיבות, בתי מדרשים, בתי חינוך, כשרות, און צניעות.

יעצט לאמיר רעדן פון די איכות נישט פון די כמות. וויאזוי זעט כלל ישראל היינט אויס? וואס איז אונזער עתיד, און וויאזוי גייען מיר אויסזען אין צען יאר ארום?

איך וויל עס פראבירן צי מאכן קורץ.

מאנכע וועלן אנקוקען מיינע ווערטער אלס א צייכונונג פון איינער וואס דרייט זיך אין א געוויסע סביבה דערפאר מיין איך אז אלעס דרייט זיך אזוי.

אבער, לאמיר זיך נישט נארן:

אן קיין ספק אז די אינטערנעט איז די הויפט שפילער, אבער דער מחיצה איז געווארן דורכזיכטיג. אפילו די וואס האבן נישט קיין אינטערנעט, אדער האבן כשר׳ע אינטערנעט, דער וויסענשאפט קומט אן איבעראל ווי וואסער נאך א האריקען. אויב עמיצער האט נישט קיין אינטערנעט האט ער א סעריע פון צענדליגער ״כשרע״ outlets אדער ליטעראטור וואס געבן אים איבער די גאנצע טעלעוויזע אויף א גאלדענעם טעלער. אנגעהויבן פון די אומשולדיגער קול מבשר, ביז די אלע מאגאזינען וואס פארמאגען אלעס ביז א האלב פארמעקטען בילד פון א פרוי.

איך שטרייך דא אינטער די קאנסקיווענצען צווישן חרידים וואס האבן נישט קיין אינטערנעט, אדער האבן באגרעניצוגען מיט אינטערנעט. די פעלאשען איז אין די ליפט, אין די צייטונגען, אין מקואות, אין אייוועלט, אין בתי מדרשים, אין חדר, אין ישיבות. ווער האט פאר צען יאר צוריק געוויסט ווער עס איז דאס מיעיגען קעלי, ביל אריילי, jeanine pirro, און ווער רעדט נאך פון פרייע זינגער ביז פרויאישע זינגער, טעילער סוויפט, קעטי פערי, שרית חדד וכו׳ וכו׳ וכו׳

וואס צירקולירט ארום אויף די סאשעל געוועב געפינט זיך אין היימישע צייטונגען. יעדער שרייבט פון אלעמען, רעדט פון אלעמען, ציטירט פון אלעמען (אסאך מאל אנאנים).

נעמט א דוגמה די פרעזידענטליכע דעבאטע. אייוועלט וואס דארף צו זיין די פויפסט אליינס. האט נישט קיין פרויען בילדער אא״וו, אבער קאכט זיך אין די פאליטיק נאך אסאך מער פון די טיווי ענקערס אליין. אט האט א ניק געשריבן: קוק ווי זיס קעלי האט אים געענטפערט. מען ערלויבט נישט קיין ווידיאוס פון פרויען, אדער יוטוב, אבער מען לייגט עס ארויף אויף דראפבאקס. מען טאר נישט זען די דעבאטע אבער יעדער רעדט דערפון בכל הפרטים.

מיר האבן אפשר נישט קיין טיווי, אבער ריזיגער שטיקער פון טעלעוויזע רייסט אדורך מנער ועד זקן. מיר טארן נישט ליינען קיין וויקיפידיע אבער דער שטערן, מאמענט, און אנדערע צייטשריפטן און מאגאזינען טוען די ארבעט.

דאס אומפארשעמטער איז פארשעמט געווארן. דאס אוממעגליכע האט פאסירט.

לסיכום: איך בין שוין זאט און מיד פון נארישע ארגומענטס אז קוק וויפיל אידן האבן פילטערס, קוק וויפיל אידן גייען מיט קוטשמעס און בערד. עס איז דא חדרים און שולעס. אלעס פיין און וואויל, אבער איך רעד פון די טיפעניש, דאס מחיצה איז אראפגעפאלן אדער איז געווארן דורכזיכטיג. די ליפט איז פארפעסט אפילו פאר די וואס האבן נישט אינטערנעט. די יוגנט איז פריש און מינטער, ווערט מער און מער אויפגערייצט פון די אנדערע זייט מחיצה. און מען קען געבן טויזענטער פרטים און פאקטן מיט וואס איז אונזערע דור איז מיילן אפגעריקט פון די פריערדיגע דור אויסער די קאפעלוטש און הויזן. די לבוש איז גאנץ נאנט, אידישקייט בליהט און וואקסט אויף די ברייט אין כמות אבער אין נישט אין די איכות אין די טיפעניש.

קוק וויפיל מורה הוראות כלל ישראל געבט ארויס. יא, אבער קוק אויף וויפיל אידן זענען אוועקגעפאלן אין אזא קורצע תקופה. עס זענען מער אידן אפגעפארן אין די לעצטער 10 יאר ווי צוויי דעקעטס פריער.

עס געבט א סקרוך דעם הארץ. און איינער וואס איז נישט בלינד, קען זען מיט א קלארקייט די ראלארקאוסטער אויף וואס מיר זיצן.
[NAMELESS]

Re: וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער אמת'ע פאקטען, אבער וואס איז דיין פוינט? ס'איז גיט אזוי אדער שלעכט?
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך הגיון »

ביטער ווי א גאל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הגיון האט געשריבן:ווער האט פאר צען יאר צוריק געוויסט ווער עס איז דאס מיעיגען קעלי, ביל אריילי, jeanine pirro, און ווער רעדט נאך פון פרייע זינגער ביז פרויאישע זינגער, טעילער סוויפט, קעטי פערי, שרית חדד וכו'.

איך מאך נישט אוועק דיין נקודה, אבער איז עפעס מאדנע מיט מיר אז איך ווייס נאך היינט נישט וואס עס מיינט קיין איינע פון די זאכן אויף דיין ליסטע?
וירח ה' את ריח הניחוח
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך הגיון »

אן קיין ספק האב איך געוויסט אז עס וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן זאגן מי הם. אבער ניין עס איז גארנישט מאדנע מיט דיך. די ליסטע איז געווען א שפיץ נאדעל פון ענדלאזע סעריעס צו די אלגעמיינע גאס.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איך בין אביסל צומישט דא, איר שרייבט אז ס'איז ביטער ווי א גאל אינגערלייט ווייסן צופיל פון די נישט אידישע גאס, אבער כ'זעה דאך אז איר ווייסט אויך והא ראיה אז איר זענט בקי בהן ובשמותיהן, איז הייסט דאס אז איר באוויינט אייער אייגענעם גורל, אדער גאר האט איר עפעס א ספעציעלע אימיונעטי וואס אנדערע פארמאגען נישט אדער אפשר גאר זענט איר א גר ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך הגיון »

דו ווייסט די זאכן פונקט ווי מיר. דו ביסט די זעלבע גר ווי מיך. עס נישט די צרות רבים חצי נחמה, עס איז א שמיעס איבער די ביטערע פאקטן וואס נעמען ארום חרידיזם.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

קלאגן קלאגט איר הייסט דאס אויף אייער אייגענעם גורל בתוך שאר אומללי ישראל, אייערע פאקטן זענען געוויס ריכטיג, די פראבלעם וואס איר זעט דערביי, זעה איך נישט, איך נעם ארויס פון אייערע ווערטער אן אנדערע פראבלעם, נעמליך אז די גאנצע חרדישע עסטעבלישמענט איז איין שטיק היפאקראטיע. און איבער די פראבלעם וואס איר ריפט גויאישקייט, כ'ווייס נישט וואס איר מיינט דא מיט גויאישקייט, ס'איז טאקע פארהאן אסאך קטנות'ער אין פאפ קולטור, דאס האט אבער נישט מיט גויאישקייט, קוקט זיך נאר אים מיט וואס מ'איז פארנומען ביי אסאך חרדישע אידן, פון כלערליי קטנות'ער, רעבעס, גבאים, נגידים, שיינע אידן, און אלע אנדערע איבלן, פאלט נישט ביי צו טראכטן מתי אעשה גם אנכי לביתי.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

נו אינדערהיים איז געווען פונקט אזוי!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: וויאזוי קוקן די חרידים היינט אויס?

שליחה דורך טמיר »

@הגיון, כ'מיין אז רובא דרובא חרידים קענען נישט קיין איינע פון די נעמען וואס דו האסט אויסגערעכענט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך הגיון »

נהורא נפישא האט געשריבן:קלאגן קלאגט איר הייסט דאס אויף אייער אייגענעם גורל בתוך שאר אומללי ישראל, אייערע פאקטן זענען געוויס ריכטיג, די פראבלעם וואס איר זעט דערביי, זעה איך נישט, איך נעם ארויס פון אייערע ווערטער אן אנדערע פראבלעם, נעמליך אז די גאנצע חרדישע עסטעבלישמענט איז איין שטיק היפאקראטיע. און איבער די פראבלעם וואס איר ריפט גויאישקייט, כ'ווייס נישט וואס איר מיינט דא מיט גויאישקייט, ס'איז טאקע פארהאן אסאך קטנות'ער אין פאפ קולטור, דאס האט אבער נישט מיט גויאישקייט, קוקט זיך נאר אים מיט וואס מ'איז פארנומען ביי אסאך חרדישע אידן, פון כלערליי קטנות'ער, רעבעס, גבאים, נגידים, שיינע אידן, און אלע אנדערע איבלן, פאלט נישט ביי צו טראכטן מתי אעשה גם אנכי לביתי.

היפקאריטיע איז א אשכול פאר זיך. איך רעד פון די גויאישקייט, די וועלט וואס האט אריינגעדרינגען בכל בית ישראל (איך רעד נישט פון די פריערדיגע גענעראציע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הגיון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

כ'מיין אפילו דער שטן איז שוין צומישט.
פארשפארט