בלאט 1 פון 4
דער ביליגער ביבי
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 9:41 am
דורך shem-tov
די כעלעמער איזראעליס ברעכן זיך שוין קאפ די לעצטע 4 חדשים זיי קענען זיך נישט גלייבן וואס דא גייט פאר, מען האלט אינמיטן א העפטיגער קאמפיין אין אמעריקע און קיינער דערמאנט נישט קיין ווארט פון איזראעל... נישט טראמפ נישט בערני נישט קלינטאן, קוים וואס איינער דערמאנט איר אבער, בכלל נישט קיין פארגלייך צו די אמאליגע גוטע צייטן ווען יעדער האט פארשפראכן נאכאמאל און נאכאמאל גאנצע פעק מיט זעק טובות פאר איזראעל. די רול איז היינט צו טאגס מער ווייניגער די זעלבע ביי אלע פאליטישאנס און ביי רוב בירגער, איזראעל איז אונזער וויכטיגע עליי אין די מידל איסט, מיר באטראכטן איר ווי דער איין און פופציגער סטעיט, מיר ברויכן איר האבן, דעריבער וועלן מיר איר שטיצן און באגלייטן, דאס מיינט אבער נישט אז מיר גייען מיטטאנצן מיט אלע זייערע משוגעתן און סטראשונגן, מיר פארשטייען נאך אזוי גוט ווי זיי צו די וועלטס פאליטיק און מיר וועלן טאן וויאזוי מיר פארשטייען.
אט דער נייער סיסטעם האט איינגעפירט אבאמא און דערמיט מעכטיג צוגעפיקסט דעם ביבי מיט זיין מדינה אז זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טאן, אנגעהויבן ווען ביבי מיט זיין סארקאסטישער שמייכעל האט זיך גענומען באהאנדלן אונזער פרעזידענט מיטן גרעסטן מאס בטול און דיסרעספעקט כמנהג איזראעל, ווען ער האט אים געגעבן לעקטשורס ביים ערשטען וויזיט. אבאמא האט שנעל קלאר געמאכט פאר ביבי אז מיר וועסטו נישט דרייען קיין קאפ איך בין דער פרעזידענט און נישט דו... דיינע חכמות און דריי שטיקעס וועסטו שפילן מיט דיינע רעפובליקאנער לעקער ביי מיר גייט זיין עכטע שלום ביזנעס. דער שחור האט צובראכן זיין גאווה און אגב געווארן א העלד אין די גאנצע וועלט, ער האט אנגעפיפן די מדינה מיט זייערע שטיקעס ובפרט ביי די איראן דיעל ער האט זיך פון זיי אויסגעלאכט און וואונדער איבער וואונדער דאס גאנצע אמעריקאנער פאלק שטיצט דעם פרעזידענט ופני ביבי וכל בני מדינה חפו, אלע איזרעליס שימפן פאר כעס בעיקר קענען זיי נישט אראפשלינגן אז יעצט ביי די עלעקשאנס קוקט קיינער ניטאמאל אויף זייער זייט. מען רעדט פון מעקסיקאו פון פלינט מישיגען פון סיריע און אויך אביסעלע פון איזראעל... אבאמא, טראמפ, קלינטאן, בערני יעדער רעדט היינט פון די מדינה ווי גלייך מען רעדט פון עפעס א קליינער סכסוך וואס מען דארף אויסגלייכן און דאס איז פאר די מדינה ממש טויט שטראף.
זענען די חכמי כעלעם אויפגעקומען מיט א פלאן, לויט ווי איך הער פון מיינע קוועלער האט מען אויפגעברענגט מערערע פארשלאגן אבער דער פלאן איז די מערסטע געפאלן פאר דעם פארשעמטן ביבי... מען גייט ארבעטן אונטערן טיש צו באקומען א מיטינג מיט די ווייסע הויז און ווי באלד דער מיטינג וועט באשטימט ווערן מטעם די אמעריקאנער וועט ביבי לאזן וויסן אז ער קומט נישט.. פארוואס.. ווייל ער וויל זיך נישט אריינמישן אין די איצטיגע פרעזידענשעל פאליטיקס... פונקט ווי אבאמא האט אים נישט געוואלט אויפנעמן פאראיאר.. ממש א שטיקל שאין כמוהו בעולם וואס מיט דעם האט מען מעכטיג אפגלערענט אבאמאס ביינער און אוודאי וועט יעצט יעדער רעדן פון די נעבעכדיגע איזראעל וואס ווערט אזוי געפייניגט פון אבאמא און אולי יחוס אז מען וועט צוריק אנהייבן רעדן פון זיי ביי די עלעקשאנס.. וואס דער ביליגער ביבי כאפט נישט איז אז ער טוט דערמיט די גרעסטע טובה פאר אבאמא וואס קען באמת נישט דערליידן דעם עקעלדיגן ביבי, אויך פארשטייט ער נישט אז עס גייט אים גארנישט העלפן מיט טראמפ וואס באטראכט זייער פאליטיק ווי עפעס א ריעל עסטעיט דיעל, (פארשטייט צעך אז זיי ציטערן פאר אים אויך אימת מות ווען ער וועט זיי צווינגען מיט זיינע דיעלס...) אויך גייט עס אים גארנישט העלפן מיט די וויילער דא וואס זענען שוין לאנג פעד אפ מיט איזראעלס שטיק דער איינציגסטער וואס וועט ליידן דערפון איז ביבי אליינס וואס וועט נאך אסאך כאפן דערפאר פון זיינע מענטשן.. אלץ א יודע פאליטיק און אלץ א סאטמארער קען איך זאגן אז דער פרישער פלאנטער וועט אים נאך אסאך באנק טאן...
איין זאך וואס איך וויל אבער פארשטיין ווי קומט צו א גוי אזויפיל כוחות הנפש ווי דער אבאמא פארמאגט וויאזוי קען ער זיך נאך בכלל וועלן טרעפן מיט דעם דל גאה וואס האט אים פרובירט צו באהאנדלן ווי א אפגעשמיסענער קליין קינד, וואס האט אפען און גראב קאמפיינט קעגן אים, וואס איז געגאנגן אין קאנגרעס אים צו פארשעמן, וואס פייפט זיך אן אין אמעריקאנער פאליסיס וועגן בויען אין איסט, וואס האט אים פרובירט אונטערצוהאקן מערערע מאל און יעצט מיט אט דעם ביליגן שטיקל... עס איז אומגלויבלעך בו בזמן וואס דער פרעזידענט גייט אן מיט זיין סדר היום ער טוט וואס ער דארף לטובת די מדינה.. דערפאר ליגט אויף אונז א פליכט מפרסם צו זיין זאל די וועלט וויסן אז מיר תורה יודן זענען נישט קיין ביליגע מטורפים נאר נארמאלע מענטשן און זאל דער אויבערשטער היטן אויף כל בית ישראל און ווייטער געבן כח און מח פאר אונזער הויעכגעשעצטע פרעזידענטן זיי זאלן זיך מיט אונז פירן מיט חסד און רחמים עד ביאת משיח
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:07 am
דורך מר. קלונימוס
shem-tov האט געשריבן:און וואונדער איבער וואונדער דאס גאנצע אמעריקאנער פאלק שטיצט דעם פרעזידענט
האסט אפשר א לינק צו דיינע אנקעטעס? אדער סתם האסטו ליב צו שרייבן שקר?
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:07 am
דורך [NAMELESS]
`
Re: דער ביליגער ביבי
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:23 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביבי איז א ריזיגער מנהיג ישראל. פארוואס פארמעקט מען נישט די אשכול?
וויצען אויף די זייט, לכאורה די בעסטע זאך פאר איזרא'על איז אז מ'זאל אויפהערען רעדען פון די איזרא'על-פאלעסטיניע סומאטוכע. די פאלעסטיניע'ס וועלען מוזען האנדל'ן מיט איזרא'על, נישט דער אינטערנאציאנעלער געמיינדע, און אן ערנסטע שלום קען קומען אין באטראכט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:32 am
דורך ירח בן יומו
רוביא ביי זיינע קאמפעינס הייבט אלעמאל אן מיט רעדן אז ער וועט צוריק ברענגען מדינת ישראל לתפארתו. שפעטער רעדט ער פון העלט קעיר און פון עקקנאמיע.
זעהט אויס אז ער איז פון די פאר אמעראקנא וואס האבן נאכנישט פארשטאנען אז מ'האלט שוין לאנג נאך סתימת הגולל, לדבריך.
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 12:40 pm
דורך ונבנתה העיר
בלי עין הרע... אזא שנאה האביך נישט עקספיריענסט זייט כ'האב זיך אמאהל געהאט אנגעשטויסן אין א שטיקל שעטנז...

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 1:56 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:בלי עין הרע... אזא שנאה האביך נישט עקספיריענסט זייט כ'האב זיך אמאהל געהאט אנגעשטויסן אין א שטיקל שעטנז...

ונבנתה העיר: ייש"כ. נאר לפענ"ד איז ער נישט נאר א סעלף העיטינג אידיש יונגעלע. נאר א כעלעמער אויך. ווען ער פריידט זיך מיט זיין שמחה לאיד, כאפט ער נישט אז די פעטש געט ער פאר זיך אליין. אויסער אז איך זאלל לערנען פשט אז...
עניוועי. ראה תגובתי להלן...!
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 2:07 pm
דורך berlbalaguleh
זאג נאר ערעב שעם טאףף: דו שטאמסט פון אונגערן און דו ביסט אפשר א געוועזענער נילאש...?
אדער שטאמסטו גאר פון ווארשע און דיין נאמען איז פילסודסקי. און דו האסט א גרויסע הנאה אז מ'האקט אריין שטיקער אין די פארשיווע זשידעס...?
זאלל דיר וואויל באקומען דיין חזיר'שע הנאה. דו האסט שוין אויפגעגעסן די חזיר און בולוועס וואס דיין מאמע האט דיר אנגעגרייט צו פרעסן...?
אזוי ווי דער ליובאוויטשער איד פון קרוינהייטס האט געזאגט פאר דעם שטינקעדיגן נטורי חרתא דבר אחר, אז זיין מאמע איז מסתמא געווען אן אונגערישע קליענינג לעידי. האביך מורא אז דיין יחוס איז פון אן ענליכן אפשטאם. אדהערווייז העוו עי נייס דעי...!
יא...שמעקעדיג. דו קענסט שוין שרייבן א א געזונטע לאכעדיגע תגובה...בהצלחה...!
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 2:09 pm
דורך הוגה
[justify]ס'האט זיך פארמעקט. שוין א כפרה.
בקיצור, כ'בין מיט דיר שם טוב, נאר tone down די העצערישע רעטאריק און טויש דער קעפל צו עפעס וואס האט א שייכות מיט דיין ארטיקל.
דא האט איר א
געוואלדיגע דאקומענטערי איבער ביבי און זיין רילעישאנשיפ מיט אבאמא.
.[/justify]
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 2:23 pm
דורך קל וחומר
כ'גיי דיר לייקן, דערנאך דיסלייקן...
ס'איז די איינציגע וועג מ'קען דיסלייקן דא.
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 3:08 pm
דורך shem-tov
berlbalaguleh האט געשריבן:זאג נאר ערעב שעם טאףף: דו שטאמסט פון אונגערן און דו ביסט אפשר א געוועזענער נילאש...?
אדער שטאמסטו גאר פון ווארשע און דיין נאמען איז פילסודסקי. און דו האסט א גרויסע הנאה אז מ'האקט אריין שטיקער אין די פארשיווע זשידעס...?
זאלל דיר וואויל באקומען דיין חזיר'שע הנאה. דו האסט שוין אויפגעגעסן די חזיר און בולוועס וואס דיין מאמע האט דיר אנגעגרייט צו פרעסן...?
אזוי ווי דער ליובאוויטשער איד פון קרוינהייטס האט געזאגט פאר דעם שטינקעדיגן נטורי חרתא דבר אחר, אז זיין מאמע איז מסתמא געווען אן אונגערישע קליענינג לעידי. האביך מורא אז דיין יחוס איז פון אן ענליכן אפשטאם. אדהערווייז העוו עי נייס דעי...!
יא...שמעקעדיג. דו קענסט שוין שרייבן א א געזונטע לאכעדיגע תגובה...בהצלחה...!
וואס נאך קענסטו א חוץ שרייען חזיר און שעלטן בהרחבה איך האב מיר מיין מיינונג און איך בין בכלל נישט אינטערסירט אז די זאלסט אגריען מיט מיר, די פאקט איז אז ביבי האט זיך צו'נער געלייגט פאר די גאנצע וועלט און יעדער פארשטייט שוין היינט צו זיינע שטיק. קענסט דיך אנעמען פאר אים וויפיל די ווילסט אבער איך מעג מיך אנעמען פאר מיין פרעזידענט און פאר מיינע מיינונגען און האסט מיר נישט אפגעוואנדן אפילו איין שורה פון מיין בלאג. עניוועי שכח ראעקאל און הוגה פאר די לייקס
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 3:29 pm
דורך סמבטיון
קען גראדע זיין אז דער שעםטוף שטאמט גראד יא פון די הייפעלע יודן אשר לא כרעו לבעל, כמיין, איז דען דאס נישט די וואונטש פון יעדן סאקמערע חסיד אז די מדינה הטמאה זאל אינטער גיין? און ביידעוועי דו ביזט פיינע נייעס, 'אבאמא איז דער העלד און ביבי דער שוטה', זאג עס נאכאמאל, אזוי צו פאדרייען אפענע פאקטן? אנבעיוועבל.
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 4:38 pm
דורך פרייוויליג
shem-tov האט געשריבן: איך מעג מיך אנעמען פאר מיין פרעזידענט און פאר מיינע מיינונגען
וויאזוי נעמסטו זיך אן פאר דיין פרעזידענט ווען דו רופסט אים מיט די קינדערישע אויסדריק שחור?
shem-tov האט געשריבן:דער שחור האט צובראכן זיין גאווה און אגב געווארן א העלד אין די גאנצע וועלט
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:48 pm
דורך קאך_לעפל
ס'איז אין דער סאמע ברען פינעם צווייטען וועלטס קריג, דער ביטערער האליקאסט איז אין אירע העכסטע שטופעס, די באן - רעלסען לענגאויס אייראפע קריצן און שוויצן ביטער שווער, פון די פולצאליגע בהמה וואגאנען, וואס פירן אפ דעם אייראפישען אידענטום צו זייער לעצטע דעסטינאציע, ווי זיי זענען פארוואנדעלט געווארן פאר אש, און ריין אידען פעטענס.
די עסקנים דרייען איבער די וועלט, ווייסמאנדעל, שטערנבוך, און נאך, אז מיט געלט איז פארהאן א מעגליכקייט צו ראטעווען וואס ס'לאזט זיך ראטעווען. די נאציס האבן ביים שוועל פון זייער ענדגילטיגער מפלה, געלעכעצט נאך א פאר דאללאר. מ'ווענדעט זיך צו די סוכנות, צו די דשזוינט און צו נאך א''ג יודישע ארגענעזאציעס וואס האבן זיך געבאדען אין שווערע מיליאנען...אז מ'זאל שיקען עפעס געלט, אבער ס'איז נישטא ווער ס'זאל הערן. די הערצער זענען הערמעטיש פארמאכט, און די אויערן זענען פולקאם פארשטאפט...
וואס איז? די עסקנים קענען נישט פארשטיין 12 טויזענט יודישע נפשות ווערן אריין געשיבט טעגליך אין די גאז קאמערן, און פאר א פאר דאללאר קען מען דאס כאטש טיילווייז אפשטעלן, אלזא? פארוואס קומט נישט קיין געלט?
דער וואונדער האט נישט צו לאנג אנגעהאלטען, דער סוכנות האט אין א בריוו מסביר געווען זייער שטעלונג.
שוואלב שרייבט אין א בריוו: "אז וואס מער אידן ס'וועלן אומקומען אלס בעסער וועט דאס זיין פארן ציוניסטישען אידיאל. ווייל אזוי ווי נאך דער ערשטער וועלטס קריג האט מען איינגעטיילט די וועלט פון דאסניי, איז גאר שטארק מסתבר אז נאך די צווייטע וועלטס מלחמה ווען מען ווידער איינטיילן די וועלט. איז אזוי די פעלקער וואס האבן פארלוירען מיליאנען זעלנער אויף די שלאכט פעלדער וועלן האבן וואס צו פארלאנגען, אבער אז כלל ישראל ווען נישט "צושטייער געבן קיין קרבנות", מיט וואס פארא רעכט וועלן זיי קענען קומען פארלאנגען א מדינה?"
אזוי האט הצדיק רבי נתן שוואלב געשריבען, און ער איז געווען אן הויכע איינגעשטעלטער אינעם וואוילטעטיגען סוכנות היהודים.
היוצא לנו מכל זה.
די ישראלים האבן א לאנגע רעפעטאציע פון אינטריגעס און פאסקיצווע שטיקעס צו מאנאווירן די וועלטס פאליטיק לויט זייער אגענדע, (ווער ווייסט דען נישט פון די פרשה מיטן נאמען עסק ביש?) און זיי האלטען זיך נישט אפ פאר גארנישט אין דער וועלט, צו דערגרייכען זייערע ביליגע אמביציעס. נאדא....
מיליאנען אידען ווערן פארגאזט צום טויט, און ווי אזוי זאגט דער רשע יצחק גרינבוים? פרה אחת בתל אביב שוה יותר מכל יהודי אייראפא. עפ''ל. זה דרכם כסל למו.
איך גלייב נישט אז דאס וואס שם טוב האט געשריבען האט עפעס צו טאן מיט רעלעוואציע, ס'איז ווארשיינליך הויל אלוזיע...
אבער דער מאסיווער אויסבראך וואס די ציונים אינעם דא אינעם שטיבל האבן אויפגעריסען, צילוב די חוצפה פון שם טוב צו רעדען אויף ר' בנימין המלך, איז גענצליך נישט אויסגעהאלטען. ס'שטייט אים גראדע זייער גוט.... היסטאריע חזר'ט זיך בלויז איבער... על מה יצה הקצף הזה?
און בכלל פארוואס טאר מען נישט אראפרייסען בנימין המלך? ער לייגט דעם ר''ת תפילין יעדען טאג, ער ענדיגט דעם דאפעיומע??? ווער איז ער דען?
Re: דער ביליגער ביבי
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ברוך הבא, ר' קאך. שקויעך פאר'ן צוריק קומען. שוין לאנג נישט געהערט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: דער ביליגער ביבי
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 6:58 pm
דורך קל וחומר
אויף דעם האט די רעבעזכיסעגעלייני פארפירט אז ציונות וועט זיין די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח!
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 7:14 pm
דורך אדונינו
מר. קלונימוס האט געשריבן:shem-tov האט געשריבן:און וואונדער איבער וואונדער דאס גאנצע אמעריקאנער פאלק שטיצט דעם פרעזידענט
האסט אפשר א לינק צו דיינע אנקעטעס? אדער סתם האסטו ליב צו שרייבן שקר?
עכ״פ דא אין דעם אשכול האט נאך קיינער נישט צוגעשטימט צו ר׳ שם טוב...
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:48 pm
דורך סמבטיון
קאך! פארוואס האסטו נישט צוגעלייגט די באקאנטע מאמר פון סענדר דייטש רק בדם תהיה לנו את הארץ? סעוואלט אסאל ציגעגעבן צו דיין עמאציאנעלע טרערן געשטיקטע תגובה
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:50 pm
דורך שמיטשיק
וואיל געזאגט שם טוב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 1:08 pm
דורך shem-tov
דאס האב איך אייך געזאגט, ליינט דעם רויטערס שטיקל ווי די ווייסע הויז לאכט זיך אויס פון די קיען, קום יא קום נישט, אבער אלץ א יוד מאכן זיי אונז אן אזעלעכע בושות ממש מען קען פלאצן פון די אומערצויגענע מדינת ישראל חיות, ווי איז די קאמען סענס, וועם טרייען זיי צו לעקען, איין גוטער פריינד האבן זיי נאך אין די וועלט אבער מיט אלע כוחות פרובירן זיי צו פייטן און באליידיגן, פארוואס אפשר כדי אויסצוזעהן ווי דער וויקטעם אין די אויגן פון דעם מעגע לוזער מיט ראמני... מי יודע. א פרישע תירוץ האבן זיי היינט געטראפן.. זיי בלוזען אויף אבאמא ווייל ער האט זיי געבינדן די הענט אינמיטן די לעצטע גאזע מלחמה און געשריגן בלא... הער אויף צו שיסן אונזערע באמבעס און אויב קענסטו דיך נישט אן עצה געבן מיט די פאלעסטיניער וועלן מיר זיך אינגאנצן אריינמישן און מיר וועלן קאנטראלן דאס פלאץ, אזוי האב איך געהערט, יעצט וויל שוין אבאמא נישט שיקן קיין באמבעס סתם אין די וועלט אריין, אבער נתניהו רעדט זיך איין אז ער פיקסט צו אבאמא מיטן בלייבן אינדערהיים בלוזען... א פרייליכן פורים ביבילע
http://mobile.reuters.com/article/idUSKCN0WA0UK
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 3:08 pm
דורך מאטי
זאב ז'בוטינסקי איינער פון די גרינדער פון די מדינה האט אימערמידלעך געארבייט צו ראטעווען פוילישע/אונגארישע אידן, אט האט איר אן אויסצוג פון וויקי:
During the 1930s, Jabotinsky was deeply concerned with the situation of the Jewish community in Eastern Europe, particularly Poland. In 1936, Jabotinsky prepared the so-called "evacuation plan", which called for the evacuation of the entire Jewish population of Poland, Hungary and Romania to Palestine.
The same year he toured Eastern Europe, meeting with the Polish Foreign Minister, Colonel Józef Beck; the Regent of Hungary, Admiral Miklós Horthy; and Prime Minister Gheorghe Tătărescu of Romania to discuss the evacuation plan. The plan gained the approval of all three governments, but caused considerable controversy within the Jewish community of Poland, on the grounds that it played into the hands of Polish anti-Semites. In particular, the fact that the 'evacuation plan' had the approval of the Polish government was taken by many Polish Jews as indicating Jabotinsky had gained the endorsement of what they considered to be the wrong people.
The evacuation of Jewish communities in Poland, Hungary and Romania was to take place over a ten-year period. However, the British government vetoed it, and the World Zionist Organization's chairman, Chaim Weizmann, dismissed it. Two years later, in 1938, Jabotinsky stated in a speech that Polish Jews were "living on the edge of the volcano", and warned that a wave of pogroms would happen in Poland sometime in the near future. Jabotinsky went on to warn Jews in Europe that they should leave for Palestine as soon as possible. There is much discussion about whether or not Jabotinsky actually predicted the Holocaust. In his writings and public appearances he warned against the dangers of an outbreak of violence against the Jewish population of Central and Eastern Europe. However, as late as August 1939, he was certain that war would be averted
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 8:19 pm
דורך שטילע אינגערמאן
הרה שם-טוב, וואס זאגסטו צום האנטיגע התנהגות?
זעהט אויס ווי די קאנדיעדאטען האבן געהאט א קאנטעסט ווער קען בעסער קישן ישראל׳ס אונטען.
נאך די היינטיגע טאג איז דער דאזיגע אשכול ללעג ולקלס
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 8:49 pm
דורך [NAMELESS]
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:זעהט אויס ווי די קאנדיעדאטען האבן געהאט א קאנטעסט ווער קען בעסער קישן ישראל׳ס אונטען.
אלע, חוץ איינער.
[tag]שבת אחים[/tag] אלערט