בלאט 1 פון 1

חסידישע רעקל- שמירה עליונה

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 2:48 pm
דורך שטילע אינגערמאן
צוויי הונדרעט יאר צירוק האט זיך אפגעשפילט א אינטרעסאנטע מעשה.
ר׳ זלמן נויגרישעל האט געדארפט שיקן שליחות א גרויסע סומע געלט צו פארבריק ווי ער האט געקויפט אסאך סחורה, געווענדליך פלעגט ער אליין אהין פאהרן אבער הערען פון ר׳ חיים כהנא אז ער פאהרט אהין פאר געשעפטן האט ער עיהם געבעטן טאמער ער קען זיין די שליח אין איבערגעבן די געלט.
ר׳ חיים האט געקענט באשטיין א טובה צו טוען, וכך הווה ער האט גענומען די סכום געלט איבער צו געבן.
ר חיים האט געלייגט די געלט אין די הויזן טאש אין זיך ארויפגעזעצט אויפן באן צו לעמבערג אין איז אנגעשלאפן.
ווען ר׳ חיים איז אויפגגשטאנען איז עיהם געווארן ביטער, ער האט געזעהן די געלט איז נישט בנמצא, מהאט די געלט געגאנבעט,
ר׳ חיים איז געווען צובראכען נישט וויסען וואס צו טוען, אנקומענדיג קיין לעמבערג איז ער תיכף אריין צום בית יצחק, ר׳ יצחק שמעלקעס די רב אין שטאט, זאגט עיהם די רב ״ביסט געווען א שומר חנם ביסט פטור פון גניבה ואבידה דארפסט גארנישט צאלן פאר ר׳ זלמן״.
ר׳ חיים פאהרט צירוק אין שטאט, געבט איבער די שלעכטע נייעס פאר ר׳ זלמן אז די געלט איז געגאנגען א גאנג, אבער ער האט אנגעפרעגט ביים דארטיגען רב הגאון ר׳ יצחק שמעלקעס אין ער האט געפאסקענט אז ער איז פטור.
ר׳ זלמן וואס האט נישט געוואלט אננעמען די פסק אין איז אריין צום חתם סופר אין פאהרגעשטעלט די גאנצע מעשה, די חתם סופר זאגט ״חייב״! ר׳ חיים דארף אפצאלן.
סאיז געווארן א ווינדער, ווי קען איין רב זאגט פטור אין א צווייטע רב זאגט חייב??
קיינער האט נישט געוואלט גיין פרעגן די חתם סופר איבערן פסק פונעם בית יצחק.
ר׳ זלמן נישט וויסענדיג וואס צו טוען האט מחליט געווען ער פאהרט קיין לעמבערג הערען קלאר די ווערטער פונעם בית יצחק.
אנקומענדיג אהין זאגט עיהם די בית יצחק ״פטור״.
די בית יצחק האט געזעהן עפעס איז נישט בסדר מיט ר׳ זלמן, פרעגט עיהם די בית יצחק, ״ביסט א יודע ספר? די ווייסט אנדריש?״ זאגט א זלמן כהאב אליין אנגעפרעגט ביים חתם סופר אין ער האט קלאר געפאסקענט פארקערט.
די בית יצחק טראכט א מינוט אין ענטפערט, פשוט אזוי.
דא אין לעמבערג גייט די עולם מיט לאנגע רעקליך האב איך געהאלטן היות די געלט האט שתי כיסוי, די טאש אין די רעקל, הייסט עס גענוג א שמירה האב איך געהאלטן אז ער איז פטור,
אבער אין שטאט פון חתם סופר גייט די עולם קורצע רעקליך כמנהג אונגערין האט ער געהאלטן אז סאיז נישט גענוג א גוטע שמירה, ווייל די געלט איז נישט גענוג אפגעהיטען האט ער געפאסקענט חייב.

צוואנציג יאר צירוק איז ר׳ טוביה ווייס רב פון ירושלים געווען ביי א באזוך ביים באבובער רב זצ״ל, ער האט דערציילט אז ער האט אזא שאלה, אין ווייסט נישט טאמער סהייסט א גוטע שמירה. האט די באבובער רב דערציילט די מעשה אין רב טוביה ווייס האט טאקע געפאסקענט אזוי, אז סווענד זיך טאמער יענער האט געהאט א לאנגע רעקל.

Re: חסידישע רעקל- שמירה עליונה

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 2:50 pm
דורך טמיר
זייער שיין. די קעפל וואלט געדארפט זיין שמירה תחתונה

Re: חסידישע רעקל- שמירה עליונה

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אן אינטרעסאנטער מעשה, אבער מסתמא נישט אמת.
א רב קען נישט פסקנ'ן אן הערען ביידע זייטען, ט'ווי האט ער געקענט אזוי אפענטפערען?
אויכ'ט דארף באטאנט ווערען אז נארמאלע שמירה ווענד זיך אויף די ארומיגע שטייגער. א מעשה פון צוויי הונדרעט יא צוריק מאכט ווייניג אויס לגבי היינט.
און איך גלויב נישט אז ר' טוביה האט געפרעגט זיין שווערע הלכה שאלות ביים באבובער רבי'ן. ער האט געהאט גענוג אדרעס'ן צווישען אנטווערפען און ב.פ.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: חסידישע רעקל- שמירה עליונה

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 6:03 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אויף דער פסק דין איז דא א אינטרעסאנטע שאלה.
וואס איז מיט די אלע אידן וואס גיין דריי פערטעל רעקלעך? הייסט עס א קורץ רעקעל אדער א לאנגע רעקעל?

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 6:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער די מעשה איז אמת, ווייסטו שוין גלייך די פסק. דער חת"ס האט דאך ניט געוואוינט אין דער ליטא, נאר אין אונגאר'ן, דער וועלט'ס קאפיטאל פון דריי פערטעל רעקלעך.

Re: חסידישע רעקל- שמירה עליונה

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 9:47 pm
דורך א איד
יארמע רב האט שוין געפסקענט ביי א מציאות פון א דריי פערטל רעקל, געווענטליך ווער גייט א דריי פערטל רעקל, די אונגארישע, אבער אזוי וויי זיי ציהען דאך ארויף די הויזן ביזן הארץ, האט דאס א דין ווי א לאנגע רעקל, און מ'איז פטור בגניבה ואבידה, ודפח"ח.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:28 pm
דורך שמעון וואלף
אנטשולדיגט פאר'ן אריינווארפן א פלאקן אבער די גאנצע מעשה איז צריך עיון ווייל שומר חינם איז פטור נאר מיט א שבועה און בזה"ז שווערט מען נישט

Re: חסידישע רעקל- שמירה עליונה

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:22 pm
דורך א איד
וואס הייסט בזמן הזה שווערט מען נישט?

Re: חסידישע רעקל- שמירה עליונה

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שמעון וואלף האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר'ן אריינווארפן א פלאקן אבער די גאנצע מעשה איז צריך עיון ווייל שומר חינם איז פטור נאר מיט א שבועה און בזה"ז שווערט מען נישט

נאר ווען ער גלויבט איהם נישט. ופשוט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: חסידישע רעקל- שמירה עליונה

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:39 pm
דורך א איד
כפי ידיעתי קען מען יא שווערן היינטיגע צייטן

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:53 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן: ייש"כ. נאר לויט'ן קעפל האביך געמיינט אז די מעשה וועט פארן אויף אנדערע רעלסן. למשל, איך וואלט אזוי אויספאנטאזירט די מעשה. אז דער יונגערמאן ר' חיים כהנא (כ'מיין אז ער איז נאך דאמאלס געווען א יונגערמאן.) איז אנגעקומען צו עפעס א האטעל/קרעטשמע און ר'האט געוואלט איבערנעכטיגן דארט. אבער וויבאלד ער האט געהאט א לאנג רעקל, האט מען איהם נישט אריינגעלאזט. האט ער געמוזט גיין זוכן אן אכסניא ערגעץ אנדערש (אדער, אנדעריש. ווי א געוויסער חשוב'ער איד וועלכער איז אויכעט א שטיקל חקרן, זאגט.). אינמיטן די נאכט זענען געקומען רויבערס און האבן איבערגעפאללן דעם פענסי האטעל וואס האט איהם נישט געוואלט אריינלאזן. און זיי האבן בארויבט אלע געסט. און וויבאלד ר' חיים כהנא איז נישט דארט געווען איז ער ניצול געווארן. און מ'האט נישט בארויבט זיין געלט... :D