בלאט 1 פון 2

אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 7:09 pm
דורך באריסטא
עס איז לעצטנס געעפנט געווארן אן אשכול וואס פארמאגט אומדירעקט בילדער פון פרויען. לכתחילה האבן מיר נישט געהאלטן אז מיר זאלן מאכן אן עסק דערפון. מיר האלטן נישט אז בילדער פון צניעות'דיגע פרויען איז א פראבלעם עפ"י הלכה, ובפרט ווען עס איז נישט ארויפגעשטעלט געווארן פאר דעם צורך דירעקט.
עס זענען אבער געקומען א סך פארלאנגען אראפצונעמען די בילדער, אדער כאטש צו פארווישן דעם פנים. מיר עפענען דעריבער אן אנקעטע צו הערן דעם דעת הציבור.
די אנקעטע וועט זיין אפן נאר פאר צוויי טעג. דערנאך וועט אונזער שטעלונג זיין באזירט אויף די תוצאות.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 8:46 pm
דורך ידען
אן אשכול איבער די אויסגעהאלטנהייט פון צניעות׳דיגע פרויען פעלט זיך אויס פאר מ׳קען אפגעבן די שטימע.

געט א בליק אינעם jewish press וואס איז אן ארטאראקסישע בלאט און אינעם אלגעמיינער וואס איז א היימיש אידישער און ערליכער צייטונג און האבן אלע יארן געדרוקט בילדער פון פרויען.

בכלל ווינדערט מיר אפט ווען איך זע אז פון די וואס האבן גאר א פראבלעם פון נשים וואס זענען צוגעמאכט פון אלע זייטן, פיל מער ווי די הלכה פארלאנגט, אבער צו זען א youtube clip האבן זיי נישט קיין שום דאגה תו באטראכטן.

עס איז פארשטאנדיג אז היימישע צניעות׳דיגע בילדער זענען נישט תמיד אזוי רייצנד ווי אנטבלויזטע פריצות...

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 9:05 pm
דורך מומחה
אויב זענען YouTube לינקס ערלויבט, דאן וואס אז די שאלה דא? די סייט איז לכאורה פאר די וועלכע האבן נישט קיין פילטער, און די וואס האבן יא, זאלן ווארטן אביסל ביז די סייט וועט געבלאקט ווערן

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:02 pm
דורך ראשעקאל
איך האב געשטימט אויף "גענצליך ערלויבען". וואס מאכן ענק זיך משוגע? מענטשן וואס זיצן אויף די אינטערנעט, קיינער האט נישט א פראבלעם צו גיין אויף וואס איז נייעס וואס איז אויך פיל מיט בילדער פון נשים. איז וואס פארפירט מען? סתם היפאקראטיע! צניעות'דיגע פרויען, וואספארא פראבעלם איז דען דא???

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:23 pm
דורך John Doe
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געשטימט אויף "גענצליך ערלויבען". וואס מאכן ענק זיך משוגע? מענטשן וואס זיצן אויף די אינטערנעט, קיינער האט נישט א פראבלעם צו גיין אויף וואס איז נייעס וואס איז אויך פיל מיט בילדער פון נשים. איז וואס פארפירט מען? סתם היפאקראטיע! צניעות'דיגע פרויען, וואספארא פראבעלם איז דען דא???


איך בין 100% איינשטימיג.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:45 pm
דורך משה זוכמעך
אוי לעינים שכך רואות!

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:46 pm
דורך יאנקל
איך האב געשטימט פאר "ערלויבן בלויז פארווישטע פנימ'ער".

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:00 pm
דורך שמואל הלוי
שיין וועל מיר אויסזעהן אויב אלע הלכות וועט מען אזוי פסק'נען, מיט א אנקעטע אין קאוע שטיבל... איך האלט אז דער וואס איז אחראי אויף דעם סייט דארף פרעגן א שאלה פון זיין אייגענעם מורה הוראה, אדער עכ"פ א פראמינענטער אנגענומענער דעת תורה.

מאכן אנקעטעס און הערן דעם דעת הציבור איבער אזעלכע האקעלע ענינים, איז לדעתי נישט אויסגעהאלטן.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:07 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:שיין וועל מיר אויסזעהן אויב אלע הלכות וועט מען אזוי פסק'נען, מיט א אנקעטע אין קאוע שטיבל... איך האלט אז דער וואס איז אחראי אויף דעם סייט דארף פרעגן א שאלה פון זיין אייגענעם מורה הוראה, אדער עכ"פ א פראמינענטער אנגענומענער דעת תורה.

מאכן אנקעטעס און הערן דעם דעת הציבור איבער אזעלכע האקעלע ענינים, איז לדעתי נישט אויסגעהאלטן.

אדרבה! זייט מיר מוחל, מאכט מיר אויף א שלחן ערוך און ווייזט מיר ווי ס'שטייט אז מ'טאר נישט.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:10 pm
דורך באריסטא
שמואל הלוי האט געשריבן:שיין וועל מיר אויסזעהן אויב אלע הלכות וועט מען אזוי פסק'נען, מיט א אנקעטע אין קאוע שטיבל... איך האלט אז דער וואס איז אחראי אויף דעם סייט דארף פרעגן א שאלה פון זיין אייגענעם מורה הוראה, אדער עכ"פ א פראמינענטער אנגענומענער דעת תורה.

מאכן אנקעטעס און הערן דעם דעת הציבור איבער אזעלכע האקעלע ענינים, איז לדעתי נישט אויסגעהאלטן.

די אנקעטע פסק'נט נישט קיין הלכה. ווי איך האב שוין געשריבן, נעמט די הנהלה אן אז עס איז נישט פאראן קיין שום פראבלעם עפ"י הלכה צו לייגן בילדער פון צניעות'דיגע פרויען. אעפי"כ קענען מיר מחמיר זיין אויב דער ציבור פארלאנגט עס.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:15 pm
דורך שמואל הלוי
וואס מיינען די ווערטער "די הנהלה נעמט אן"? קען מען דען אליין אננעמען צו ס'איז יא אדער נישט א פראבלעם מצד הלכה? אפשר נעמט דער דיין אן אנדערש?

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 12:00 am
דורך גוגל-הדור
אלס דיין און מורה הוראה פסק'ן איך אז אין דעם ענין פון תמונות נשים צנועות פאר גולשים אויף'ן נעץ יש מקום להקל, ובפרט אז דורך דעם וועלן זיי אפשר גאר נזהר זיין פון קוקן אויף עפעס ארגערס ח"ו.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 12:08 am
דורך גוגל-הדור
בדרך אגב, פשוט אויף זיכער צו מאכן אז די הנהלה וועט מאכן די ריכטיגער החלטה ווי וואס מיין דעת תורה האט גע'פסק'ענט און פאר די ריכטיגער סיבה, אויף צו פאלגן דעם דיין און נישט אויף דעם פאלשן דעמאקראטישן סיסטעם, האב איך אריין געקנעפלט מיט נאך דריי ניקס אויף דעם זייט פון נישט מפרסם זיין בכלל קיין בילדער פון נשים. ובזכות זה וואס די מנהלי הפארום פאלגן אויס דעת תורה אהנע פשרות יזכו לראות בהתפשטות הפארום באיכות ובכמות עד למטה מעשרה טפחים ממש!

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 12:39 am
דורך דבילה
ווי קומט אריין דא א שאלה בכלל. וואס איז דאס אנדערש פון א חתונה אליין! כמעט נישט דא א אידישע קהלה וואס איז מחמיר אויף צודעקן דעם כלה ביים מצוה טאנץ.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 10:40 am
דורך amechiya
דבילה האט געשריבן:ווי קומט אריין דא א שאלה בכלל. וואס איז דאס אנדערש פון א חתונה אליין! כמעט נישט דא א אידישע קהלה וואס איז מחמיר אויף צודעקן דעם כלה ביים מצוה טאנץ.

דאס הייסט אז מען מעג זיצן מיט אן אפענע מחיצה מענער און פרויען ווייל ביים מצוה טאנץ זיצט מען צוזאמען?

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 10:48 am
דורך amechiya
לאמיר אייך זאגן איין זאך, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען, גייט עס ווען געבלאקט דורך דזשעי נעט, גייט עטץ אויטאמאטיש פארלירן מיטגלידער.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 10:50 am
דורך chasid
amechiya האט געשריבן:לאמיר אייך זאגן איין זאך, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען, גייט עס ווען געבלאקט דורך דזשעי נעט, גייט עטץ אויטאמאטיש פארלירן מיטגלידער.

און אפי' דזשעי נעט גייט עס נישט בלאקן, גייט עס פארלירן מיטגלידער, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 11:35 am
דורך ידען
chasid האט געשריבן:
amechiya האט געשריבן:לאמיר אייך זאגן איין זאך, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען, גייט עס ווען געבלאקט דורך דזשעי נעט, גייט עטץ אויטאמאטיש פארלירן מיטגלידער.

און אפי' דזשעי נעט גייט עס נישט בלאקן, גייט עס פארלירן מיטגלידער, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען.

ערשטע מאל איך הער אז פרויען טרייבן אוועק מענער...

עס געפעלט מיר דער טראסק וואס מען מאכט דא איבער די פרויען. עס זעט מיר אויס אז מען איז דן אויב מען זאל לאזן פארנאגראפיע אין דעם פורום.

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 11:40 am
דורך chasid
ס'געפעלט דיר נישט אז אידן ווילן האבן א פלאץ זיך אויסצולופטערן וואס איז אויסגעהאלטן 100%??

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 11:48 am
דורך שרגא
דער דיון איז נישט דא איבער די הלכה צי מ'מעג צי מ'טאר נישט, מען גייט נישט אריין צי עס איז דאורייתא אדער א דרבנן , דעם חילוק צווישן א צניעות'דיגע פרוי אדער נישט און צווישן ראיה און הסתכלות. אויב יא, קומט נישט קיין אנקעטע, נאר אן אשכול איבער א בירור הלכה. נאר וואס דען? פשוט די ערשטע בליק פון די מיטגלידער אויף א היימישן פארום צי עס קומט מיט בילדער פון נשים, אפילו צניעותדיגע, צי נישט.
יעצט רוב זענען געוואוינט אז נישט און זיי ווילן דאס נישט. דאס איז דער גדר אין חרדישע צייטונגען, און דאס זעלבע ערווארט מען דא אויך. (יא, אסאך פון די אלע "ניין-זאגערס" און אויך פון די אנדערע "היימישע פארומס" בין איך חושד האלטן זיך נישט אפ פון גיין אויף אנדערע גויאישע נייעס-וועבזייטלעך וואו מ'קען זען בילדער פון פרויען, און טאקע נישט פון דעם צניעות'דיגסטן סארט, און אפילו אויף יו-טוב, אבער למעשה אין דעם אידישן קווארטאל וואו עס איז מעגליך וויל מען כאטש האלטן די גדרים און פארוואס זאל מען עס דא ברעכן און נישט מאכן דעם גדר.)
און באמת איז עס לכ' טאקע צוליב דעם אויך הארבער עפ"י הלכה פאר חסידים וואס זענען נישט געוואוינט בכלל צו קוקן אויף נשים, ווייל עס קען אונז טאקע ענדערש ברענגען צו הרהורים.
אויך איז זיכער דא דער ספק, איבערהויפט ווען דער פאקט איז אז רוב ווילן דאס נישט פאר א סיבה, אז איינער וועט הנאה האבן פון דעם בילד, וואס צו קוקן ליהנות איז דאך זיכער אן איסור גמור לכל הדיעות. איז אויך אלס ספק דארף מען זיך אפהאלטן.
און אויב עס הייבט זיך אן מיט נאר צניעות'דיגע פרויען, וועט זיך אנהייבן יעדן טאג פרישע אנקעטעס צי "איז די פאלגנדע בילד נאך אין גדר פון צניעותדיג אדער נישט?".
נאך א פונקט: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 12:15 pm
דורך יידל
שרגא, דיין לעצטע פוינט איז אמת לאמיתו. :like

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 12:46 pm
דורך ראשעקאל
מאדנע ווי אונז זעמער א באנדע עקסטרעמיסטן..... אדער גענצליך יא, אדער גענליך ניין. בלויז פיר מענטשן האבן געשטימט פאר די מיטלוועג - צו פארווישן......
איך רעכן מיך אויך אריין, איך האב געשטימט אויף גענצליך יא....

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:00 pm
דורך געפילטע פיש
מ'דארף ממש זיין אן עקסטרעמיסט צו וואטן אויף יא? גייט איר אויפן גאס מיט פארמאכטע אויגן אויך?
דעיע וואס וואטן פאר די פארווישטע פנימ'ער איז אינטרעסאנט, אויב טאר מען נישט פנימ'ער ווער גיט דיר א היתר אויף בגדי צבעונים?