בלאט 1 פון 1
Fashion & Styles
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
די אשכול וועט זיין געווידמעט פאר פראגעס, עצות, און טיפס אלס איבער מאדע און סטיילס והמסתעף.
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 4:53 pm
דורך [NAMELESS]
ובזה החילותי: איך וויל וויסן וועלכע סארטן necteis זענען היינט צוטאגס אין סטייל.
Re: Fashion & Styles
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זאל יעדער אויף ק"ש שרייבען וועלכע נעקטיי דרייט ער ארום די האלדז
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאל יעדער אויף ק"ש שרייבען וועלכע נעקטיי דרייט ער ארום די האלדז
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
קיינער דא האט נישט, נאר דו.
Re: Fashion & Styles
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט פארשטאנען. זייער פיין.
איך בין א קנאפער ראיה פאר ענק. איך פארשטיי צו פעשע"ן אזוי ווי איך פארשטיי צו.... ....., אקעי איך האב נישט קיין משל. אזוי ווי דו פארשטייסט צו קבלה! (איידער מ'פארלייגט זיך אויף מיין ליטווישע גאות, גיי נאך דער מקור פון די וויץ)
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:58 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי צו פעשע"ן אזוי ווי איך פארשטיי צו.... .....,
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דו ביזט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ. אויב ס'מאכט זיך דיר אמאל עני שאלה, האלט דיך נישט אפ פון פרעגען. ובטוחנו אז מ'וועט אייך גערן העלפן.
Re: Fashion & Styles
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 6:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו פארשטייסט מיר נישט. ס'גייט מיר אן ווי פאראיעריגע שניי דאס גאנצע באקליידערונג ביזנעס. אבי איך שוויץ נישט און איך בין נישט צו קאלט. דער סיסטעם האט מיר געצווינגען צו שוויצען און איך קען זיך נישט קעגען שטעלען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 6:03 pm
דורך [NAMELESS]
נו, זיעה של מצוה איז א גרויסע ענין בקבלה וחסידות.
Fashion & Styles
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 6:15 pm
דורך שטילע אינגערמאן
בן אדם האט געשריבן:ובזה החילותי: איך וויל וויסן וועלכע סארטן necteis זענען היינט צוטאגס אין סטייל.
די שאלה איז זייער א ברייטע שאלה. די דארפסט זיין מער קלאר.
למשל טאמער ביסטו א טישטער וואלט איך דיך געצהט צו גיין מיט א נעקטיי וואס האט דערויף א עפעל מיט א פעדער, אדער וואס האט ביכער דערויף.
טאמער ביסטו א ביזנעס מאן האלט דיך צו א טינקעל קאלער, ס׳ווייסט ערענצקייט.
יעצט דארפסט אינזין האבן די קאליער זאל ח״ו נישט קלעשען מיטן קאלער פון די suit.
טאמער גייסטו גיין א בלוי אנצוג מיט א שווארצע נעקטיי איז די זאך געהארגעט.
יעצט אויך ווענד זיך ווי די גייסט, למשל א מיטינג האט איין הלכה אין טאמער גייסטו ארויס עסען מיט איינער איז עס דא א צווייטע הלכה.
אין לאמער נישט פארגעסען די וועג די נעקטיי זאל זיין געבינדען.
די פשוטע וועג איז די Windsor knot, אבער איך גלייך שטארק די double Windsor knot, אדער אנדערע זאגן אז די trinity knot איז שיין אויך.
יעצט טאמער גייסטו מאכן א אנדערע מין קניפ מיסטו געדענקן אז די העמעד דארף האבן אנדערע collar, הייסט סדארף פאהרן מער שיף אזי די נעקטיי זאל שטיין שיין אן אריין האקן אונעם collar.
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 6:22 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב טאקע געפרעגט צו בקיצור. כ'האב געמיינט בעיקר וואס מ'קען היינט גיין שבת אדער ביי שמחות.
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:02 pm
דורך שמעון וואלף
ווענד זיך. טאמער גייסטי מיט א שווארצע בעקיטשע דארף די נעקטיי לכאורה אויך זיין שווארץ. טאמער גייסטי מיט א רבי'שע
געבלימטע בעקיטשע דאן דארף עס מעטשן מיט די קאליר פון בעקיטשע
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
דורך [NAMELESS]
מיט די שווארצע בעקישע מעג עס נאך האבן א ווייסע דיזיין. אבער מיט די געבלימטע איז שוין טאקע אביסל קאמפליצירט, וכל אחד ינהג כפי שמקובל לו מאבותיו ורבותיו הקדושים.
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:56 pm
דורך קאווע טרינקער
נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 2:11 pm
דורך לית דין בר נש
איך וואלט פארגעשלאגן אויב איז עס דיר גאר וויכטיג זאלסטו כאפן א שפאציר צו שומר שבת און אנפרעגן ביי
דעם איד!