בלאט 1 פון 1

שנונות וחריפות לבית גור

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:21 pm
דורך [NAMELESS]
כמעשהו בבריסק כך מעשהו בגור. מ'קען דא אראפברעגען אלע סארטן אמרות שנונות חריפות דקירות ועקיצות פונעם הייליגן בית ישראל, און פון גור בכלל. וכל המוסיף מוסיפון.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:25 pm
דורך שלום על ישראל
פטור בלא כלום אי אפשר, בניחותא.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:35 pm
דורך [NAMELESS]
ס'דא אסאך, כ'ווייס נישט ווי אנצופאנגען.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 9:31 pm
דורך [NAMELESS]
די אמרי אמת האט געהאט 2 ווייבער (עקסטערע, נישט צוזאמען). די פני מנחם איז געבוירן פונעם צווייטן ווייב. די שוועסטער מיס. לעווין - א טאכטער פון די ערשטע ווייב - האט אמאל אנגעגרייט א סעודה פאר די משפחה ביים יארצייט פון איר מאמע. צום סעודה זענען אנגעקומען אירע ברידער דער בית ישראל און לב שמחה און באגלייטונג פון דער אינגסטער ברודער רבי פנחס מנחם נאך זייענדיג א אינגל. ווען די שוועסטער האט עם באמערקט, האט זי עם געפרעגט וואס טוסטו דא? ס'איז דאך נישט דיין מאמע? האט פנחס מנחם איר געענטפערט, יא, ס'טאקע נישט מיין מאמע, אבער אי לאו האי יומא....

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:41 pm
דורך שמעון וואלף
שוין געשריבן אמאל אבער מחמת חיבת ה'קדושה' וועל איך עס נאכאמאל דא לייגן

א שארפע גור'ער יונגערמאן איז אריין אין ספרים געשעפט מיט די בויך אויף ארויף און די הענט פון אונטן, און פארלאנגט א דינעם גארטל. דער געשעפטסמאן דערלאנגט עס אים און מיט א שארפקייט ווארפט ער עס צוריק זאגענדיג: צו ברייט! נאך א לענגערע צייט זיכן טרעפט ער א גאר דינעם גארטל, אבער ער איז נאכאלץ נישט צופרידן. בלית ברירה זאגט דער געשעפטסמאן אז ער קען באשטעלן א קאסטום מעיד גארטל אזוי ברייט ווי א שיך בענדל. דער קונה האט אפגעזיפעצט און מיט א שמייכל דערלאנגט דאס געלט.
א צוקוקער האט געפרעגט דעם יונגערמאן וואס ער מאכט זיך אזוי משוגע און וואס שטערט אים אויב די גארטל איז אביסול ברייטער? אויף וואס דער גור'ער האט שארף אפגענטפערט: אין גור מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין גארטל...

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:52 pm
דורך סמבטיון
א משפחה מיטגליד פונעם בית ישראל איז אמאל אריין צום רבין זיך אפ רעדן אז איהר איידעם זאגט איהר נישט גוט שבת ווען ער קומט אריין אין שטוב, האט דער בית ישראל אריין געריפען דעם יונגערמאן און געזאגט, דו ווייסט נישט אז שבת קודש ווען מען קומט אריין אין שטוב זאגט מען גוט שבת אפילו די הויז איז ליידיג?....

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:41 pm
דורך אדונינו
מען זאגט אז די גערע גלייכן hot peppers ווייל ס׳איז קורץ און שארף...

Re: שנונות וחריפות לבית גור

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א חברונ'ער בחור, וואס האט געהאט עטוואס א שייכות מיט'ן גערער רעבי'ן, האט אמאל געזען דער רבי שפאצירענדיג אין גאס, בשעת ער איז געווען אין די באגלייטונג פון זיין ישיבה חברים. ער האט מורא געהאט אז דער רבי וועט איהם גריסען און ער וועט נתגלה ווערען פאר זיין חברים, האט ער אויסגעדרייט זיין געזיכט פונ'ם רבי'ן.
רופט זיך אן דער בית ישראל "וכי בשביל שאני זכר הפסדתי?"

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: שנונות וחריפות לבית גור

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:34 am
דורך יהושע חיים
מען זאגט נאך פון'ם בית ישראל
אז צוויי שנה ראשונה אינגערלייט שמיעסן צווישן זיך האט עס א דין פון א בית כסה קובע

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

Re: שנונות וחריפות לבית גור

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:37 am
דורך יהושע חיים
הוא היה אומר
איינער וואס האלט די הענט אין טאש איז פסול לעדות!!!
פארוואס?
ווייל ער איז א נוגע בדבר!!!

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 2:35 am
דורך [NAMELESS]
דער בית ישראל האט אמאל געזען א ליטווישע גדול, אריינריקן דעם 'מעין קורס' פון פלייש, אויסנאגנדיג עד לשד העצמות. רופט זיך דער בית ישראל אן צו זיינס א חסיד: קוק נישט ווי ער עסט, ס'איז דאך א הלכה פסוקה אז 'אסור להתסכל בשעה שחיה ועוף מזדקקין זה עם זה'...

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 11:06 am
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט ווי אלע בית ישראל וויצן האט א שייכות מיטן סוגיא דקודש הקדשים

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 3:49 pm
דורך ירח בן יומו
די לב שמחה האט אמאל געזען א מנין קארלינער חסידים דאוונען ביים כותל כדרכם מיט קולות וברקים.

האט זיך די לב שמחה אנגערופן צו זיין מלוה "האבן זיי שוין געפרוואוט מיט גוטנ'ס?"

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 4:07 pm
דורך [NAMELESS]
ק/פ
חסיד גור נכנס לחנות של כובעים ומבקש למדוד כובע.
לאחר יותר מחצי שעה של מדידות שואל אותו המוכר. תגיד, כמה זמן נפגשת עם אשתך כשהכרתם? משיב הגוראי מה זאת אומרת? פעם אחת למשך חצי שעה. שואל אותו המוכר מדוע למען ה' את הכובע שאתה קונה לשנתיים אתה מודד כבר למעלה מחצי שעה? והאישה שאתה חיי איתה למשך כל החיים הספיקה לך חצי שעה של בחירה?! עונה לו הגוראי, מה אתה לא מבין? עם הכובע אני יוצא לרחוב.......

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 4:19 pm
דורך סמבטיון
וויאזוי זאגט א גערער אז ער מאכט א שמחה? מיין דאס'ל האט געהאט א יענס'ל

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 4:44 pm
דורך [NAMELESS]
לכבוד די הילולא קדישא פונעם בית ישראל הממשמש ובא.

געווען אמאל א בחור פרייטאג צונאכטס וואס זיך דרייענדיג אין עס זאל האט זיך עם פארשמעקט א טעלער טשולענט. אבער גור איז נישט געווען געבענטשט מיט אן עקסטערע רחבות און ער קיינער האט נישט געקענט טון וואס מ'האט געוואלט. האט ער צוגעווארט ביז ארום 1:00, זעענדיג אז אלעס איז ליידיג איז אריין אין אין קיך פון ישיבה און געהאט א פיינע טועמיה.

די מנהג ביים ב"י איז געווען אז ער פלעגט אריינקומען פארטאגס אין ביהמ"ד אין מ'פלעגט עם ברענגען א קאווע וואס חוץ די הייסע וואסער איז די מילך, קאווע, צוקער אויך געווען אנגעהייצט (כ'ווייס נישט צו נאר שבת אלס א חומרא אדער אלעמאל) און ס'האט זיך געטון א געשטיפעכטס ארום עם כדרכם בקודש. דערנאך פלעגט ער געבן שריים, אבער ער האט מכבד געווען וועם ער האט געוואלט, יעדער וואך אפאר אנדערע חברה. קיינער האט נישט געקענט כאפן. אונזער בחור פלעגט אויך מיטהאלטן די פארטאגס'ן, והנה און אט, די רבי שטרעקט עם אויס ס'גלעזעל.... פאר דעם בחור! נו, אז די רבי געט... געמאכט א ברכה און געגעבן א זיפץ. די רבי געט עם א פרעג 'בוזט נישט פליישיג?' האט די בחור געשאקלט מיט'ן קאפ אז ער איז יא. דא האט עם די רבי אראפגעלאזט, ווי זיי רופן דאס, א מנה אחת אפיים... דער בחור, ער איז דאך א חסיד (אויך א שטיקל חברה'מאן) רופט זיך גלייך אן 'אה, א זכיה' הערענדיג דאס האט עם די ב"י אראפגעלאזט א צווייטע קלינגעדיגס זאגענדיג 'א זכיה? דא האסטו נאך איינס'.....

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
ק/פ
חסידת גור עוברת ברחוב. רואה אותה חברה ואומרת: "שלום. בדיוק לפני 10 דקות ראיתי את בעלך עובר כאן." "כן, אנחנו מטיילים ביחד."

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 7:52 pm
דורך וואלווי
דער פני מנחם איז אמאל דורך געפארן רחוב ר' עקיבא אין ב"ב אפשטעלנדיג זיך ביי א רמזור איז געשטאנען א גורער יונגערמען מיטן רעקל אפען אין דעם בייכל ארויס. זענעדיג דעם רבי'ן האט ער שנעל זיך פארמאכט דער רעקל. ראלט אראפ דער פנ"מ דע ווינדוי אין זאגט איהם שמנת עבית כסית...
קרעדיט: כתבי אדמור מטאלנא

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 9:19 am
דורך וואלווי
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי זאגט א גערער אז ער מאכט א שמחה? מיין דאס'ל האט געהאט א יענס'ל


מקובלני נוסח גור המדויקת: מיין דאס'ל האט געהאט א יענס'ל לאמיר מאכן א פרעס'ל