בלאט 1 פון 1

דאָך

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 8:43 pm
דורך שלום על ישראל
הקדמה
די אידישע ווארט "דאָך" האט צוויי באדייטן:
1. עכ"ז. "אפשר דאָך לאזטו מיך גיין?"
2. Obviously. "ס'איז דאָך באוויסט."
די אשכול וועט זיך באציען צו דער צווייטער באדייט.

האט נישט קיין נארמאלער מטרה!
די ווארט דאָך האט נישט קיין נארמאלע באדייט, אויסער צו אריינשטופן א מיינונג אין איינעמ'ס קאפ. אין אנדערע ווערטער, די ווארט גיבט נישט צו, צו קיין שום זאץ, אויסער עס [פאלשערהייט] מאכען אומאפפרעגבאר.

טראכט אריין די צווישענשייד פון די פאלגענדע צוויי זאצן:
  • "דער איד איז א גביר"
  • "דער איד איז דאָך א גביר"
דו קענסט פראבירן צו אפפרעגן די ערשטע זאץ מיטן אויפווייזן אז דער איז אין נישט אזא גביר, אבער מיטן "דאָך" איז די טיר פארמאכט. ווי איז שייך אפצופרעגן אזא פסק?

אין די זעלבע צייט, לייגט "דאָך" גארנישט צו צו די זאץ. עס ברענגט נישט ארויס עפעס מער ממשות'דיג ווי דער ערשטע זאץ. היוצא לנו מזה, עס איז שוין צייט אז מען זאל זיך אפלאזן פון די שלעכטע געוואוינהייט פון אריינשטופן דעם ווארט ווי עס קומט נישט, ווייל עס מאכט אייך פשוט מאניפולאטיוו.

Re: דאָך

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 8:47 pm
דורך mevakesh
דאכט זיך אז ווען מען זאגט דער איד איז דאך א גביר קומט עס געווענליך אלס אפענפעראכטס אדער טענה אלזא האט דאך עס יא א באדייט?!

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 9:11 pm
דורך שלום על ישראל
mevakesh האט געשריבן:דאכט זיך אז ווען מען זאגט דער איד איז דאך א גביר קומט עס געווענליך אלס אפענפעראכטס אדער טענה אלזא האט דאך עס יא א באדייט?!

דו ביסט גערעכט אז ווען מען ניצט די ווארט אין אן אנטווארט, האט זי איר פלאץ אינעם זאץ, אזוי ווי די ווארט "הלמאי". איך האב מיך באצויגן ווען מען ניצט איר אין א סטעיטמענט בניחותא.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 10:37 pm
דורך berlbalaguleh
mevakesh האט געשריבן:דאכט זיך אז ווען מען זאגט דער איד איז דאך א גביר קומט עס געווענליך אלס אפענפעראכטס אדער טענה אלזא האט דאך עס יא א באדייט?!

מבקש: ייש"כ. ועוד יש לפרש. אז דאס ווארט "דאך" איז מחבר דעם זאץ מיט אן אנדער'ן. ס'הייסט...דער איד איז דאך א גביר. פארלאנגט זיך פון איהם א גרעסערע ביישטייערונג...!

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
איך העט ווען געזאגט אז ס'איז אזויווי צו זאגן "כידוע", דער איד איז כידוע א גביר.

אז מ'רעדט שוין, פון וואנעט נעמט זיך דעם אידישן אויסדרוק אויף א קל וחומר 'מה - דאך'?

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:05 am
דורך שלום על ישראל
ריכטיג האט געשריבן:איך העט ווען געזאגט אז ס'איז אזויווי צו זאגן "כידוע", דער איד איז כידוע א גביר...

ס'איז היפש ענדליך צו "כידוע" וואס איז טאקע אט די זעלבע ביליגע מאניפולאטיוו ווען גענוצט נישט ווי עס באדארף צו זיין, די חילוק איז אבער אז "כידוע" ווערט נישט אזוי אביוז'ד.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 9:55 am
דורך געוואלדיג
דער דאך ווערט גענוצט ווי למשל אין א מעשה פון ר' חיים דער גבאי צדקה וואס האט אויסגעשטעלט א ליסט פון וועם צו גיין בעהטן געלט אויף די וויכטיגע פדיון שבוים צוועק, האט ער נעבן די נאמען פון ערעב משה נתן צוגעשריבן דעם פאנטאסטישן סכום פון 700 געלדענע רענדלעך, ווייל הפנים איז ער דאך א גביר און קען דאס מסלק זיין, פארשטייסט?

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 9:58 am
דורך שלום על ישראל
געוואלדיג האט געשריבן:דער דאך ווערט גענוצט ווי למשל אין א מעשה פון ר' חיים דער גבאי צדקה וואס האט אויסגעשטעלט א ליסט פון וועם צו גיין בעהטן געלט אויף די וויכטיגע פדיון שבוים צוועק, האט ער נעבן די נאמען פון ערעב משה נתן צוגעשריבן דעם פאנטאסטישן סכום פון 700 געלדענע רענדלעך, ווייל הפנים איז ער דאך א גביר און קען דאס מסלק זיין, פארשטייסט?

אדרבה, זאגזשע וואס די "דאָך" האט אויפגעטוען אין דיין זאץ מער ווי ווען עס וואלט נישט געווען.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 10:14 am
דורך געוואלדיג
דאך איז מסביר פארוואס די מחשבה וואס איך האב געהאט איז פארשטענדליך פון זיך אליין אן קיין הסבר, קיינער וואס וועט איבער קוקן ר' חיים'ס ליסט וועט איהם נישט פרעגן פארוואס נעבן משה נתן האט ער געשריבן דעם סכום ווייל עס איז א דבר פשוט לכל וויבאלד ער איז דאך א גביר.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 10:25 am
דורך שלום על ישראל
דאן קומען מיר צוריק צו דעם אז "דאָך" איז א ווארט ווי "obviously", וואס - ווען איבערגענוצט, איז אביוז.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 11:09 am
דורך געוואלדיג
שלום על ישראל האט געשריבן:ווען איבערגענוצט, איז אביוז.


ווען איבערגענוצט, ביסטו גערעכט.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:41 pm
דורך שלום על ישראל
מעגליך אז כ'האב זיך נישט גוט ארויסגעברענגט. די אישו איז אז מענטשן באניצן זיך מיט "דאָך" ווען-אימער זיי ווילן מאכען א שטארקע סטעיטמענט כאטש די obvious איז גארנישט אזוי obvious. דאס איז מיין נקודה בקיצור.