פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3794
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8180 מאל

פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נו, די פערטע יאהרצייט...

וואס זאל איך שרייבן? נאו איידיע, כ'מיין ס'איז דאס ערשטע מאהל כ'הייב אהן שרייבן אהן וויסן וואס כ'רעד בכלל.

כ'בין שוין ב"ה א איד אין די יאהרן, כ'האב מחליף געווען עתי ועיטי באיטי. דער עיתי מיינער לויפט המדברה. נו גוט, זאל ער גיין לעזאזל...

דער מחותן זז"ג האט פריער דערמאנט, דער מדרש זאגט אנפאנג דברים, שלמה מיילעך ישראל זאגט הבל הבלים הכל הבל. ווען סתם אן אפגעריסענער נאר זאגט עס איז נישט אינטערעסאנט, אבער דער חכם מכל - ער קען זאגן אזא סטעיטמענט.

נו, אז מ'רעדט פון חכמה...

מסתמא האט מען אייך אלע אויך פרובירט איינרעדן וואספארא חכמה ס'האט זיך אמאהל געגאסן אין די גאסן, חכמת שלמה [אופס...].

יא, און פון וואס איז די געוואלדיגע חכמה באשטאנען? אויסערגעווענדליכע קולטור, פלאי פלאות'דיגע בנינים, אריסטוס אין די גאסן האבן אריינגעקלאפט אין ווענט און זיך אנטשולדיגט, תכסיסי מלחמה, און – כאפט אייך גוט אן אין בענקל – מען האט געריקט ריזיגע שטיינער.

פרעגט בעסער נישט, עפעס א שטיין פונעם כותל האט מען נישט קיין אאאאאאנונג וויאזוי עס איז גערוקט געווארן.

נורא.

ריעלי? איהר האט שוין אמאהל באטראכט די מייסטער-שטיק בנינים אין רוים און גריכלאנד? טאקע מורא'דיג, הא? איי בעט יו אז דער סאטמערער ראש הקהל וואלט עס אויפגעשטעלט אין צוויי וואכן.

אז מען גייט אריין אינעם רוימישען קאלאסיום ווערט דאך דער אטעם פארכאפט! א מתנגד וואלט שוין געהאט גענונג התפעלות אויף א גאנץ לעבן, איין שורה שטיינער, און נאך א שטאק, און נאך א שטאק. און אלעס אזוי געריבערנערהייט אויסגעשטעלט אז מען זאל קענען מיטהאלטן...

אינטערעסאנט, איך, ווען כ'זעה עס, לא קולטור אני רואה, לא חכמה, ולא כ'ווייס וואס. זענען געזיצן אפאר פארגרעבטע פויערן שלא קראו ולא שנו, צוזאמגעקלאפט אפאר שטיינער, אויסגעקריצט אפאר לאטיינישע אותיות, און גע'יובל'ט ווען א לייב האט פארציקט א מענטש.

וואס מיינט איהר וואלט געווען זייער רעאקציע צו די קלענסטע שטות פון די היינטיגע חכמה? עפעס א פיצי השגה אין ליכט-כוואליעס, שטעלט אייך פאר א טיים-טרעוולער וואלט זיי באוויזן א פשוט'ער האנט-זייגער, זיי וואלטן זיך געשוואוירן אז מיר זענען די געטער אליין.

תכסיסי מלחמה? עפעס אויסגע'דמיונ'טע מעשיות מיט אלכסנדר דע גרעיט. אנגעפולט קופערנע צורות מיט הייסע קוילן און די עלעפאנטן זענען אנטלאפן, טאקע חכמת שלמה.

איי בעט ראמעל און פעטאן וואלטן זיך באגראבן פאר בושה פון איהם.

-----------

סאו וואטס דע דיעל מיט דעם פארגעטערונג וואס מיר אלע האבן קעגן אזעלכע זאכן?

פילאסאפן, פראפעסארן, דענקער, קאלעדזש גייער, שוסטער און שדכנים, אלע האבן דעות איבער די גרויסע פראגן: יא דא א גאט, נישט דא, יא דא א נפש, נישט דא.

99 פראצענט וועלן אבער נישט קומען צו א מסקנא אז אלעס איז איין גרויסע מיזירעבל דזשאוק.

ס'איז מיר אויסגעקומען צו הערן עטליכע שיעורים פון א פראפעסאר וועלכער האלט אז ס'איז נישט דא קיין נפש, מענטשן זענען פשוט פיזישע מאשינס, אבער ער רעדט פונעם לעבן מלא חיות: מיר זענען די איינציגע וועלכע זענען קעיפעבל פון 'לאוו', מיר קענען פלאנירען אויפן עתיד און דערנאך אויספירן דעם פלאן, וכו' וכו', אלע הויכבאשפריצטע ווערטער און מושגים.

ווער איז אבער געקומען קודם, דער איי אדער דער האן?

האלט איהר סיריעסלי אז פאר עס עקזעסטירט א בריאה וואלט איינער מסכים געווען צו אזא נאנסענס? יא, ביטע, הונדערט מיליאן גאלעקסיס טו גאו, דארט וועט מען מאכן עפעס פון פלייש און ער וועט ליב האבן [וואט עווער דעט מיענס] א צווייטע שטיק פלייש.

עס קומט מיר פאר ווי איין לאנגע פסיכאלאגישע שוואכקייט: נעם וואס איז עוועילעבעל און רעד זיך איין אז ס'איז טאקע פלאי פלאים.

-----------

מיין כתה ט' מלמד, הידוע לשמצה, פלעגט שרייען אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי א שווער שטיקל גמרא. סיי וועלכע גמרא: פאר דו פארשטייסט עס – איז עס אומפארשטענדליך, און איינמאהל דו פארשטייסט עס איז עס דאך נישט שווער...

דער אמת איז אז מיר זענען גארנישט קיין גרעסערע חכמים ווי די אור-אלטע. נעם עלעקטריסיטי – גרויסע חכמה. די גאנצע חכמה באשטייט פון די אי-ידיעה. עס איז גארנישט מער ווי די חכמה פון בויען א טיש: ווען מען האט א ברייטע ברעט און מ'נעמט פיר שטעקענס אונטער די פיר עקן האט מען א טיש.

ס'איז פון די פלאי הבריאה – מה רבו מעשיך ה' – אויב זאל פעלן נאר איין פיסל וועט זיך עס נישט האלטן! ענריקאו קלאצענשטיין האט געוואונען דעם נאובעל ווען ער האט מגלה געווען אז אלע פיר פיס אינאיינעם מאכן דעם מעכאניזם ארבעטן.

פאני? מיט וואס איז עלעקטריק אנדערש? מיט חסרון ידיעה.

איהר פארשטייט: ווילאנג מען ווייסט נישט ווייסט מען נישט, ווען מען ווייסט ווייסט מען שוין.

------------

מען ווייסט דאך שוין היינט אז עס איז נישט 'מיר' וועלכע שטייען אויף א פלאץ און 'צייט' לויפט אונז פארביי, פארקערט, זמן איז פונקט ווי מקום, די גאנצע זמן און מקום געפונט זיך, און 'מיר' זענען די וועלכע רוקן זיך פאראויס 'אינערהאלב' דעם גרויסן שטיק 'זמן' – מיט די ריכטיגע טעכניקן קען מען פארויסגיין אדער צוריקגיין אין זמן, עס געפונט זיך געהעריג במציאות.

מה שהי' הוא שיהי': עס איז קיינע עצמ'דיגע זאכן נישט פארהאן, חכמה איז נישט חכמה בזכות עצמו – אין א ליידיגע וואלד איז עס קיין חכמה. עס איז די אייביגע דעספערעיט פרואוו פון די מענטשהייט אריינצושטויסן עפעס א משמעות און תוכן אין זייער אומגליקליכע קאנדישאן.

פאר די יוניווערס גופא איז עס זייער באורינג. יא, זי האט איייייביג געוואוסט אז גראוויטי קען שאפן כוואליעס.

-------------

נאר וואס, איין זאך איז יא דא: די עצם מציאות, די עצם הויה.

למען הפראקטישקייט, ומסיבות שאי"כ מקומם, לאמיר עס א נאמען געבן 'אלוקות'.

כ'וויל נישט צופיהל אריינקריכען אין דעם, אבער מסיבות שלא נודעו וויל איך דערקלערן אז ווען מען קריכט אראפ צו שורש המציאות קען זיך דארט נישט געפונען מער ווי איין אינגרידיענט. עס איז אפגעפרעגט מצ"ע אז עס זאל זיך אנהייבן מיט צוויי. עס מוז זיין אחדות פשוטה.

עכ"פ, דאס איז די איינציגע בעקראונד צו וואס מען קען צושטעלן סיי וואס, אויף איהם, ארום איהם, פריער, שפעטער, דא, דארט, אלעס שפילט אויף דעם סטעידזש.

----------

די גמ' זאגט אשר הכין לו, תנא, לו הכין. המן האט באמת אנגעגרייט דעם בוים פאר זיך אליין.

וואו איס עס מרומז? זאגט דער בארדיטשוב'ער רב, ס'שטייט א לשון 'הכנה', און הכנה איז נאר שייך צו א מצוה.

א פיין חסידיש ווערטל, אבער עס איז א שטארקער לומדות.

א זאך וואס איז קעגן דעם רצון העליון איז א שלילי, עס איז נישט קיין אמת'ער מציאות. ממילא, ביז די רגע וואס זי ווערט נישט אפגעטוהן ברחל בתך הקטנה איז זי נישט בעולם, איז וואספארא הכנה איז שייך? מיט וואס איז מיין יעצטיגע הכנה פארבינדן מיט דעם אנטי-מעטער וואס גייט זיך באלד אפשפילן?

----------

די לצים זאגן אז די ליובאוויטשער רעביצין איז די איינציגע וועלכע האט זוכה געווען צו ביאת המשיח...

און איך זאג: מיר פארן דורך זמן, נישט זמן פארט אונז פארביי.

משיח איז דא, מען דארף נאר עפענען די אויגען, ווי דער ליובאוויטשער רבי ז"ל פלעגט זאגן.

מען דארף נאר מכיר זיין אין די איינציגע מציאות, אוועקנעמען די לעצטע חסרון ידיעה, וראו כל בשר יחדיו כי פי הויה דיבר.

דער חזן איז עומד וצווח הן גאלתי אתכם אחרית כבראשית, 'הן' הייסט: העלא! עפען די אויגן! זעה כ'האב דיר אויסגעלייזט ווי דאס ערשטע מאהל, ווערט נישט נאכאמאהל פארטעמפט מקוצר רוח ועבודה קשה.

לחיים! טו לייף!
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר