פארוואס איז לערנען תורה אזוי חשוב?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל

פארוואס איז לערנען תורה אזוי חשוב?

שליחה דורך נולד מאוחר »

פארוואס איז לערנען תורה אזוי חשוב?
יעדער ווייסט דו וויכסטיגסטע זאך אין אידישקייט פין די הלכה שטאנדפונקט איז לערנען תורה.
די ציל ףין א איד דארף זיין ווען מען האט אן איבריגע מיניט נעמט מען ארויס די גמ'.
סאיז דא מאמרים מדרשים אן א שיעור אויף די גרויסקייט פין לערנען תורה.

איך מיטשע מיך שוין פאר א לענגרע צייט צי פארשטיין וואס איז די גרויסע אויפטו פין לערנען תורה?
צי זאגן פשוט כדאי די מענטש זאל קענען די הלכה ווי אזוי זיך צי פירן, סקוקט נישט אויס אז דאס איז די סיבה.
מ'לערנט הלכות נזיקין פאר הלכות ברכות. ברכות איז נוגוע יעדן טאג נזיקין אדער קדשים נישט.
בכלל דעלמאטס וואלט מען נישט געדארפט לערנען גמ מיט אלע פשטלעך נאר מישנה ברורה אדער קיציר.

צי זאגן אז די חשובת פין תורה איז אז מענטש ווערט א בעסערע מענטש בעסרע מידות דורך לערנען תורה ,וואלט מען געדארפט לערנען מסכת אבות רוב טאג, אדערמוסר ספרים. פין חסורא מחסורא והכי קתני ווערט מען נישט קיין סאך א בעסער מענטש.

איינער האטמיר אמאל גענטפערט פינעם בל התניא אז די חשובסתע זאך פאר א מענטש איז אז ער קען ווערן איינס מיט גאט ,
די תורה איז גאט'ס מחשבה דורך טראכטען וואס גאט טראכט ווערט מען איינס מיט עם. שיינער תירוץ?
וואס באדערט מיך איז, איך בין מסכים מיט די הנחה אז ווערן איינס מיט גאט איז א געוואאלדיגע זאך, סקימט אבער אויס לויט די תירץ אז ד לערנען אליינס איז נישט חשוב למשל גאט וואלט פינקט אזוי געקענט טראכטן פין א סייענס אדער סתם שטותים אין מיר וואלטן יענס געטראכט אין געאווארן איינס מיט גאט.
סברויך א שטארקע תיריץ.
אסאך מאל נאך אפאר שעה לערנען גמ' שטעל איך מיך אויף אין טראכט וואס האב איך אייפגעטאן די פאר שעה ? בין איך געווארן אנדערש?איז די וועלט א בעסערע פלאץ ווייל איך ווייס וואס עס מיינט א מבוי מפולש?

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר