בלאט 1 פון 1

אנשות בילדער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:39 am
דורך דולה ומשקה
לאור צו דעם וואס ידידינו החשוב המזכה את הרבים ואת היחידים, כבוד שמו תפארתו [tag]אבטולמוס[/tag] הרבתי בעם, הידען והחקרן והמפיץ לאויר העולם האט געעפענט און געשריבן אין דעם אשכול "בילדער פון פרויען אין חרדישע ספרים, ביכער און אויסגאבעס", וואס איז א שטארק תוכן'פועלע אשכול וואס בארירט א ענין וואס איז סאך טיפער ווי וואס ליגט אויף בלויזער אויבערפלאך, ווי אזוי גרופע עקסטרעימער מענטשען האבען געטוישט דעם גאנצען יהדות החרדית אין ווייניגער ווי צוואנציג לפי הערך.

פון מושגעים אין עקסטרעמע מענטשען הערט מען מער, פון וועם הערסט מען מער פון די ריכטיגי חסידי חב"ד אדער די משיחיסטן? אודאי די משיחיסטין, וה"ה בעולם הפאליטיק בימינו אלה 'טראמפ', ולדברינו די עקסטרעמע חרדים וועלעכע רופן זיך 'קנאים'. זיי טוישען פאקטן בעצם היום הזה, איי איך הבשר מכחיש את החי? א גוטע קשיא, נאר דער תירוץ אז פון יענע נארמאלע מענטשן הערט מען קיינמאהל נישט. ערב יום כיפור שנת תשמ"ג האט משה פריעדמאן משב"ק געהאט א טעלעפאוהן געשפרעך מיטן קאשוי'ער רב רבי רפאל בלום, דער גברי האט שטארק אריין געגעבען פאר'ן קאשוי'ער, אין אינמיטן האט דער משב"ק געבען א שיס אריין פאקטען לגבי דער 'חלב פרשה' וואס איז דעמאלס געוועהן עומד על הפרק, האט איהם דער קאשוי'ער רב געזאגט בזה הלשון "איך קען נישט יעדער ליגענט - מכחיש זיין". גאר גאר א גוטע סטעיטמענט, דאס מיינט "איך קען דיר טאקע נישט אפווענדען, אבער וויסן זאלסטו: דו ביסט אבער נישט גערעכט, דו ביסט ווייטער א שקרן!"

הגם ראובן איז שטארק גערעכט איבער הונדרעט פערצענט גערעכט, די שרייער'ס און לשם שמים ניקערס, וכל שאר חניכה דאית להון, בכל מיני שמות הנרדפים, זיי ברענגען טאקע גאנצע שטיקער גמרות, גאנצע סימנים שולחן ערוך'ס, אויסצוגען פון דרשות ליל כל נדרי ביז סעודת רעוא דרעוין בימי השובבי"ם. - מיט דעם אלעם גערעכט זענען זיי נישט, מיר האבען געלעבט פאר הונדרעטע יארן א געוויסע סארט מהלך על אף וואס דער געדריקטע ווארט איז.

ראובן בכורי אתה, איך בתוך שאר חברינו הכותבים והקוראים החשובים, דיין שווערע ארבעט, דיין דעלעגאטע האראוואניע, גייט נישט לאיבוד אדרבה בבא הימים וועט עס מאכען א רעוועלוציע, ווייל שקר אין לו רגלים, וקושטא קאי.

אינעם קומענדיגע תגובות וויל איך ברענגען עטליכע בילדער, דער וואס האט נאך ווערט געבעטען צו צולייגען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:41 am
דורך דולה ומשקה
ביים כותל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:43 am
דורך דולה ומשקה
#2

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:44 am
דורך דולה ומשקה
#3
ביים לוי' פון מונקאטש'ער רב

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:45 am
דורך דולה ומשקה
#4
ביים קבר הרמ"א אין קראקא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:45 am
דורך דולה ומשקה
#5

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:46 am
דורך דולה ומשקה
#6

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:46 am
דורך דולה ומשקה
#7

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:47 am
דורך דולה ומשקה
#8

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:52 am
דורך דולה ומשקה
#9

ביים חתונה פון מנחת אלעזר'ס טאכטער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:53 am
דורך דולה ומשקה
#10

דער עולם הייבט אן זיך איינזאמלען צום לוי' פונעם חפץ חיים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:56 am
דורך דולה ומשקה
#11

א רעבעצין פון א גרויסע רבי, אליינס א טאכטער פון א גרויסע צדיק, זיצט נעבען איהר איידעם וואס זיצט 'באקוועם' מיט א ציגארעטל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:59 am
דורך דולה ומשקה
#12

ביים כותל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:01 pm
דורך דולה ומשקה
#13
כנ"ל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:36 pm
דורך געוואלדיג
דולה זייער שיין און זיס, נאר עס איז וויכטיג צו אנמערקן אז כאטש וואס אין כלל איז טאקע די צווישנשייד פון מענער און פרויען געווען היבש ווייניגער ווי היינט, איז אבער אין א מקום תפילה יא געווען געהעריג אפגעטיילט, און דאס וואס מען זעהט ביים כותל, ברויך מען קענען די היסטארישע פאקטן ארום די כותל,

די ענגלענדער און זייערע פארגייער די טערקן האבן קיינמאל נישט צוגעלאזט צו לייגן א מחיצה דארט כאטש די שתדלנות פון די ערליכע אידן, אבער מען האט אלס געדאוונט אפגעטיילט מענער און פרויען און וויבאלד עס איז א אפענע מקום האט מען מורה היתר געווען, אויף די בילדער ווי מען זעהט פרויען ממש נעבן מענער איז עס וויבאלד די געסל פון די כותל איז דעמאלטס געווען גאר שמאל, און די וועג אריין און ארויס געווען זייער שמאל און פארדעם ווען די פרויען זענען אריין אדער ארויס האבן זיי געדארפט פארביי גיין די מענער, אבער ביים דאווענען איז מען אלס געשטאנען אפגעטיילט כאטש אן קיין מחיצה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין אז ס'איז פארקערט. פאר די ענגלאנדער זענען אנגעקומען, האט קיינער נישט געקלערט פון לייגען דארט א מחיצה. די כותל איז געווען א נארמאלע מקום תפלה ווי א קבר צו וואס. גארנישט אפיציעל, און נישט קיין מניינים אויף שחרית מנחה מעריב, נאר א פלאץ אויסצוגיסען פריוואטעהייט דאס הארץ. די ציונים האבען געמאכט א סומאטוכע פון די כותל, מיט זייער 'שמע ישראל הכותל כותלינו וכו'', און פון דארט איז געקומען די געזעצען און שלעגעריי. דערפאר האבען די אלע בילדער יא א באדייט לגבי אונז. א. אן א ביהמ"ד דארף מען קיין מחיצה נישט. ב. די ציונים האבען יא אנגערייצט די ווילדקייט פון די אראבער אויף זיי, ובפרט וואלטען זיי געמעגט וויסען אז אזא ווילדער חיה ווי דער מופטי דארף מען וואס וויניגער אויפוועקען. ג. אז פרויען מעגען אויך דאווענען אין די פלעצער פונקט ווי מענער און זייער עבודה איז אויך א חלק פון אונזער טראדיציע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 1:02 pm
דורך געוואלדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז פארקערט.


איך האב הנאה אז דו האסט אנגעהויבן דיין תגובה מיט "איך מיין" ווייל דאס איז דאס נישט מער ווי א מיינונג אבער די מציאות איז נישט אזוי די כותל איז אלס געווען (ווען אידן האבן געוואוינט אין ירושלים) א מקום קבוע אויף תפילות שחרית מנחה ומעריב, איך ווייס נישט צו עס איז געווען קביעות'דיגע מנינים אבער יא כסדר'דיגע מנינים,

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ציונים האבען געמאכט א סומאטוכע פון די כותל, מיט זייער 'שמע ישראל הכותל כותלינו וכו'',


סתם שטותים, סאטמארע פראפעגאנדע, און עס איז מיר א וואונדער צו זעהן ווי אזא ליטוואק איז אויך געווארן אפגעקויפט פון זייערע מעשיות, די כותל איז אלס געווען וואס עס איז, עס איז יא ריכטיג אז די ציונים האבן געמאכט א איבערקערעניש וועגן כותל אבער האט גארנישט מיט די פראבלעמען דארט.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דערפאר האבען די אלע בילדער יא א באדייט לגבי אונז. א. אן א ביהמ"ד דארף מען קיין מחיצה נישט.


ריכטיג, איך האב נאר גערעדט לגבי די מציאות ביים כותל אבער אין אלגעמיין איז טאקע די בילדער א וויכטיגע מציאות קלארשטעלער

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב. די ציונים האבען יא אנגערייצט די ווילדקייט פון די אראבער אויף זיי, ובפרט וואלטען זיי געמעגט וויסען אז אזא ווילדער חיה ווי דער מופטי דארף מען וואס וויניגער אויפוועקען.


ריכטיג אבער נישט נוגע אין די אשכול

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ג. אז פרויען מעגען אויך דאווענען אין די פלעצער פונקט ווי מענער און זייער עבודה איז אויך א חלק פון אונזער טראדיציע.


גאר וויכטיג צו וויסן אין אונזער נייע אידישע רעליגיע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג: א קליינע הערה אויף דיין תגובה. וואס איז ממילא זייער שיין. הערליך און צו דער זאך.ווייל מיט'ן ליטוואק קען איך נישט טענה'ן. כ'מיין יא. נאר איך וועלל קיינמאל נישט ענדיגן. מצאת החמה עד צאת הנשמה. און איך דארף גיין דרייוון דעם באס. היום קצר והמלאכה מרובה...ב"ה.
לעניננו: ס'דא היסטארישע פאקטן און באווייזן (אלטע בילדער וכו') וואו מ'זעהט אז ס'נישט דא קיין זיץ פלעצער ביים כותל המערבי ווייל אויך די טערקן האבן דאס פארבאטן...!

Re: אנשות בילדער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 1:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז נישט דא די פלאץ, אבער דער מציאות פונ'ם כותל אלס א ביהמ"ד איד א חידוש. מ'דאווענט אין. ביהמ"ד, נישט אינדרויסען. טאמער דו ווייסט אנדעריש, ביטע אויפווייזען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 2:00 pm
דורך ירח בן יומו
די שמועס איבער'ן כותל המערבי פארידנט זיך א באזונדערע אשכול.

בנוגע די טויש אין די היימישע געזעלשאפט בנוגע די מעמד פון פרויען, לאמיר נישט פארגעסן אז די גאנצע וועלט האט זיך געטוישט, אין די גוי'שע וועלט איז אויך געווען א מושג פון צניעות, אבער היינט איז אסאך פארגעסן געווארן, ווען די גאס פאלט מוזן מיר זיך הייבן, די אלע איינפירעכצער האבן אונז אסאך געהאלפן ציר זאלן געדענקן אז מיר קענען נישט לעבען מיט אזא פריצות וואס טוט סיך היינט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 2:11 pm
דורך ירח בן יומו

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 2:20 pm
דורך דולה ומשקה
א קליינע חילוק, דער גויעשע וועלט האט זיך געטוישט מחמת זוהמתה.
אבער ביי אונז איז עס צושטאנד געקומען א דאנק אזעלעכע וועחט פארזאגערס וואס פארדרייען און פארלייקענען היסטוריה.

זעה נאר די בילדער פון די לויה פון הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא, ווי אויך די חתונה בילדער אין גור ביים חתונה פון א זוהן פונעם אמרי אמת.

דער מדובר אין דעם אשכול איז נישט אזוי ווייט לגבי לבושי צניעות, נאר דער תערובות ציווישען מענער און פרויען, עכ"פ בכלל נישט אזוי ווי דער מושג וואס מ'זעהט היינט.

ווען דער רבי מיט א קבוצה חסידים האבען אריין שפאצירט אין א קרעטשמע נאך א לאננגע אויסגעמאטערטע וועג, אין דער פיקטשער ביכער זעהט מען דארט אפשר עטליכע פויערן/שיכורים, אבער אליבא דאמת האט עס געוועהן אסאך אנדערש ווי דעם, די חסידים דארט האבען געזעהן אנשים ונשים נכריות, אמאל בעסער און אמאל אין ערגערע מצבים, וד"ל. מיט דעם אלעם האט זיך דער רבי אוועק געזעצט (ביי א זייטיגע טישל, אויב איז נישט געוועהן פארכאפט, אין ווי ווייט מיינסטו איז שוין געוועהן דער מרחק פון איין טיש מיטן צווייטען?) צו כאפען א גלעזל משקה. (דאס איז זענען פאקטן וואס איז ווייניג דאקומענטירט געווארען אין היסטוריה).

Re: אנשות בילדער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:16 pm
דורך שמערל
פרויען זענען נישט געווען ערלויבט אריינצוגיין אין א קרעטשמע ביז נישט צו לאנג צוריק

https://en.wikipedia.org/wiki/Tavern?wprov=sfla1