בלאט 1 פון 1

און מיר קלאוזן שאפ ):

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:43 pm
דורך כוכב
א פייערל האט געטוליעט פאר פיר יאר, אנשטאט אינדיווידואלע פארשטימטע קולות פון יחידים דא און יחידים דארט, איז געווען איין ווינקעלע פון אמת און אפנקייט, אבער איר טאג איז אויך געקומען, און דאס צאנקנדע ליכטל האלט ביים פארלאשן ווערן גענוי פיר יאר שפעטער, ווען דער רשעות האט זיך שוין צונויפגעוואקסן צו וואלקנקראצערישע הויכקייטן און דאס געברויך פאר קאווע שטיבל איז פילפאכיג מער ווי מיט פיר יאר צוריק.
אין ליכט פון גזירת ק"ש תשע"ו האב איך געמאכט מיין פערזענליכע קינות'ל אויף וועלכע איך וועל קלאגן יאר יערליך מיט מיינע קינדער און קינדס קינדער:

שיטנא נצח, די קעלבער טאנצן אין מירון און בויען פיראמידן און פאלאצן אחוז בחבלי בוץ חור כרפס ותכלת פאר א געטשקעלע א שטור, און מיר קלאוזן שאפ.
רשעות ווערט געפלעגט און געקארמעט, קינדער ווערן אוועקגעשלעפט פון גע'גטע עלטערן מיט פוילע תירוצים, און מיר קלאוזן שאפ. ‎
מאלעסטערס באקומען עליות און זיצן אויבנאן, ווערן פארטיידיגט מיט מיליאנען דאלארן און ריזיגע צוזאמענקונפטן, און מיר קלאוזן שאפ‎.
מוסדות פרעסן אויף אונזערע גרענטס פון די גאווערמענט, יונגעלייט ווערן בא'גנב'עט פון זייער קאלעזש פראגראמס, קינדער באקומען נישט קיין פרישטאג און סאפער כאטש די גאווערמענט באצאלט דערפאר, און מיר קלאוזן שאפ.‎
טויזנטער בחורים פוסטעווען אפ זייערע שענסטע יארן און קומען ארויס ווי אומערצויגענע וועלף פון ישיבה אן די מינדעסטע אנונג פון תורה אדער סחורה, און מיר קלאוזן שאפ‎.
אידיש בלוט איז געווארן הפקר, יעדער איז געווארן א מקנא קנאת ה' צבקות נאכשרייען מענטשן אין ביהמ"ד צוליב דעם סמארטפאון זינד, און מיר קלאוזן שאפ‎
א געזעלשאפט וואס ריקט זיך צו אן אייסיס עקסטרעמיזם, האלב עמטליכע מענטשן שעמען זיך נישט צו מחרים זיין א הונדערט און דריי יעריגן גדול, און מיר קלאוזן שאפ. ‎
די צייטונגען שפייזן אונז מיט כל מיני שקרים און קליינקעפיקייטן, טפשות און ילדות געפלאכטן מיט מיטלאלטער קורזיכטיגקייט און אמונות טפילות און מיר קלאוזן שאפ‎
די סגולה און ישועות אינדוסטריע בליעט ווי קיינמאל בעפאר, יעדער איז א מחותן צו באראבאווען אידישע טייסטער, און מיר קלאוזן שאפ ‎
פעסער הערינג ווערן פארקויפט פאר טייערע בלוטיגע אידישע געלטער אין פארעם פון נישט געשטויגענע קורסן און לעקציעס, יעדער שמויטעפאנע מאכט זיך טעלע קאנפרענצן און סעמינארן פאר בלויז 999$ פלאס טעקס, און מיר קלאוזן שאפס. ‎
אייוועלט בליעט מיט איר "בעסטע רעצעפט פאר חרוסת" אשכול, "איז דא א כשרות שאלה אין די חזרת" אשכול, "א טאטע מיט א זרוע" אשכול, "קויפט ביי מיר אייערע בצים צום סדר" אשכול, און מיר קלאוזן שאפ.
פאליש בליעט מיט איר, בתולה אשכול, בעולה אשכול, יבמה אשכול, חליצה אשכול, זיווג ראשון אשכול, זיווג שני אשכול, כלה אשכול, יעדער סארט פעטיש שבעולם, און מיר קלאוזן שאפ.


אין אזא צייט פון קלאג וויל איך מיך באדאנקען פאר די חשוב'ע הנהלה ובראשם ידידי ר' קעלנער על של עכשיו, פון וועמען דורכאויס מיין צוזאמענארבעט אויף פארשידענע פראיעקטן, כ'האב אסאך קונה געווען וויאזוי מ'האט א געזונטע און אויסגעהאלטענע לאגיק אויף א זאך, וויאזוי מ'האלט זיך צו ווירדן פון ישרות, און זיין טיפע חכמה איז אלעמאל געווען צום באוואונדערן. אין ריעל לייף באגעגן איך נישט אזעלכע מענטשן נאר נאך א שור הבור און נאך א לויתן. צר לי עליך אחי ר' קעלנער, קשה עלי פרודתך.

Re: און מיר קלאוזן שאפ ):

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:51 pm
דורך סאשי פיש
#נישטא קיין ווערטער

Re: און מיר קלאוזן שאפ ):

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:42 pm
דורך שמערל
מזל טוב כוכב צום צוויי טויזענטסטען תגובה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:44 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:מזל טוב כוכב צום צוויי טויזענטסטען תגובה.

:lol: :lol: :lol:


איי איי איי, אז מ'דארף דעם גנב, קומט ער אראפ פונעם תלייה... :D

Re: און מיר קלאוזן שאפ ):

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:49 pm
דורך קל וחומר
גיבט אים די לעצטע לייקס אויף ק"ש!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:51 pm
דורך קל וחומר
עבדו רבנן שלמא בעידן פרידותא וד"ל...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
טייערער @כוכב
We love to see you back!
דערמאנסט אונז אלטע גוטע צייטן, דיין רייכע פעדער איז נאך געבליבן די זעלבע, און דיינע טאלאנטן האסטו נישט פארלוירן, אוי ס׳בענקט זיך!
די צרה איז גרעסער ווען מיר דערמאנען זיך דעם רייכן אמאל.

Re: און מיר קלאוזן שאפ ):

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:17 pm
דורך פליקער
איצט אז איך האב געזעין כוכבן ציריק בין איך שוין גרייט צי גיין שלאפן ריאיג, אז מיט איין גיטן פראסק האט מען האט אים אראפגעשלעפט איז נאך דא האפענונג.

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 9:10 am
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן:מה נאמר ומה נדבר :cry:

אוי מה הי' לנו :cry: :cry: :cry:

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 11:52 am
דורך לית דין בר נש
מורה ורבותי ברשות הרבנים הגאונים שליט"א וואס זענען זיך דא צוזאמגעקומען אין די לעצטע צוועלף שעה וואלט איך געוואלט זיך אנטראגן מען זאל מאכן א פדיון נפש
איך בין גרייט צו זיין די קרבן ציבור מען זאל פארשפארן [tag]לית דין בר נש[/tag] און לאזן אונזער שטיבל אפען און מען זאל אפקומען מיט דעם.
ניין עס איז נישט לייכט דאס צו טוהן אבער אזוי פיל האב איך יא קונה גיוועהן דא אין שטיבל די לעצטע יארן צו וויסן אז מען דארף האבן מסירת נפש די פלאץ זאל בלייבן אפען
זייטס געזונט געטרייע פריינט האטס הנאה ווייטער זייטס מהנה אלע אנדערע וואס קומען דא אריין איך וועל זיך בענקען צו ענק

נ.ב. אויב מאכט זיך א שעת הכושר ביים טאטן ווען די חרון אף וועט אביסל נאכלאזן רייסטס איין פאר מיר אז איך זאל אויך קענען צריקקומען
יישר כח

:cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry:

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 12:39 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז דא פון וואס צו רעדן,
שרייב מיר נאר אין אישי דיין נייע ניק, והכל על מקומו יבא בשלום ;)