בלאט 1 פון 1

ווייסע העמדער ראש חודש

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:36 pm
דורך ירח בן יומו
עס איז א אנגענומענע זאך אין די חדרים אז ראש חודש גייט מען מיט א ווייסע העמד.

פון וואו נעמט זיך דאס?

אין של"ה ווערט געברענגט אז מ'זאל גיין א בעסער בגד ראש חודש, אבער איך מיין אז אפילו די גרויסע רבי'ס גייען נישט קיין ספעציעלע בגדים חשובים ראש חודש (אפילו די קאלפיק טרעגער). אבער ביי קינדער ווער האט דאס איינגעפירט? און פארוואס?

----------------------
מענין לענין. איך האב געזען אז מיין בני בית האט געקויפט א שיינע שבת'דיגע outfit פאר מיין יונגעלע, עס האט געהאט א הערליכע בלויע העמד מיט א סוועדער, איך האב זייער ליב געהאט צו זעהן מיין יונגעלע אנגטוהן אין דעם. ווען עס איז אמאל געקומען שבת ראש חודש האב איך געבטען אז מ'זאל אים אנטוהן מיט א ווייסע העמד לכבוד ראש חודש.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק נישט אזא מנהג אלס קינד אין ענגלאנד, דאס האב איך ערשט געזען דאהי אין אמעריקא. און ס'שטערט מיר טאקע הלמאי האט אויסגעפעלט א נייעם מנהג. וואס איז געווען שלעכט ביז יעצט. דאס גייען א הוט פון בר מצוה איז מיר אויך א שטיקל ציפ ובפרט אז ס'איז טייער און די דאשיק וואס איך בין געגאנגען איז פיל ביליגער געווען

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:54 pm
דורך מור וקציעה
דאכט זיך אין מעשה רב ברענגט ער אז די גר''א איז געגאנגען בבגדי שבת ראש חודש

Re: ווייסער העמדער ראש חודש

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 12:50 am
דורך ביליג
איו וויליאמסבורג איז עס כמעט נישט איינגעפירט
לעומת זה אין בארא פארק איז עס זייער שטארק
אפשר האט דאס צוטוהן מיט סאטמאר?

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 2:27 am
דורך געפילטע פיש
ירח בן יומו האט געשריבן:און פארוואס?

אט דאס איז די שאלה וואס מ'טאר נישט פרעגן. מ'מעג פרעגן מה למעלה מה למטה, מה לפנים מה לאחור, אבער פרעגן אויף חרדיזם פארוואס? ביז דא! אויב הויבסטו אן פרעגן אויף אלעס וואס מיר טוען פארוואס, דעמלאסט איז אלץ דערנאך. ראה הזהרתיך.

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 3:17 am
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:און פארוואס?

אט דאס איז די שאלה וואס מ'טאר נישט פרעגן. מ'מעג פרעגן מה למעלה מה למטה, מה לפנים מה לאחור, אבער פרעגן אויף חרדיזם פארוואס? ביז דא! אויב הויבסטו אן פרעגן אויף אלעס וואס מיר טוען פארוואס, דעמלאסט איז אלץ דערנאך. ראה הזהרתיך.
:lol: :lol: :lol:


בכה רבי ואמר: איי [tag]געפילטע פיש[/tag], געפילטע פיש, ווי שלעכט איז די מצב, אז גאט דארף שטראפן מיט סטראשן צו פארקלאפן גאנץ ק"ש, אז דו זאלסט נאכאמאל לאזן פאלן דיינע פערל רייד.

אבער אזוי אויך, בכה רבי ואמר: יש קונה עולמו בשעה אחת. געפילטע, קענסט נאך אריינכאפן אויפצולעבן די מצב דא, טאקע בעת גסיסה.

איי איי איי...

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 6:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווילסט אז מפיץ אמונה זאל צוריק קומען?

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 2:32 pm
דורך סקרן
די סבה ווייס איך נישט אבער לענ"ד ברענגט עס אריין פאר די קינדער א געשמאק און אינטערסאנטקייט אין אידישקייט
מ'באקומט אן אנדערע פרישטאג נאכטמאל מ'באקומט א ספיציעלע זאך צו עסן ביי ריסעס
קוקט דאס קינד ארויס אויף א יומא דפגרי
כנלע"ד

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 2:46 pm
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו: דו האסט דיך דא אומ-דירעקט מודה געווען אויף א שרעקליכע עוולה וואס דו באגייסט אין חינוך הבנים. אונז (די גבאים און ממונים, וועלכע העלפן צו פאר גאט ברוך הוא פיהרן די וועלט. לכה"פ די אידישע וועלט.) פון דיינע אייגענע ווערטער (הודאת בעל דין כמאה עדים דמי.) לערנען מיר ארויס אז א יעדן, געוויינליכן שבת (נישט א שיינעם שבת, עפ"ל.) גייט דיין יונגל אנגעטון מיט א בלויע, אדער ארענדזשע העמעד. ווייל דו זאגסט אז לכבוד שבת ראש חודש האט מען איהם אנגעטון א ווייסע העמעד. איז דאך משמע פון דעם אז אנ'אנדערס מאל נישט. צו ווייסטו דען נישט אז הרב ש.ב. מרגליות שליט"א האט אויף דעם געשטורעמט און זיך מתמרמר געווען אין אן ארטיקל אין דער בלאט...! זיין חבר און קאלעגע הרב ישראל מ. סופר שליט"א (ביידע נעמען זענען אזוי אמת ווי די מאן דאמרים.) האט געסטראשעט אז אויב דער מצב וועט זיך נישט טוישן בקרוב, וועט מען מוזן אננעמען שטרענגע מיטלען. ווי נישט אריינלאזן די אלע קינדער וועלכע גייען מיט קאלירטע העמדער אין ביהמ"ד. אדער נישט לאזן באקומען שיריים פון רבותינו הגאונים הקדושים שליט"א...!

Re: ווייסע העמדער ראש חודש

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מור וקציעה האט געשריבן:דאכט זיך אין מעשה רב ברענגט ער אז די גר''א איז געגאנגען בבגדי שבת ראש חודש

טאקע נאכגעקוקט. ביסט גערעכט האלבוועגס. ער איז געגאנגען דער שבת הוט, נישט שבת קליידער.
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 9:05 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
גראדע זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאט א ספעציעלע ראש חודש בעקיטשע. לדעתי איז דאס א פיינע מנהג וואס די קינדער גלייכען און ס׳שטימט מיטן שלחן ערוך!
סתם מאכן א פראבלעם ווען אלעס קלאפט?