מיין האנטיגע תשעה באב מיטן רב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

מיין האנטיגע תשעה באב מיטן רב

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כבין אויפגשטאנען היינט אין א בייזע אטמאספערע, געשריגען אויפן ווייב אין קינדער, זיך אנגעטוען די נעכטיגע וועש, נישט געפיצט די ציינער נישט געקעמט די באורד, אנגעטוען די קראקס אין מיט א בייזליכע טאון פארלאסט די שטוב, שפאצירט מיטן קאפ אראפ מיט שנעלע טריט צום ביהמ״ד.
כבין געווען זיכער ווי נאר כוועל אריין קומען אין ביהמ״ד וועלן די לעקטער זיין פארלאשן, ס׳וועט זיין טונקלווייז אין ביהמ״ד, פיל מיט לעכט, די עולם זיצן נודריג, די ליצים וועלען זיצן מיטן סעלל, אויף יעדער וועט מען קענען זעהן א מיטלייד.
אבער..... א נעכטיגע טאג, צו מיין שאק עולם כנהוג מנהג, די עולם שפאצירט מיט קאווע, יעדער מיטן שיך אנגעטוען, די געלט גייערס קלאפן מיטן טאשקס כאילו מ׳מיינט נישט זיי, די עולם קומט אין גייט, כהאב געפילט ווי מ׳גיסט מיר זאלץ אויפן וואנדען.
כ׳זעה פון דערוואטענס חיים אין מנחם פיהרן א קופקע, כ׳גיי זיך מיט שנעלע טריט כ׳וויל אריין ווארפן מיין ווארט אויף קלענער אין באשייגיצן רעכניץאדר זעהן וואס מ׳טוט ווייטער, כ׳קום צו שמועס אין כהער אז טראמפ האט נעכטן געזאגט ביים דיבאטע אז ער האט ליב ישראל. כהאב נישט אויסגעהאלטען די צער, זענט עטץ משוגע טראכט איך??
שוין כשפאציר אוועק געמיטלעך טראכטענדיג פון מיין זייט זאל טראמפ תיכף פגרן, געשעפט האב איך יעצט מיטן דעבאטע.
כשפאציר ווייטער כ׳זעה א מער ערענצטע קופקע, די אינגערלייט זעהן עפעס מער ערענצט כ׳לייג צו א אויער אין מרעדט וועגען די טענט אין מירון. אינגאנצן יאוש זיך איך איינער וואס רעדט מיין שפראך.
פון דערוואטענס אויפן אויבן אן זעה איך די רב שטייט מעוטף מיטן טלית אין תפילין פארגלייסט די אויגן אין רעדט נישט קיין ווארט, כגיי צו מיט זיכערע טריט, מיט פארוויינטע געשוואלענע אויגן, די רב קוקט מיר אריין אין אויגן זאגט גארנישט.. נאך לאנגע 20 סעקונדעס געבט ער א זיפץ, אוי אוי אוי. כשטיי מיט דרך ארץ אין שאקל מיט.
שטילע, שטילע, ער ווייסט מיטן פינגער כזאל זיך צו בייגען, ער האט געשטינקען פון פיסק ווי פינקען פייער, ער רוימט מיר אריין אין אויער ״קלענער האט עפעס געמאלדען?״ כנעם ארויס די סעלל, ״נישט דא נישט דא״ זאגט די רב,
נאך א מינוט זאג די רב, שוין אין אזא מצב קענסטו יא ארויס נעמען דא. מיטן שאקעלדיגע הענט מיש איך צו צום שטיבעל אין כזאג שטילאהייט מיט פארוויינטע אויגן. ״גארנישט גארנישט״
וואס מיט כוכב? עפעס נייעס דארט?
ניין גארנישט אדערווייל.
די רב כאפט אן מיין האנט זיין ביידע גראבע ווארימע הענטט האט מיר ארום גענומען שטארק, אין נאך א מינוט זאגט ער.
שטילע, אוי אוי. מדארף זיך מחזק זיין, סאיז ביטער ווי א גל, אבער א איד דארף וויסען השי״ת פארלאסט אונז נישט, כוכב אין אנדערע וועלען אונז זיכער מחזק זיין. סאיז איז א שווערע צייט ווטס גייט אריבערגיין.
די רב נעמט א טישו אין ווישט זיך די טרערן אין זאגט ״שטילע גיי צו ברכות״
כהאב געפיהלט חיזוק אין זיינע ווערטער, סהאט זיך טאקע אנדריש געדווענט, ביי שטילע שמוע זאגט מיר די רב, ״רייס איין ביי אנא ד׳ הושיעה נא״ רייס אן ביי אלע וועלטען,
כבין צו געגאנגען הלל מיט א ברען וואס לאסט זיך נישט ברענגן אויפ טינט, כהאב געזינגען אויפ פתחי לי די באקאנטע התעוררתדיג ניגון. די עולם האט אנגעריסען וועלטן, די רב האט געשפרינגען ווי א דאגי ביי הצליחה נא.
כפיהל א געפוילטע.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו ביסטאס געווען דער בעל תפלה מיט די קראקס? אה, נישט שלעכט, דו יכול'סט.
כ'האב ליב געהאט דעם ניגון אויף פתחו לי.

(חידה: היתכן מען זאגט הלל אום תשעה באב?)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיין האנטיגע תשעה באב מיטן רב

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס פילען האט גארנישט מיט מציאות.
מיר דארפען און פאדערען און וועלען נישט אפלאזען, ביז מ'עט אנקומען צו א ישועה שלמה, למטה מעשרה טפחים בפועל ממש!

נאר איין שאלה. דער רב האט צוגעלאזט א צווייט'ן אויף הלל?! מיט וואס איז ער רב?!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

שמעקעדיג האט געשריבן:
(חידה: היתכן מען זאגט הלל אום תשעה באב?)

ה׳ אייר?
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יין שרף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
(חידה: היתכן מען זאגט הלל אום תשעה באב?)

ה׳ אייר?

יין שרף: אפילו ווען מ'האלט 3 טעג ר"ח, און מ'הייבט אן דעם צווייטן טאג קומט עס אויכעט נישט אויס צו ה' אייר... ביי אונז איז מען זיך נוהג אז מ'פאסט (נישט איך.) און מ'ליינט ויחל אין דעם יום המר והנמהר. און הרב י.מ. סופר ז"ל המכונה מנשה פליפ-פלאפ האלט א דרשת התעוררות. כ'וועיס ניש וואס ער גייט זאגן היי יאר אום האי איער. אבער פאר א יאר האט ער געזאגט אז נאר וועגן אונזערע חטאים --די נשים גייען מיט רויטע טורבאנס און שמאלע, געפאסטע קליידער-- איז די מדינה הטמאה נאך נישט בטל געווארן און די ציונים ימ"ש שר"י עפ"ל האבן נאכנישט געהאט א וויסטע מפלה. און אונז האמיר נאכנישט זוכה געווען אז די וואוילע שטינקעדיגע אראבערס (כדברי רש"י הק' , זצ"ל) צוזאמען מיט זייערע פרענדס די שטינקעדיגע נטורי חרתא געוועלטיגן נאכנישט אין ירושלים-אל קודס. און די כאמאס גרופע, וועלכע טוען אזויפיהל צדקה וחסד זיצן נאכאלץ איינגעשפארט און באלאגערט אין עזה. און אומשולדיגע, פאלעסטינער פרויען (די אידישע זענען סתם שרוצות) און די וואוילע, קליינע קינדערלעך, די טינופת שטעמו טעם חטא שטארבן נעבעך אויס אין די מאסן צוליעב די באלאגערונג פון די ציונים ימ"ש שר"י עפ"ל (כבר אמרנו) אוי, מה היה לנו...!
נ.ב.: אט פארדעם וועלן מיר שטארק באוויינען די פטירה פון אונזער באליבטן קאווע שטיבל. ווייל ווען איך שרייב ווען אט די אויבנדערמאנטע דברי כפירה ומינות וציונות (היינו הך. ס'די זעלבע זאך... אויף איי וועלט הק', ווארפט מען מיך אראפ פון אלע סטעפס צוזאמען מיט מיין טמא'נע כלי... :lol: :roll: :P :o
נ.ב.ץ.:די אלע צרות קומען אויף כלל ישראל, רח"ל. נישט וועגן די פאלשע דין תורות וואס איצא שייגעץ פיהרט אן מיט דעם קבלת שוחט/ד און די אנדערע שייגעץ שטיק וואס אונז שיינע אידן פיהרן אן. )קטע מדברי הרהגה"ק ר' ר' ישראל מ. הקדוש והטהור...)
פארשפארט