בלאט 1 פון 1
קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 12:04 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז געווען א לאנגע רייזע.
מיר זענען געשטיגן צוזאמען.
מיר האבן געלאכט און געוויינט צוזאמען.
געטראכט צוזאמען.
ולא פנו אל רהבים ושטי כזב.
מיר האבן נישט מיטגעזינגען מיטן כאר.
מיר האבן געהאלטן אונזער אויטענטישע דעות און הרגשים
מיר האבן מלבן געווען נושאים,
געטראכט. געטראכט הויך!
א זעלטענע ערשיינונג במחנינו. געטראכט הויך!
טיילמאל ערנסט און פארזיכטיג, טיילמאל לייכטזיניג און ווערטלדיג.
אבער מיר האבן עס אנגעהויבן נעמען לייכטזיניג און קאלט.
איינער איז געשטאנען און געארבעט, קעיר גענומען, טעכניש, מגיה געווען, געשטאנען על המשמר, און מיר זענען געקומען ווען עס האט אונז געשמעקט.
און אסאך גוטע קוואליטעט איז נעלם געווארן.
ואדם אין לעבוד את השטיבל, להכיר טובה לבעלי השטיבל.
אבל אשמים אנחנו!
לאמיר זיך אונטערנעמען צו אריינלייגן כח.
אננעמען די פלאץ מיט רעספעקט,
די ערי מקלט ווי מיר האבן הנאה
די רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען
לאמיר מודיע זיין די בעלי השטיבל אז מיר זענען מכיר טוב!
יא, מיר זענען אלע פארנומען, אבער א געוויסע אחריות צו אריינקומען אמאל אמאל און מחזק זיין.
אולי יחוס ואולי ירולם
קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 12:12 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כוואלט געזאגט מזאל עפענען א go fund me בלעטעל פאר אונזערע טייערע קלענער, נישטא א גרעסערע וועג פון ארויס ווייזען appreciation נאר מיטן שניידען פון טאש. הדרכה אין עצות מיט חיזוק האט ער גענוג אין געבט זיך פיין א עצה, לאמער ווייזען אונז מיינען עס ערענצט, אונז זענען גרייט צו טוען אלץ שייך. מקען אריין קומען מיט א צען אלפים ביז מאנטיג לפע״ד, ער וועט זעהן די עולם מיינט עס ערענצט וועט ער איבערטראכטען די גזירה
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 12:40 pm
דורך שמעקעדיג
גזירת עשרת אלפים ככר...
אבער לפי השמועה אז רעכניץ האט געגעבן 200 אלפים, וואס וועט דען די 10 אלפים העלפן?
# שמועות פורחות באוויר
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 1:10 pm
דורך שטילע אינגערמאן
10 אלפים ווייס אדער 200 שווארץ?
כבין מסופק וואס לוינט זיך
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 1:56 pm
דורך פרייוויליג
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כוואלט געזאגט מזאל עפענען א go fund me בלעטעל פאר אונזערע טייערע קלענער, נישטא א גרעסערע וועג פון ארויס ווייזען appreciation נאר מיטן שניידען פון טאש. הדרכה אין עצות מיט חיזוק האט ער גענוג אין געבט זיך פיין א עצה, לאמער ווייזען אונז מיינען עס ערענצט, אונז זענען גרייט צו טוען אלץ שייך. מקען אריין קומען מיט א צען אלפים ביז מאנטיג לפע״ד, ער וועט זעהן די עולם מיינט עס ערענצט וועט ער איבערטראכטען די גזירה
כאב ממש דאס יעצט געוואלט שרייבן. עס איז קלאר אז צו פירן א בלאג און נאכדערצו ״די היימישסטע בלאג פון די אינטערנעט״ וואס האט נישט זיינס גלייכן, קאסט אסאאאך שעות. פארשטייט זיך אז אויסער כוחות דארף דאס אויך וועלן זיין אינטערסאנט. לאמיר זאגן עס וואלט געהאט עדס וואלט דאס געווען א פרנסה. און יעצט וואלט געווען די בעסטע פלאן אויפצוטרייבן געלט. עס איז נישט קיין ספק אז אויב מיר קענען אויפטרייבן הונדערט טויזענט דאלער ווערט בטל די גזירה.
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 2:17 pm
דורך פרייוויליג
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 2:50 pm
דורך ליפא
פרייוויליג האט געשריבן:https://www.gofundme.com/xets4fxf
Is it confirmed that money is the issue here?
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 3:13 pm
דורך פרייוויליג
העמער דארפן דאס באשטעטיגען. דאס איז בלויז קלארצושטעלן אז אויב דאס איז די אישו, וועט דאס ווערן געלייזט.
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 4:58 pm
דורך שמעון וואלף
קען מען דארט גיבן געלט אן דעם וואס מ'זאל וויסן א נאמען? כ'שטעל מיך פאר אז טאמער גיב איך מיט מיין קרעדיט קארט קען איינער זען מיין נאמען
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 5:35 pm
דורך קל וחומר
פארוואס דארף איינער טראכטן אז יענער קרעדיט קארד באלאנגט פאר 'שמעון וואלף'?
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:04 am
דורך שמן למאור
ארויפגעברענגט
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:45 am
דורך כספי
כשם שעשית נסים לאבותינו בימים ההם, כן תעשה לנו בזמן הזה.
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:31 am
דורך בשמחה
כספי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:45 am
כשם שעשית נסים לאבותינו בימים ההם, כן תעשה לנו בזמן הזה.
לאמיר האפן!
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:45 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז אזוי ווי די גמ' זאגט אויב איינער בעט א תפילה שיהא הולד הזה זכר אחר ארבעים יום...אין תפילתו נשמעת כי היא תפילת שוא...!
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:55 am
דורך שפילער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:45 am
ס'איז אזוי ווי די גמ' זאגט אויב איינער בעט א תפילה שיהא הולד הזה זכר אחר ארבעים יום...אין תפילתו נשמעת כי היא תפילת שוא...!
ר' בערל אפשר נעמסטו איבער?
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:37 pm
דורך berlbalaguleh
לכאורה נישט: ווייל דער וואס דארף מיר איבערגעבן די שליסלעך ווירטואלע און דידזשיטאלע, איז צוקריעגט מיט מיר.
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:46 pm
דורך שפילער
ער האט דיר שיין דערמאנט
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:48 pm
דורך בן ישי
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:37 pm
לכאורה נישט: ווייל דער וואס דארף מיר איבערגעבן די שליסלעך ווירטואלע און דידזשיטאלע, איז צוקריעגט מיט מיר.
די ביסט דערמאנט געווארן לשבח אין די לעצטע ווערטער פון די מנהל!
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:50 pm
דורך berlbalaguleh
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:52 pm
דורך בן ישי