פעטיציע : קעלנער הער אויף צו לייקן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1008 מאל

פעטיציע : קעלנער הער אויף צו לייקן

שליחה דורך שושן פורים »

קאווע שטיבל ברענט, עס פלאקערט, דער עולם דרייט זיך ארום אנגעווייטאגט, צובראכן ערשיטערט, אויפגעברויזט, און גערעגט, אם בארזים נפלה שלהבת, מען ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטוען.

אבער בו בזמן וואס כלל ישראל איז שרוי בצער דרייט זיך ארום דער רוצח, א אומפארשעמטער פערזאן אונטערן שלייער נאמען [tag]קעלנער[/tag], ער האט נאר וואס פארענדיגט אפצוווישן זיין בלוט פארשמירטן מעסער אין זיין שוין גרינעם טאשטיכל, און נישט מער און נישט ווייניגער זיך ארויסגעלאזט אויף א לייק מיסיע, ער דרייט זיך ארום צווישן די חורבנות וואס ער האט אליינס חרוב געמאכט און ווי ער זעהט א טויטן אדער פארוואונדעטן קלעבט ער ארויף אויף איהם א געלע לאטע בצורת לייק, ווי צו זאגן איך האב דיר גוט צוגעפיקסט, האא? ?!

ומכאן הקריאה יוצאת, הער קעלנער, נעם אראפ דיינע לאפעס פון אונז, אונז זעמער בייגעקומען די מצריים, די רוימער, די יוונים, די קרייץ ציגלער, די צומת הגידין און די אריזאנא קרעקערס, מיר זענען בייגעקומען בעסט מאא מילך און ניו סקווער אראנזש זשוס, און מיר וועלן דאס אויך בייקומען, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.

מעיק קאווע שטיבל גרעיט עגעין!!!!

החותם בצער ובדמע על שבר בת עמי
הק' שושן בלאאטאטאמו"ר ולמעב"ק לבית פורים והגלילות יע"א תובב"א
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר