כליות יזמרו?! מיינע כליות וויינען!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

כליות יזמרו?! מיינע כליות וויינען!

שליחה דורך אחד העם »

[justify]עטס קענטס נישט אחד העם.
אחד העם איז נישט קיין מלוה מלכה גייער, און נישט קיין דינער לויפער.
איך קען זאגען אז די לעצטע גאנצע שמיטה בין איך ביי קיין איין מעמד נישט ערשינען, ס'גרוילט מיר.
עטס מיינטס צו ריונואל בין איך יא געגאנגען, א מכה.

אחד העם קוקט אויף לעבן, און אויף א יידיש'ן לעבן, גאר אנדערש ווי זיינע שכנים, קרובים אדער חברים, על הצד אחד העם האט חברים.
אז לעבן איז מחיה און מהווה אחד העם, איז אחד העם דאנקבאר פארן לעבן.
די חיות זעלבסט איז מהווה ס'חיות.

מיין רבי, רבי מנחם מנדל פון קאצק, איז אמאל אריין אין א טעיק אוט געשעפט, ער זעהט ווי א מענטש זיצט איבערגעבויגען איבער א טעלער פיש און האקט אריין אויף אלע באקן. פרעגט אים דער קאצק'ר, זאג נאר, דו האסט ליב פיש?, יענער הייבט זיך די ברעמען, און ענטפערט מיט א פול מויל, זעסט נישט?! זאגט אים דער קאצק'ר, וואס איך זעה איז, אז דו האסט גענומען א פיש, וואס דו זאגסט אז דו האסט ליב, און איר אוועקגעריסען פון איר פאמיליע, ארויסגענומען פון וואסער, געהארגעט, און געלייגט אויפ'ן פייער און געפרעגלט, און יעצט פולסטו זיך ס'בייכל מיט איר, דאס הייסט דו האסט ליב פיש? האסט דיך ליב, ולאור זאת כדאי למלאות אהבתך, ביסטו געגאנגען מיט א לב אטום און געהארגעט א אומשולדיג פישל, אבער ליב האסטו זיך, נישט ס'פישל.

דער אמת איז, איך בין נישט משיג ס'ענין פון אהבה. כ'מיין, אויב גאט האט ליב, קענען מענטשען נישט ליב האבן, סאיז א מיסטישע כח וואס געהערט צו שרפים.
אלטע דענקער האבן ליב געהאט צו טוהן און אויפטוהן פאר מענטשהייט און ציווילעזאציע, א ריכטיגער פילעזאף, א פילעזאף מיט א ווינקל פאר פאעזיע אין הארץ, וועט אלעמאל דערהערן געשרייען פון אנדערע.
הערן קען יעדער, אבער די געשרייען זאלן אים שטיפען און פאדערן צו גיין בחוצות און אויפפאדערן, אדער טוהן אקטן אז די געשרייען זאלן זיך פארשטילערן. נביאים סטייל.
ווען הרב השל זצ"ל האט שפאצירט מיט זיין חבר גואל נרדפי אחיו השחורים, מרטין לוטר דער קינג, האבן זיינע פיס געדאווענט, און גלייבטס מיר, איך האף אז דער דברי חיים ביים רומפלען פורים האט געהאט אזא געטליכע השראה, ווי הרב השל האט דעמאלטס געהאט.
איך מיין, איך רעד פון געטליכקייט, כאילו, שוין.
אבער וואס איז זיכער איז דאך זיכער.
די שאלה איז נאר אויב סאיז זיכער.
אבער, גאט און געטליכקייט כשלעצמה, איז בלתי ניתן להשגה.
א גאט אדער געטליכקייט וואס דער עצם איז ניתן להשגה, בין איך כופר עד הסוף.
לאור זאת, גייט ניטשה צו א לוויה, און לעשט אויס די לעכט.
איך בין דאך פארט נישט קיין ניטשה.
איך בין מחיה מתים, און איך צינד פון פריש מיין לעמפל, איך זאג, אז יעדער איז גאט פאר זיך, גאט עקזעסטירט ביי יעדעם אין הארץ און אין קאפ, ולא מחוצה לה.
וועסט נישט טרעפן גאט אין שאנק, אדער אונטערן טיש ביי דיין רבין, וועסט דיך עפענען דאס הארץ, וועט גאט ארויסשפרינגען פון דארט.
געטליכקייט איז דער דראנג פאר צדק און יושר, געטליכקייט איז דער הימלישער השראה פון טוב און להיטיב.
מיין מגיד שיעור האט מיר געזאגט אז גאט איז דרכו הטוב להיטיב.
מזל טוב! ער האט געטראפן גאט, און ער האט אים געזאגט, איך בין נישט אינסוף, סאיז א טעות, בסך הכל בין איך א גוטער וואס מיין וועג איז צו טון גוטס.
מיין גויטע טוט אויך גוטס.
איך מיין, זיי ווילן רעדן צו מיר וועגן גאט'ס עצם. איך כאפ נישט, גאט'ס עצם האלט איך נישט ביים משיג זיין, ווייל כ'וויל נישט זיין קיין כופר.
דרכו הטוב להיטיב, איז דער גאט אין הארץ, געטליכקייט איז דער השראת הרוח פון טוב.
אז מען באטראכט די נביאים, זעהט מען אז זיי זענען אלעמאל געווען די וואס נאקת אחם בני אנוש איז זיי אנגעגאנגן עד דיכדוכם, סהאט זיי געשטופט צו טוהן אויסנאם זאכן.
ווען אברהם וואונדערט זיך, ער זעהט א ארמון בלהבות, די גלוב ברענט, דער הערליכער וועלט איז אין פלאמען, ער פרעגט, איך פארשטיי נישט, סאיז דא א גאנצע וועלט, ס'ברענט מיט יסורים, צער און אומרעכטן, און אלסדאס בייז, און סגייט נישט קיינעם אן? הישמע כזאת. טאקע דעמאלטס און נאר דעמאלטס, איז נשרה געווארן אויף אים א רוח נבואה, און עס איז געקומען דער אנטווארט, אני בעל הארמון, אני בעל הבירה.
וואס אברהם'ס חזיון איז געווען ווייסעך נישט.
יעצט בין איך דער נביא.
דעמאלטס איז געווען דער ערשטער געטליכער השראה פון דרכו הטוב להיטיב, גאט ביי אים אין הארץ האט אים געזאגט, אני בעל הארמון, מיר גייט עס אן, ואברהם נתלבש ברוח נבואה, און ער האט אנגעהויבן ארומפארן בעסער מאכן די וועלט.
משה אבי הנביאים באקומט אויך זיין ערשטע געטליכע השראה, אויך נאר מיט א ציווי פון שמעתי את נאקתם, איך הער געשרייען, דו הערסט געשרייען, גיי לייז אויס וואס שלאפסטו מיר דא אין מדבר, של נעליך, און לויף איבער פעלד און וועלט, און שאקל אויף פאר לייזונג און לעזונג פאר פארפלאגטע.
וואלט איך יעצט געווען אין א הרב קוק גיסטע, וואלט איך געזאגט, אז איינער וואס געט א ניר, טוט דאס וועגן עפעס א אינערע רוח נבואה וואס האט אים באטראפן.
וואס הייסט באטראפן?
הרב סאלאווייטשיק האט שוין געפייערט מיט דעם, ביי זיין באוואוסטען 'כבוד און כובד' שיעור.
די עיקר נקודה, אז ריכטיגע כבוד איז נאר ווען עס איז כובד, עס איז שווער, יענעמס השראה איז דיר שווער, ס'יאגט זיך נאך נאך דיר.
יוסף זעהט יעקב ביים פענסטער, און ס'כאפט אים ס'פחד.
ס'קען זיין אז ס'איז געווען א געוויסע גילוי באמת, אבער דער ריכטיגער אפטייטש איז, אז יעקב אבינו'ס כבוד, איז געווען פאר יוסף א כובד, ס'האט אים באהערשט, ס'איז אים געווען שווער ווי א משא, און ער האט זיך נישט געקענט פון דעם ארויסדרייען.
און דאס איז פשט, זאגט הרב סאלאווייטשיק, אז ביי די נביאים שטייט וזה המשא אשר חזה כווייסווער, דער נביאס השראת אלוקי אויף א געוויסע דבר צדק ויושר האט באטראפן דעם נביא ווי א משא, און זיי האבן זיך פון דעם נישט געקענט ארויסדרייען, איינמאל דער משא באטרעפט דעם נביא, וועט ער זיך א גאנץ לעבן ארומדרייען ווי משוגע, מיט א דראנג אויסצופירען אט דעם משא.
און דאס אייגענטליך דער גאנצע מושג פון נבואה.
גאט און געטליכקייט, זענען אינעם מענטש זעלבסט, און דער מענטש זעלבסט.
אחד העם'ס כליות וויינען היינט.
כ'מיין סאיז מאדנע, געבן א ארגאן פאר א צווייטען .
אפילו מיט מיין תורה בין איך עס נישט משיג געהעריג.
איך קען נישט קיין דאנער וואס האט געגעבן א ניר, איך קען נישט קיינעם פון הנהלת ריונואל.
ס'איז א געוויסע געטליכער משא וואס האט מיר היינט באטראפן.
ווי געזאגט, איז געטליכקייט אין מענטש, און דאס איז דער דראנג פון הערן נאקת בני אנוש.
ס'מיינט צו זאגן אז ס'גיסט זיך געטליכקייט אין די גאסן.
וואו איז ניטשה?[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארדרייט נושא
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

אוהב ספרים האט געשריבן:איך מוז מוחה זיין, נישט קיין חילוק ווי וויכטיג א צוועק איז 1:30 (2:30 אויף די נייע זייגער) שפילט מען נישט קיין דרשות אדער מוזיק אויף הויכהילכערס אויף די גאס

עס איז אומ מענטשליך אומ-תורהדיג וכו'


שעמהטסענק

וואו אייגענטליך קומט דאס אריין דא?
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

איך וייס אויכעט נישט, א אשכול אויף כליות יזמרו האב איך דא געשריבען, ואתכם הסליחה
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[justify]
אוהב ספרים האט געשריבן:איך וייס אויכעט נישט, א אשכול אויף כליות יזמרו האב איך דא געשריבען, ואתכם הסליחה

סאיז עפעס א אשכול אויף מעמד 'כליות יזמרו'?
איך רעד פון די תוכן און פנימיות שבדבר.

מיר איז מאדנע ווי א מענטש טיילט אן אורגאן ווי א משלוח מנות פעקל.
ספארטייטש זיך מיר עפעס נפשיות'דיג.
מען בא'אישי'ט מיר אז איך בין נישט גענונג קלאר אריינגעקומען.
ס'קען זיין.
איך האב נעכטן געשריבען פון א ספאנטאנער עקסטאזע.
איך קען נישט אלעס מסביר זיין, דער חזון איש זאגט שוין דברים עיוניים און דברים שבלב אי אפשר להעלותם על הכתב, סאיז העכער פון דער פשוטער משמעות, סמיז נישט זיין אז סאיז בוכשטעבליך פארשטאנדיג, סאיז א דבר הנפש אויסגעמאלען מיט אותיות.

ליב האבן און טוהן גוט'ס, איז ביי מיר פינעם זעלבן שורש.
איך פארשטיי נישט וויאזי א מענטש קען ליב האבן עפעס אדער איינעם, באמיתת פנימיות ליבו.
די זעלבע איז מיט מיטיב זיין, טוהן גוטס.
דער קאצק'ר האט שוין פארפירט איבער דעם, אז אהבה מוטעת איז א גאנגבארע ארטיקל ביי מעינסטרים.
איך טראכט הויך, אז דער רצון להיטיב עם הזולת, איז אט דער געטליכקייט וואס איז שוכן בתוך ליבו שכל אחד ואחת.
אוודאי אז איך רעד שוין, בין איך שוין מרחיב און די ענינים.
איך פארשטיי שוין לאנג, אז גאט און געטליכקייט איז עפעס וואס מען דארף זיך מעמיק זיין כדי עס צו טרעפן אין עקזיסטענץ.
לדעתי, איז דער נביא'ישער געטליקייט אט דער רצון פון להיטיב, און הערן דער נאקת ליבם של אחרים, דאס איז וואס זיי האבן געטוהן.
קול נבואה איז דער אינערער קול, דער נשמה רוף, דער גייסטישער השראת הרוח, וואס שטופט א מענטש צו טוהן גוטס, און שטילער מאכן נאקת בני אנוש.
איך קען פארשטילערן מיין תמיהה אויף דעם דאנער וואס גיבט זיין ניר פאר א צווייטען, נאר נאכעדם וואס איך פארשטיי, אז גאט עקזעסטירט אין יעדעם מענטש, ווייל דער עצם פון גאט ווייסעך נישט וואס דאס איז. און ווען עס באפאלט א מענטש דעם דראנג פון פארגרינגערן יענעמס יסורים, וועל איך מיזען זאגן אז עפעס נבואה האט אים באטראפן.
פון א נבואה'אישער משא דרייט זיך נישט עפעס אזוי ארויס.
איך מוז מחליט זיין, אז א דאנער האט עפעס א נבואה'יש געשטימטער גייסט, און ער האט א ספעציעלן אויער, צו דערהערן זיין געטליכע נשמה רוף, ווי ערווענט, ביי מיר געטליכקייט ליגט נישט און שווימט ערגעץ ווי אין אצילות, נאר טאקע אין זיין נענסטען שכינות, זיין אייגען הארץ.
אז איינער דארף האבן א אויסגעמשלטען אצילות געלעקסי, אז ער זאל זיך קענען טרעפן מיט זיין גאט אין הארץ, נא מילא, זאל ער נאר אבער וויסען, אז סאיז ביי אים אין הארץ.
אין איין ווארט, מיין רצון להיטיב להזולת, אין מיינע ווערטער, מיין געטליכקייט, שטופט מיר ארויסהאבן גרונטליך דעם אינערן גייסטישען סוב-קאנטשעס פון איינער וואס לייגט זיך אונטערן מעסער, און אים באטראכטן אלס א העכערע פערזענליכקייט, העכער אין מיין משמעות.
איך מיין, אז א מענטש קען זיך מדמה זיין לעליון, און טיילען לעבן, מיטן געבן א גופניות'דיגער אורגאן, איז א מענטש נישט קיין גאט?

איך האף מען פארשטייט מיך.
און נאכאמאל, צו די אלע בעלי האישי, איך בין נישט דער איך בין נישט יענער, איך קען נישט קיינעם פון ריונואל, איך קען נישט קיינע פון די דאנערס, סאיז א געוויסע השראת הרוח, נוכח העובדה פון טיילען נירן פעקלעך.[/justify]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אחד העם:אני הגבר/אני הקטן. היינו הך. ס'די זעלבע זאך. איך בין א פשוט'ער איד'ל. איך בין נישט קיין חקרן און פילאזאף. מיין טאטע ע"ה איז אויכעט נישט געווען. אונז זעמער פשוט'ע אונגערישע אידן. (דאס איז נאר א צופאל. בהשגחה עליונה, שטייצעך.)מיין עלטער זיידע זעקס דורות אראפ (אדער ארויף) האט פונקט גענעכטיגט אין אונגארן. און ר'איז שוין פארבליבן א תושב. לעולם דויד. ער וואלט פונקט אזוי געקענט איבערנעכטיגן אין פאקיסטאן אדער אין זשערזשיריסטאן אדער גאר אין זימבאבווע. אונז עסן מיר פוטער ברויט. אפשר לייגט מען אמאל ארויף א סלייס אמעריקאנער קעז. (גבינה צהובה. ווי די ציונים, זאללן לעבן און געזונט זיין רופן עס). אונז האבן ליעב (אויסער דעם באשעפער) א גוטע טשיקן זופ. שטייצעך נישט צוזאמען, ח"ו. מיט גוטע, שמאלציגע פאטעיטאס. אבער אין ענייני חקירה האמיר נישט קיין מושג. און אויכעט נישט קיין משיכה דערצו. אונז האבן אנדערע תאוות. אפשר א גוט גלעזל בראנפן, למשל בוקער'ס 140 פרוף. אדער אפשר גאר א פלעשל אלד גרענד דעד, פון די 114 שטארקייט. אבער אונז זעמיר בכלל נישט קיין חוקרים און פילאזאפן. משא"כ דער אחד העם לעבט און באשטייט פון דעם. עכ"פ נאך אלע הקדמות. וויל איך דא מסביר זיין ווי אזוי איך קום אן צו ליינען פילאזאפיע. לדוגמא דער מאמר פתיחת האשכול פון אונזער חשוב'ן רעזידענט פילאזאף און חקרן הדגול, ר' אחד העם. איך ליין. און פרוביר צו געפונען דעם געשמאק און פארשטיין די עמקות פון דעם מאמר. כ'האב אדורכגעליינט די מעשה פון ר' מענדאלע קאצקער זי":ע ווען ר'איז אריין אין טעיק-אוט רעסטאראנט און ר'האט געהאט א דיאלג מיט דעם איד וואס האט אריינגעהאקט אין דעם געבאקענעם פיש. און כ'האב מיך אונטערגעשמייכלט. נישט פרעגנדיג קיין קושיות , למשל, ווי קומט די רבי שליט"א/זצוק"ל זיך צו דרייען אין א רעסטאראנט וואו ס''קען זיך דרייען נשים אויך. הקיצור. כ'האב נישט אוספיעט צו ליינען מערא ווי ביז'ן 5'טן פאראגראף און כ'האב אויסגעפלאצט פון געלעכטער. ביי דעם מאמר אז אחד העם'ס גוי'טע טוט אויכעט גוטס. האביך מיך דערמאנט אז אונזער פוילישע גוי' ימ"ש האט אויכעט געטון גוטס. זי האט אוועקגעגנב'ט מיין ווייב'ס גאלדענעם זייגער...!
המשך יבוא, אי"ה... :lol: :roll:
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אחד העם, דיינע מושגים און שרייבעריי איז הפלא
פארשפארט