נאך א נשמה, נאך א גלאז בלוט (אמת'ע פאסירונג)
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:13 pm
(איבערגעזעצט פון די עמי מאגאזין)
ווען איך בין אנגעקומען אהיים האט מיר געגעבען א שטאך אין הארץ זעענדיג מיין שלומי זיצט אינדערהיים אויפן קאוטש.
"אה מאמי" ער שטעלט זיך אויף. "לאמיך דיר העלפן שלעפן די בעגס" ער נעמט איבער מיינע פעקלעך און איך זעץ מיר אראפ, ער קומט אריין.
"מ'האט מיך ארויסגעווארפן פון ישיבה" זאגט ער ענדליך.
און דאן האט זיך די קאשמאר אנגעהויבן.
שלומי, אונזער עלצטע קינד, איז געבוירן געווארן מיט א הארץ פון גאלד און מיט מער ווי א ביסל ענערגישקייט.
אין חדר איז ער אלס געווען די שיק אינגעל, איינזיצען צו לאנג האט ער נישט געקענט, האט אים די מלמד געזעצט נאנט צום טיר ער זאל קענען פליען, ברענגען, ערלעדיגן, אלעס וואס די רבי ברויך.
ספורטס איז געווען זיין חיות אין לעבן, די מינוט וואס ער איז אהיימגעקומען פלעגט ער ארויס לויפן מיט זיין בעסקעטבול און ארומלויפן אין די יארד, ווי מיר האבן ספיציעל אינסטאלירט א בעסקעטבאל קארט פאר אים זיך צו קענען אויסגעבן נאך חדר.
און דאן האט זיך אנגעהויבן מסכת ישיבה, קיין רבי וואס זאל אים נוצן אלס גבאי איז נישט געווען, און קיין לאנטש צן שפילן באל עקזעסטירט אויך נישט, אנשטאט איז דא איין לאנגע טאג וואס מדארף זיצן אויף די זעלבע פלאץ ביי די גמרא, און פאר שלומי איז דאס אוממעגליך געווען, ער האט געמוזט האבן עקשען, און פארן מגיד שיעור איז דאס בכלל נישט געפאלן.
שלומי האט אויך געהאט א שטארקע אינטערעס אין נייעס אין פאליטיק. יעדע נאכט האט ער זיך אריינגעלייגט אין בעט מיט קול מבשר ביים אויער. און די נעקסטע טאג זיך ליב געהאט צו טענה'ן אויף הויכע טענער מיט אנדערע בחורים. די ראש ישיבה האט דאס נישט ליב געהאט.
אויפשטיין שפעט איז אויך נישט געווען עפעס וואס האט פאסירט זעלטן ביינעם.
שלומי איז א ווייעך הארץ, ער וואלט אוועקגעגעבן זיין העמד פאר א צווייטען. זיינע חברים האבן אים ליב געהאט, אבער די ראש ישיבה נישט. ער איז נישט געווען פונקטלעך אויסגעשניטן אין די באקס פאר דעם ישיבה, און די הנהלה האט אים געוואלט זעהן ארויס.
קודם איז געקומען די ווארענונג.
איך האב אייביג געוויסט ווען די ראשעשיבה האט געקאלט, מיין מאנ'ס בארד איז ווייסער געווארן מיט יעדע פאון קאל, בלי גוזמא.
"די ראש ישיבה רעגט זיך אז שלומי קומט שפעט" האט מיין מאן געקרעכצט.
"שלומי איז צופיל ביזי מיט נייעס" איז געקומען א צווייטע פאון קאל. די ישיבה איז שוין געווארן אומגעדילדיג.
מיין זון איז א גוט אינגעל. מסכים, נישט די טיפיקעל ישיבה בחור, אבער סנישט געווען קיינער אין ישיבה וואס האט פרובירט צו ארבעטן אדער זיך אפגעבן מיט אים.
נו וואס דען, פיר חדשים אריין אין זמן איז ער געפלויגן פון ישיבה.
מיין מאן האט זיך געבעטן ביים ראש ישיבה. לא מיט א אלף.
דערנאך האב איך אליין אויפגעהויבן א טעלעפאון, געוויינט מיט בכיות, זיך געבעטן ער זאל פרובירן ארבעטן מיט אונז, געבן שלומי נאך א שאנס.
"נישטא אויף וואס צו ארבעטן" איז געווען זיין תירוץ, "אייער זוהן באלאנגט נישט ביי אונז אין ישיבה".
נאר נאכדעם וואס אונזער רב האט זיך אריינגעמישט אין די פרשה האט די ראשעשיבה מסכים געווען אים צוריקונעמען אויף פראבע. שלומי האט געשוואוירען ער גייט איינרוהען.
סאיז אבער געווען שרעקליך. יעדע ריר זיינע האט מען נאכגעקוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז, מ'איז געשפרינגען אויף אים פאר די קלענסטע ריר וואס ער האט נאר געטוהן. זיי האבן בכלל נישט פרובירט עס צו מאכן ארבעטן, פארקערט, זיי זענען געווען מיט אן אגענדע אויפצואווייזען אז זיי זענען גערעכט געווען. נאכדעם וואס זיי האבן בייקומען דרוק אים צוריק ארייינצונעמען.
סאיז געווען אומפארמיידלעך ער זאל ארויסגעשטויסן ווערן. אפילו די בעסטע בחור וואלט נישט דורכגעמאכט אזא בדיקה. סאיז ס"ה געווען א פראגע פון צייט. מיין מאן און איך האבן זיך געהאלטן דאס אטעם און שטארק געדאווענט.
זעקס וואכן שפעטער האב איך אים געטראפן זיצן אויפן זעלבען קויטש.
מיר האמיר זיך געבעטן אז כאטש ביז מ'טרעפט אים א נייע ישיבה זאל מען אים האלטן. ווי קען א בחור אנגיין אפילו איין טאג אן קיין ישיבה??
די ראשעשיבה זאגט ס'נישט זיין אחריות. וואו איז אבער זיין טראפעלע שכל און געפיל צו פארשטיין אין וואסערע מצב ער לייגט דעם בחור אריין? און די סטיגמע מיט וואס ער קלעבט אים אן?
נא, מיט אזא סטעמפ אז ער איז געווארפען געווארן ווער וועט אים יעצט אריינעמען. מ'האמיר אנגעהויבן זוכן, קיינער האט אים ניטאמאל געוואלט רופן פאר א פארהער.
וויזוי דארף א מאמע זאגן פאר איר בחור'ל "קיינער דארף דיך נישט". איך האב נישט געקענט.
אין אנהייב האט שלומי זיך פראבירט צו האלטן פריש, אויפשטיין צייטליך גיין דאווענען, לערנען אביסל דורכן טאג.
אבער ווי די לאנגע טעג האבן זיך אנגעהויבן ציען, איז די שיין אין זיינע אויגן פארטונקעלט געווארן. ווי לאנג קען א בחור אנגיין מיט גארנישט?
א בחור דארף א סדר היום מיט חבירים. ער האט זיך ארומגעדרייט מיט געפילן פון רחמנות אויף זיך אליין, מיט טענות, און דעפרעסיע. ער האט געפייגערט צו האבן צו וועם צו רעדן, ער האט נישט געהאט.
די הויז איז געווען ליידיג און די טאג איז געווען צו גרויס. האמיר אויפגענומען א אינגערמאן זאל לערנען פריוואט מיט אים, אבער דאס האט נאר געהאלפען אנפילן איין שעה אין טאג.
האט ער אנגעהויבן זיך דרייען אין די לאקעל פארקס שפילן באל. און דארט האט ער געטראפן זיינע נייע חבירים.
אנגעהויבן האט זיך עס אומשולדיג, ווען אפאר חברה האבן מיטגעשפילט ספורטס מיט אים. אבער דעי חברה זענען געווען פארדארבען זיך דרייענדיג אין די גאסן שוין א לענגערע צייט, און זייענדיג אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם האבן זיי אים געגעבן חיזוק אין די מצב וואס ער איז, און אראפגעריסן די ישיבות און די סיסטעם, און ווי גוט ס'איז אז ער ארויס פון דארט. און אזוי פלעגט ער זיך דרייען אין די פארקס ביז שפעט ביינאכט.
ער האט זיך אנגעהויבן גיין צו לייברעריס פאר לאנגווייליגקייט אהיימגעברענגט ביכער און ווען דאס איז אים נמאס געווארן איז געקומען די מאוויס.
ער האט אנגעהויבן אויפשטיין שפעט נאכמיטאג צו פארמיידן דעם לאנגען טאג, און דערנאך אויפגעבליבען גאנצעטע נעכט. און דאס איז געווארן זיין סדר החיים.
מיין בחור איז צופאלן פארנט פון מיינע אויגן.
קודם האבן זיך די בגדים געטוישט. דערנאך זענען די שיינע בלאנדע געקרייזעלטע פיאות אפגעשניטען געווארן. און די קאפל איז געווארן קלענער און קאלירטער.
ענדליך איין טאג איז אנגעקומען די לאנג ערווארטעטע פאון קאל. עפעס א ישיבה אינדרויסן פון שטאט איז מסכים אים צו רופן אויף א פארהער. מיין זוהן האט שוין נישט געוואלט גיין. שוין א יאר וואס ער האט נישט אריינגעטרעטן אין קיין ישיבה, ער האט שוין לאנג פארלוירן אינטערעסע.
מיר האבן זיך געבעטן ביי אים, ער האט ענדליך מסכים געווען צו קומען.
ער איז אנגעקומען צום פארהער אנגעטוהן מיט דשינס הויזן און א פיצעלע קאפל, זיי האבן געכאפט איין בליק אויף אים און מיר האבן שוין געוויסט די ענטפער וואס קומט נאך פאר זיי האבן געזאגט א ווארט.
אויפן וועג ארויס פון דארט האט שלומי אריינגעווארפן זיין קאפל און די ערשטע גארביטש קען .
די זיסע בחורל מיט לעכטיגע אויגן און געקרייזעלטע פיאות איז געביטען געווארן צו א ביטערע אינג מיט לאנגע האר.
מיינע אויגן זענען געשוואלן רויט, מיין מאנ'ס געזיכט איז אים איינגעפאלן.
איך פלעג זיך אלס ווערטלען איך בין מקנא די מיידל וואס וועט אים באקומען. אבער יענע שלומי עקזעסטירט שוין נישט.
היינט צוטאגס, אדער איז ער איינגעשפארט אין זיין צימער מיט זיין לעפטאפ אדער דרייט ער זיך מיט פרענדס וועם איך וויל אפילו נישט קענען.
די צער און ווייטאג איז אזוי טיעף אז צומאל ווינדער איך מיר וויזוי איך טראג עס אריבער. מיין אוצר איז מיר חרוב געווארן.
את חטאי אני מזכיר, סאיז אמת מיר וואלטן אים קיינמאל נישט געדארפט שיקן אין דעם ישיבה. ער וואלט געדארפט זיין אויף א פלאץ וואו מוואלט אים געלאזט אטעמען. א פלאץ וואס איז מער אויסגעשניטן פאר זיינע געברויכן. אונז האמיר דאס נישט געטוהן און מיר באצאלן יעצט א טייערע פרייז דעפאר.
אבער דאס איז ביי אונז קלאר, אויב די ישיבה זיינע וואלט זיך צו אים אראפגעלאזט און פראבירט פארשטיין וואס זיינע פראבלעמען זענען, און אריינגעלייט אביסעל עקסטערע כוחות צו ארבעטן מיט אים. אדער אפילו אים נאר געהאלטן ביז ער טרעפט א נייע ישיבה, וואלט ער נישט אויסגעזעהן וויזוי ער זעהט היינט אויס.
און פארדעם פארצייל איך אייך די געשיכטע.
אויב איינער וועלט אויס אריינצוגיין אין די פעלד פון חינוך דארף וויסן וויזוי צו האנדלען מיט קינדער וואס זענען נישט פונקטלעך אויסגעשניטען פונעם זעלבען טייג ווי אלע אנדערע. נישט יעדער איז אייניג און נישט פאר יעדן ארבעט די זעלבע וועג. די ארבעט פון א ישיבה איז אויסצוארבעטן א בחור. נישט נאר צו האלטן דעם בחור וואס איז שוין אויסגעארבעט. דאס קען יעדער. אויב קענסטו זי נישט קיין עצה געבן מיט א שווערע בחור איז דיין פלאץ נישט אין ישיבה! און זיכער נישט ראש ישיבה!
איך בעט אלע מחנכים, קוקטס און זעטס וואס דאס מאכט אן! טוטס וואס עטס קענטס צו האלטן דעם בחור בין כותלי הישיבה! דאס זענען וואוילע נשמות. ווען מווארפט זיי ארויס מאכט מען חרוב לעבנס. און דורות וואס קענען ארויסקומען פון זיי.
מיר האפן גלייבן און בעטן אז אונזער זוהן שלומי וועט נאך צוריקומען אמאל. און מיר וועלן נאך זוכה זיין צו זעהן אביסל נחת פונעם.
אויפדערווייל בעט איך פון אלע מחנכים און ראשי ישיבות, פאר עטס נעמטס ווילדע שריט שטעלטס ענק פאר ווי די קינדער זענען ענקער אייגענע, ווייל יעדע פון די בחורים האבן א טאטע און מאמע וואס די הארץ בלוטיגט פאר זייער קינדס וואוילזיין.