בלאט 1 פון 1

פארוואס נישט

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:36 pm
דורך געוואלדיג
דיסקלעימער: איך ווייס נישט פארוואס יא.

נישט געלט האט אויפגעמאכט די שטיבל
צו באשולדיגן א געלט אפער איז א איבל,

מען האט דאס נישט אויפגעמאכט פאר כבוד
עס צו פארמאכן ווען עס איז א דבר האבד,

צו אויפמאכן האט קיינער אונטער געקויפט
מען פארמאכט נישט ווייל מען האט זיך צום שטן געטויפט,

מען האט נישט אויפגעמאכט צו באקומען לייקס
מען פארמאכט נישט ווייל עס איז שוין מותר שייגעץ בייקס,

נישט א דאנק איז געווען די סיבה פון אויפמאכן
נישט כפיות טובה איז א סיבה אויף פארמאכן,

נישט אויף צו הערשן איז די שטיבל מיוסד
אז יעצט זאל מען דארפן דרוקן ריסעט,

די שטיבל האט נישט קיין אנערקענונג געברענגט
אז מען זאל יעצט עפעס ווערן געענגט,

עס איז נישט געווארן געעפנט אויף צו מאכן געלט
אז עס איז יעצט אויס וועלט,

מען האט נישט געעפנט כדי די לייבן זאלן שרייבן
אז עס איז נישטא קיין סיבה צו יעצט אפן בלייבן,

Re: פארוואס נישט

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:54 pm
דורך מפוזרי
איך ווייס אויך נישט פארוואס יא. אבער דאס איז זיכער אז מ'האט יא שטארק געוואלט אז די לייבן זאלן שרייבן. און דאס איז אויך זיכער אז די לייבן האבן געשריבן על סמך די קלארע הבטחה: "אז ס'איז ענקערע פארום". ממילא, א סיבה איז דא, צי ס'וועט אויסמאכן ווייס איך נישט.

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:55 pm
דורך געוואלדיג
נאר ווער עס קען טראכטן אז:

סאטמאר האט די מדינה געשטעלט
כדי דער רבי זיע"א זאל קענען איבערקערן א וועלט,

די ציונים האבן פינאנצירט די נאצישע רציחות,
כדי ארויף צו גיין קיין ישראל זאל זיין א יחוס,

קענעדי סטאלין און היטלער לעבן נאך
און פירן די וועלט מיט א אייזענע יאך,

די טווין טאוערס האט אמעריקא אראפגענומען
ווייל קאנטער ראוואלוציאנערן האבן זיך דארט געפונען,

אייסיס איז אן אמעריקאנער קאנספיראציע
צו קענען אפשטעלן אימיגראציע,

קאדאפי לעבט און לאכט
און פירט נאך ליביע מיט מאכט,

די האלאקאוסט לא היה ולא נברא
נאר די אידן זענען געריבענע חברה,

ארויפפליען צו די לבנה, א הוקוס פוקוס
נאר עולם גולם איז א באנדע באקעס,

אין נארט קאריע איז עכט דא פרייהייט פון ווארט
אונז פארציילט מען נישט דער אמת וואס עס גייט פאר דארט,

נאר אזא איינער וועט יעצט בעת צר מיט א קאלטבלוטיגקייט קומען און שפייען אין פנים פון זיין בעל טובה מיט אלע מאדנע און נארישע טענות.

א דאנק אייך הרב [tag]קעלנער[/tag] אויף ביז היינט, און מיר האפן אויף ווייטער.

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:59 pm
דורך פארשוויגען
געוואלדיג האט געשריבן:[

נאר אזא איינער וועט יעצט בעת צר מיט א קאלטבלוטיגקייט קומען און שפייען אין פנים פון זיין בעל טובה מיט אלע מאדנע און נארישע טענות.

א דאנק אייך הרב [tag]קעלנער[/tag] אויף ביז היינט, און מיר האפן אויף ווייטער.

עת צר
מי הוא זה ואיזהו אשר מלאו ליבו לעשות כן
איש צר ואויב @קעלנער
בשלו כל הצרה הזאת
הוא המתחיל והוא הגומר
הוא הצר הצורר
ובחוצפת נוכלותו שלח לומר
שירחמו עליו כי בא צר
וישכחו כי הוא המיצר
על ידי @געוואלדיג מ@קל חומר

Re: פארוואס נישט

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 2:05 pm
דורך מפוזרי
און נאר איינער וואס האלט אז ווייל ווען דער רבי האט געעפנט די מוסדות האט ער געמיינט טובת הציבור, מעגן די מוסדות רייטן אויפן ציבור לדורי דורות און מ'טאר נישט האבן קיין טענות אויף זיי; נאר דער האלט אז מ'טאר נישט האבן קיין טענות אויף קעלנער'ן. (שטילע האלט טאקע אזוי).

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 2:10 pm
דורך פארשוויגען
פארשוויגען האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:[

נאר אזא איינער וועט יעצט בעת צר מיט א קאלטבלוטיגקייט קומען און שפייען אין פנים פון זיין בעל טובה מיט אלע מאדנע און נארישע טענות.

א דאנק אייך הרב [tag]קעלנער[/tag] אויף ביז היינט, און מיר האפן אויף ווייטער.

עת צר
מי הוא זה ואיזהו אשר מלאו ליבו לעשות כן
איש צר ואויב @קעלנער
בשלו כל הצרה הזאת
הוא המתחיל והוא הגומר
הוא הצר הצורר
ובחוצפת נוכלותו שלח לומר
שירחמו עליו כי בא צר
וישכחו כי הוא המיצר
על ידי @געוואלדיג מ@קל חומר

איך האב באקומען הערות וויל איך קלאר מאכען איך מיין נישט צו אטאקירען הער @קעלנער, מיין תגובה מיינט נאר ארויסצוברענגען דער אבסורד אז ער מאכט אליינס די צרה און נאכדעם האט מען טענות אז מען שטיצט עם נישט בעת צרה. בדרך פאעם אויפ'ן נוסח פון דער אשכול.

Re: פארוואס נישט

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 3:31 pm
דורך טמיר
אינטערעסאנט אז קעלנער שפארט נישט אפ אזאנע אשכולות און ניקים. ס'דערמאנט מיר פון די באקאנטע תומר דבורה אז ה' גיט חיות פארן מענטש בו ברגע וואס ער ניצט עס צו זינדיגן פאר עם

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk