אין האנט האב איך א וואסער מעלאנע געהאלטן
אין א הייסן טאג וואס איז בעסער פון א מאכל א קאלטן,
די קינדער ארום מיר נעמען זיך צונויף
אויפן מעלאנע קוקן זיי ארויף,
טאטעניו, פרעגט מיט וואונדער
משה'לע, איינער פון די קינדער,
די מעלאנע איז אזוי גוט און פיין
וואס זענען די לעכער אין די שטיקל מיין,
פארוואס איז עס נישט גאנץ אן קיין מום
אזוי שיין ארום און ארום.
מיין קינד הער צו און פארשטיי
וועסטו וויסן פשט דערביי,
די לעכער וואס דו זעהסט אלס א מום א חסרון
וועלן דיר פאזיכערן אויף לאנגע יארן,
אין די לעכער זענען קערעלעך געווען
ווי דו קענסט דא אין די זייט זעהן,
זיי גייען אין די ערד גיין
און פון זיי נייע מעלאנעס וועלן זיין,
דאנק השי"ת פאר די לעכער
ווייל זיי וועלן דיר ברענגען העכער.
דאנק השי"ת פאר די לעכער
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
דאנק השי"ת פאר די לעכער
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-