שלום עליכם קאווע שטיבל
-
- מנהל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 14, 2016 8:18 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
שלום עליכם קאווע שטיבל
(א ווארט פון קעלנער)
שלום עליכם טייערע חברים,
אלץ א קאווע שטיבל מעמבער וואס האט ווי פילע אנדערע זייער שטארק נישט געוואלט דאס פלאץ זאל ווערן אפגעשפארט, האב איך באלד אנפאנג ווען קעלנער האט געמאלדן אז ער וויל אויפגעבן זיין מנהל'שאפט און דאס וואלט געמיינט אז דאס שטיבל ווערט פארמאכט, אנגעטראגן מיין גרייטקייט צו שטיין צו הילף מיט וואס נאר מעגליך, און אפילו איבערצונעמען זיין ארט אז דאס פלאץ זאל קענען בלייבן אפן.
עס איז נישט קיין סוד אז די מעלדונג האט ביי א גרויס טייל פון אונזערע מעמבערס געברענגט א טרויער. זעענדיג ווי שטארק דער ציבור וויל באמת אז דאס שטיבל זאל בלייבן אקטיוו ווי ביז יעצט, האט קעלנער באוויליגט מיר צו טרעפן פערזענליך און מיר איבערגעבן די פירערשאפט. און איך בין זייער דאנקבאר אז ער האט געזעהן אין מיר דער פאסיגער מענטש איבערצונעמען די פאזיציע. דערפאר נעם איך עס אויף מיינע פלייצע און פון יעצט און ווייטער וועל איך שטיין בראש און פרובירן אנפילן די שיך פון קעלנער. איך ווייס די אחריות, און איך פארשטיי אז עס איז נישט קיין לייכטע אויפגאבע, אבער וויסנדיג אז די עתיד פון קאווע שטיבל איז אין דעם געוואנדן, האב איך עס גענומען אויף מיר, און איך האף אייך אלע צו קענען באדינען און צופרידנשטעלן.
אין די יעצטיגע צייט ווען מ'מישט איבער א ניי בלעטל בין איך גרייט צו הערן אלע הערות און הצעות מיט וואס מ'קען פארבעסערן קאווע שטיבל. יעצט איז די צייט צו פארשלאגן געדאנקען און עצות ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער שטיבל, פאר סיי וועלכע הערות קען מען זיך ווענדן אין אישי.
ווי עס איז אלעמאל געווען די פלאן פון קאווע שטיבל וועל איך פרובירן צו האלטן די צענזור צו א מינימום, און זיך נישט פארלאזן אויף מיין אייגענע שיקול הדעת, נאר זיך דורכרעדן מיט די אנדערע מנהלים. אויב שפירט איר אז איר זענט געהאנדלט געווארן נישט יושר'דיג קענט איר אלעמאל זיך ווענדן צו מיר פריוואט און איך וועל אייך פרובירן צופרידנשטעלן לויט מיינע בעסטע מעגליכקייטן, און אין איינקלאנג מיט די תקנות פון די גרינדערס פון קאווע שטיבל.
קאווע שטיבל איז פון די ערשטע טאג געווען געשטעלט מיט'ן געדאנק פון אנאנימיטעט, דאס הייסט אז כדי יעדער זאל זיך קענען שפירן באקוועם און שרייבן אלעס וואס ליגט אים אויפ'ן הארצן, קען מען זיך באנוצן מיט א ניק-נאמען, סיי די מנהלים און סיי די מעמבערס, און דאס איז עפעס וואס קומט אויס דאס בעסטע און באקוועמסטע פאר רוב חברים, און טוט שטארק ביישטייערן צו וואס קאווע שטיבל האט זיך ערווארבן דורכאויס די לעצטע פיר יאר. מיר בעטן אלעמען ווייטער צו רעספעקטירן די פריוואטקייט פון אלע מעמבערס צוגלייך.
אן קיין שרייבערס איז נישטא קיין קאווע שטיבל. מיר בעטן אלע וואס האבן הנאה פון די פלאץ און ווילן עס זאל ווייטער האבן אן עתיד ביטע שרייבט, לייקט, קאמענטירט, און האלט דאס פלאץ אקטיוו און פריש, אז אנדערע זאל הנאה האבן און אויך וועלן שרייבן, און קאווע שטיבל וועט ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט בעז"ה.
אייער ידיד,
קאפיטאן

- דער געוואגטער יונגעל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
- האט שוין געלייקט: 1726 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3749 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 719
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1756 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 694 מאל
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
שלום וברכה הער קאפיטאן!
יישר כוח מעומק הלב פארן ראטעווען די מצב. שכרך הרבה מאוד!
ימים על ימי מלך תוסיף וגו'

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1774
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1333 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2194 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3910
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1690 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6327 מאל
- קאנטאקט:
[justify]שלום עליכם הער קאפיטאן,
אלץ אונזער נייע אומערוועלטע באלעבאס, וואס ווי מאנכע האבען ארויסגעברענגט אין פארשידענע אשכולות אין די לעצטע טעג, מיינט דאס אז אלעס וואס מען גייט דא טוהן און שרייבען איז תלוי אין דעם וואס מען טראסט אייך, און מען פארשטייט אז איר זענט די פריוואטע בעל הבית פון שטיבל וואס איז אינגאנצן בארעכטיגט צו טוהן מיט דעם וואס איר ווילט, ביז צו פארמאכען די גאנצע זאך, אדער פארקויפען פאר כל המרבה במחיר, אדער סיי וועלכע שינוי והנהגה כאדם העושה בתוך שלו.
וואלט איך געוואלט לפחות וויסען ווער איר זענט. איך דארף נישט קיין נאמען, עס גייט מיר נישט אן טאמער איר הייסט משה יאנקלוויטש אדער יאנקל חיימאוויטש, נאר בערך פון וואו איר קומט, (למשל חסידיש/ליטוויש, אלט/יונג, בייז אויפ'ן סיסטעם/פרא דער סיסטעם, באבוב 45/באבוב 48, סטוטשין תולדות יהודה/סטוטשין יודקאווסקי, וכדומה, זאכען וואס מען ווייסט דא על הרוב אויף יעדער אנדערע ניק) וואס איז דאס וואס ציט אייך קיין קאווע שטיבל, און וויאזוי איר זעהט דער מטרה און תכלית פון דער פלאץ, לויט וואס איר פלאנט דאס צו פירען.
ווי איך שטעל מיך פאר זענט איר נישט היינט אנגעקומען אויף קאווע שטיבל, וואלט נישט געווען מער ווי גלייך אונז צו פארציילען וואס אייער נארמאלע ניק איז. עס איז נישטא קיין נארמאלע סיבה דאס צו באהאלטען אויזער אז מען זאל אייך נישט קענען האלטען אחראי אויף וואס איר טוהט. ווי אויך וועט דאס אייביג גורם זיין א לזות שפתיים טאמער וועט דער מנהל זיך אריינמישען אויף א געוויסע צד אז ער נוצט אויס זיין כוח צו מעקן למשל דער וואס דינגט זיך מיט עם אין אן אשכול, וויבאלד ער קען דאך זיין יעדער ניק. פאר דער זעלבער סיבה וואלט געווען גלייך צו מאכן א תקנה אז די מנהלים זאלן אלעמאל מודיע זיין טאמער נוצען זיי דאפעלטע ניקס מאיזה סיבה שיהיה.
עס וואלט אויך געווען ריכטיג אז טאמער באקומט איר באצאלט פאר אייער פאסטן זאלט איר דאס מודיע זיין.
אן די מאס מענטשליכקייט בלייבט אלץ ביים אלטן, און ס'נישטא קיין טעם בכלל צו רעדן.
מיט עהרע,
יצחק.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:53 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
יישר כח קאפיטאן פאר׳ן ראטעווען קאווע שטיבל פון אונטערגאנג. זעהט אויס מיין השערה אין דעם תגובה איז נישט ריכטיגע געווען
viewtopic.php?p=324281#p324281
איך וועל מיך ווייטער ענדזשויען מיט קאווע שטיבל.
אבער קאפיטאן משימה גדולה נטלת על שכמך. דו שרייבסט אז ווי אלעמאל וועט מען האלטן די צענזור צו א מינימום. אדרבה! אבער זייער אסאך מאל איז דא וואס די דעת בעל הבית זאגט אז ״פרייהייט פון ווארט״ איז פאר אלעם, ווען צו די זעלבע צייט איז עס א אחריות גדולה עד למאוד כלפי שמיא. איך גיי נישט דא ברענגען קיין משלים, ווייל עס וועט זיך אנהייבן א וויכוח, יעדער האט אנדערע סטאנדארטן.. אבער אויב קאווע שטיבל ברענגט אראפ אפילו איינעם צו זיין נידריגער אין אידישקייט איז עס אויף דיין אחריות. און פארשטייט זיך פארקערט אויך אויב וועט ארויסקומען אז אידן וועלן נתעלה ווערן וועט עס זיין דיין שכר.
איי ריעלי דאונט קער צו איך בין א דעת יחידאה דא, איך האלט אז איבערנעמענדיג די לייצעס זאלסטו דוקא יא קאנסידערן צו האבן א שטייפערע האנט אויף תגובות וואס שמעקן פון פריקת עול, ניבול, ליצנות פון סיי וועלכע סטאנדארט אין אידישקייט. איי ״קאווע שטיבל״ באלאנגט אן קיין צענזור? קאווע שטיבל איז נישט אייגנארטיג דוקא מיט די צענזור חלק - עס האט נאך אסאך גוטע חלקים, נישט צענזורירן תגובות וואס קענען אראפברענגען מענטשן צו נידריגריע דרגות איז א מאסיווע באמאסטישע פאראנטווארטליכקייט.
בברכת צלח ורכב

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
איך ווארף זיך אונטערן נייעם מנהל, וואס דו הייסט וועל איך פאלגן
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 567 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1008 מאל
- mevakesh
- ידיד ותיק
- הודעות: 998
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 764 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 885 מאל
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
ישר כוח הער קאפיטאן פארן אננעמען די שווערע אויפגאבע
איך בין מסכים מיט איין פרט מיט לעקוואד אז עס וואלט געווען א גלייכע זאך צו לאזן וויסן אייער ארגינאלען ניק וואס דורך דעם וועלן מיר קענען בעסער פארשטיין וואס אייער מטרה איז מיטן שטיבל
נ.ב. איך פארשטיי אז עס קען זיין קאמפליצירט דאס צו טוהן אלס גילוי וכדומה אבער פון די אנדערע זייט איז דאס וויכטיג פאר די טראסט

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3542
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5826 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3943 מאל

- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 637 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:[justify]ווי איך שטעל מיך פאר זענט איר נישט היינט אנגעקומען אויף קאווע שטיבל, וואלט נישט געווען מער ווי גלייך אונז צו פארציילען וואס אייער נארמאלע ניק איז. עס איז נישטא קיין נארמאלע סיבה דאס צו באהאלטען אויזער אז מען זאל אייך נישט קענען האלטען אחראי אויף וואס איר טוהט. ווי אויך וועט דאס אייביג גורם זיין א לזות שפתיים טאמער וועט דער מנהל זיך אריינמישען אויף א געוויסע צד אז ער נוצט אויס זיין כוח צו מעקן למשל דער וואס דינגט זיך מיט עם אין אן אשכול, וויבאלד ער קען דאך זיין יעדער ניק.
עס וואלט אויך געווען ריכטיג אז טאמער באקומט איר באצאלט פאר אייער פאסטן זאלט איר דאס מודיע זיין.
אן די מאס מענטשליכקייט בלייבט אלץ ביים אלטן, און ס'נישטא קיין טעם בכלל צו רעדן.[/justify]
איך גלייב אז יעדער אנשטענדיגער מענטש איז מסכים מיט דעם.
נאך פארן זעהן קאפיטאן'ס תגובה, נאר קעלנער'ס הודעה, האט מיר געכאפט דעם קיצל.
און מען האט שוין די טענה געהערט די לעצטע שטיק צייט, סיי יעצט, און ביי ביי די פריערדיגע מערכה, און אויב האט קאפיטאן זיך אונטערנומען די משימה אן נעמען אין חשבון אז מען זאל אים קענען טרעיקן דאס מינדעסטע, לפחות וועלכע ניק ער איז, איז דאס א פרעכע עוולה, און א זדון פון חוסר אחריות. און דאס מיינט אז מען רעכענט זיך נישט מיט ריכטיגע טענות פון חברים דא.
בדרך אגב, שלום רבי יצחק, איך האב געבענקט נאך אייך.
כ'וועל נישט זאגן כהאב אינגאנצען פארגעסן פון דיר, כבאזוך דיין זייטל כסדר.
סאיז אבער נישט מיט דעם אומפארמאלע חן ווי דא אין שטיבל.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3910
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1690 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6327 מאל
- קאנטאקט:
שמעון וואלף האט געשריבן:שלום עליכם [tag]לעיקוואד[/tag]. מ'זעהט אז די האסט שוין לאנג נישט געשריבן. 5 מאל האסטי געדארפט רעדאגירן דיין תגובה
6 מאל. יעצט רעדאגיר דיין תגובה .
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- mevakesh
- ידיד ותיק
- הודעות: 998
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 764 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 885 מאל
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
ריכטיג האט געשריבן:כ'וואלט אויך געקענט באשטיין אביסל פרטים, אבער זיין ניק בין איך איהם מוחל, כ'וויל נישט וויסן ווען איך האב א ויכוח מיט איהם אז ער איז דער מנהל.
אי משום הא קען ער עפענען א נייע ניק פון היינט און ווייטער
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2558 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 983 מאל
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
וואס גייט דיך אהן? דו האסט א פראבלעם זיך צו דינגען מיט למעלה משבעים פון א״וו?
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3940 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3591 מאל
שלום עליכם הער קאפיטאן. יהא בואך לברכה ולהרמת קרן השטיבל!
ניין, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו וויסן ווער איר זענט. ווי לאנג קאווע שטיבל בלייבט שטיין, עס איז ווייטער דא א געשמאקע פלאץ וואו מען קען שמועסן און פארברענגען אינאיינעם, בין איך זייער צופרידן און פרייליך. א גרויסן דאנק פאר'ן איבערנעמען די לייצעס און נעמען אויף זיך די עבודת הקודש. זאל השי"ת אייך שטיין צו די האנט אז איר זאלט מצליח זיין בכל אשר תפנה.
און א באזונדערע דאנק פאר הרב [tag]קעלנער[/tag] פאר די גרויסע איבערגעגעבנקייט די אלע יארן. גאר אסאך האב איך קונה געווען און נהנה געווען פונעם שטיבל, און עס קומט אייך באמת א גרויסער הכרת הטוב.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1529 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1062 מאל
Re: שלום עליכם קאווע שטיבל
mevakesh האט געשריבן:ישר כוח הער קאפיטאן פארן אננעמען די שווערע אויפגאבע
איך בין מסכים מיט איין פרט מיט לעקוואד אז עס וואלט געווען א גלייכע זאך צו לאזן וויסן אייער ארגינאלען ניק וואס דורך דעם וועלן מיר קענען בעסער פארשטיין וואס אייער מטרה איז מיטן שטיבל
נ.ב. איך פארשטיי אז עס קען זיין קאמפליצירט דאס צו טוהן אלס גילוי וכדומה אבער פון די אנדערע זייט איז דאס וויכטיג פאר די טראסט
אדרבא איך וויל נישט וויסן ווער דער הער קאפיטאן איז ביי מיר איז ער א בלענק טשעק מיט א גוטע קרעדיט