בלאט 1 פון 2

די היגס באסאן פארטיקל

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 8:26 pm
דורך יידל
עס איז מעגליך אז מען האט שוין געפונען דעם היגס באסאן פארטיקל!

די ענדגילטיגע רעזולטאט וועט געמאלדן ווערן לייוו, יולי 4, 3 AM איסטערן דעילייט טיים, דא http://webcast.web.cern.ch/webcast/

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 6:57 pm
דורך שרגא
יידל האט געשריבן:עס איז מעגליך אז מען האט שוין געפונען דעם היגס באסאן פארטיקל!

די ענדגילטיגע רעזולטאט וועט געמאלדן ווערן לייוו, יולי 4, 3 AM איסטערן דעילייט טיים, דא http://webcast.web.cern.ch/webcast/


יא, אלע ווארטן מיט שפאנונג צו זען אויב דער טעאריע גייט זיך טאקע ארויסשטעלן אלס פאקט.
מ'מעג נאר באמערקן אז מ'גייט גארנישט "זען". דעם עצם פארטיקל איז נישט מעגליך צו "זען". עס איז נישט אז מען זוכט א שטויבעלע אין א בארג זאמד, נאר מען פרובירט טרעפן איר אנוועזנהייט צווישן די ריזיגע צאל אינפארמאציע וואס ווערן ארויסגעשפיגן ביי די עקספערימענטן אין יענעם קאליידער. זיי זאגן אז עס עקזיסטירט פאר א ביליאנסטל פון א ביליאנסטל פון א ביליאנסטל פון א סעקונדע (נישט אז עס מאכט איינעם אויס אויב מען לייגט צו איינס אדער מ'נעמט אראפ איינס, אבער עס איז לכ' גאנץ א קליינע צייט...) און דאן איז עס פארטיג. פרובירן די וויסנשאפטלער וואס שמעטערן דארט אריין אטאמישע פארטיקלס איינס אין אנדערן מיט א משוגענע ספיד צו דורכזיפן די אינפארמאציע און זען אויב אינמיטן איז נישט דער היגס פארטיקל געשאפן געווארן פאר א ביליאנסטל פון א ביליאנסטל וכו' פון א סעקונדעלע. ווי עס קוקט אויס האבן זיי דאס שוין געטראפן און מארגן וועלן מיר הערן דערוועגן און ווי זיכער זיי זענען. מעגליך וועלן זיי זאגן למשל אז עס איז טאקע דא א שאנס איינס אין 1000 אז עס איז נישט דאס געווען, אבער גענוג זיכער פאר יעדן צו פייערן זיג.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
[quote="שרגא"][quote="יידל"]עס איז מעגליך אז מען האט שוין געפונען דעם היגס באסאן פארטיקל!

איך פרעג אפשר ווי אן עם הארץ, אבער וואס איז פשט פון די נאמען היגס באסאן, און פארוואס האב איך געזעהן רופן עס אנדערע "די געטליכע פארטיקל" (החלקיק האלוקי - ענדליך ווי להבדיל התנא האלקי) וואס איז פשט פון דעם? וואס איז דאס געטליך? מיינען זיי עס ערנסט אז כאילו אנטדעקן די דאזיגע גרויסע כח וועט מסביר זיין געטליכקייט און סודות הבריאה, אדער איז עס א בלויזע מליצה'לע, טאקע ווי התנא האלקי?
עס איז צום שטוינען ווי אידן דא אין שטיבל האבן ידיעות אין יעדע איינציגע נושא, פון פראקטישע עצות ווי צו דינגען א קאר, קריטיקירן א רבי, חוזק מאכן פונעם "סיסטעם..", דערגרונטעווען אין די געהיימניסן פון אונטערן פרגוד, ביז די היגס באסאן פארטיקל. איך שיק אייך אלע איין גרויסע לייק, און ביטע ערקלערט מיר אביסל מער איבער די פארטיקל.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 7:37 pm
דורך געפילטע פיש
קופערניקוס האט געשריבן:איך פרעג אפשר ווי אן עם הארץ, אבער וואס איז פשט פון די נאמען היגס באסאן, און פארוואס האב איך געזעהן רופן עס אנדערע "די געטליכע פארטיקל" (החלקיק האלוקי - ענדליך ווי להבדיל התנא האלקי) וואס איז פשט פון דעם? וואס איז דאס געטליך? מיינען זיי עס ערנסט אז כאילו אנטדעקן די דאזיגע גרויסע כח וועט מסביר זיין געטליכקייט און סודות הבריאה, אדער איז עס א בלויזע מליצה'לע, טאקע ווי התנא האלקי?

די היגס באסאן איז א חלק פונעם סטענדערד מאדעל אין פארטיקל פיזיקס, א באסאן איז א מין סאב אטאמישע פארטיקל, וואס האט באקומען די נאמען פועם אינדיאנער פיזיקער פרופ' באוז, און די נאמען היגס קומט פון פרופ' פיטער היגס, איינער פון די סייענטיסטען וואס האבן מחדש געווען די הייפאטעסיס פון דעם פארטיקל.
על רגל אחת, וואס האט זיי געמאכט זוכן דעם פארטיקל איז ווייל זיי האלטן אז דאס איז וואס געט פאר אלע אנדערע עלעמענטרי פארטיקעלס זייער מעסס.

דעם נאמען די גאט פארטיקל, (וואס האלוקי איז נישט די ריכטיגע אפטייטש, האלוקי איז געטליך, נישט גאט) האט איר פרופ ליאן לעדערמאן אין זיין בוך "די גאט פארטיקל: אויב די יוניווערס איז דער ענטפער, וואס איז די פראגע?" און האט געזאגט אז די סיבה פארוואס ער האט איר געגעבן דעם נאמען איז ווייל איר עקזיסטענס איז אזוי וויכטיג פאר אונזער פארשטאנד צו פיזיקס, דאך אזוי פארהוילן.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 7:42 pm
דורך יידל
קופערניקוס האט געשריבן:


איך פרעג אפשר ווי אן עם הארץ, אבער וואס איז פשט פון די נאמען היגס באסאן, און פארוואס האב איך געזעהן רופן עס אנדערע "די געטליכע פארטיקל" (החלקיק האלוקי - ענדליך ווי להבדיל התנא האלקי) וואס איז פשט פון דעם? וואס איז דאס געטליך? מיינען זיי עס ערנסט אז כאילו אנטדעקן די דאזיגע גרויסע כח וועט מסביר זיין געטליכקייט און סודות הבריאה, אדער איז עס א בלויזע מליצה'לע, טאקע ווי התנא האלקי?
עס איז צום שטוינען ווי אידן דא אין שטיבל האבן ידיעות אין יעדע איינציגע נושא, פון פראקטישע עצות ווי צו דינגען א קאר, קריטיקירן א רבי, חוזק מאכן פונעם "סיסטעם..", דערגרונטעווען אין די געהיימניסן פון אונטערן פרגוד, ביז די היגס באסאן פארטיקל. איך שיק אייך אלע איין גרויסע לייק, און ביטע ערקלערט מיר אביסל מער איבער די פארטיקל.

אייגענטליך, די פיזיקער האבן נישט ליב דעם ניקנאמען "די גאט פארטיקל" וועלכע די מידיא האט געגעבן. זע דא.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 7:48 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:ער האבן נישט ליב דעם ניקנאמען "די גאט פארטיקל" וועלכע די מידיא האט געגעבן. זע דא.

יא, די פיזיקער לייק'ן נישט דעם נאמען ווייל די נאמען לייגט צו סאך געוויכט אויף דעם פארטיקל, ווען למעשה איז דאס נישט די ענגילטיגע ענפער אויף אלעם, און אפילו אויב טרעפט מען דאס יא בלייבט נאך איבער אסאך אומפארענפערטע שאלות.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 7:58 pm
דורך שרגא
קופערניקוס האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:עס איז מעגליך אז מען האט שוין געפונען דעם היגס באסאן פארטיקל!

איך פרעג אפשר ווי אן עם הארץ, אבער וואס איז פשט פון די נאמען היגס באסאן, און פארוואס האב איך געזעהן רופן עס אנדערע "די געטליכע פארטיקל" (החלקיק האלוקי - ענדליך ווי להבדיל התנא האלקי) וואס איז פשט פון דעם? וואס איז דאס געטליך? מיינען זיי עס ערנסט אז כאילו אנטדעקן די דאזיגע גרויסע כח וועט מסביר זיין געטליכקייט און סודות הבריאה, אדער איז עס א בלויזע מליצה'לע, טאקע ווי התנא האלקי?


יא, א פשוטע מליצה. פונקט ווי גאט ב"ה איז דער צענטער פון אלעמען, אזוי איז דער פארטיקל אין א געוויסן זין דער צענטער פון די בריאה.
דער פארטיקל קען העלפן פארשטיין פארוואס אביעקטן אין אונזער אוניווערס האבן בכלל א געוויכט, די פארטיקל געט די עצם מעס. (אויב וואלטן מיר נישט געהאט קיין מעס, וואלטן מיר נישט געקענט עקזיסטירן, פארשטייסטע מעך? אויך נישט די הימלען, די שטערנס און אלעס אנדערש.) עס איז ווי א געוויסע אומזעבארע קראפט וואס מאכט אז אנדערע פארטיקלס זאלן קומען צום עקזיסטענץ.
דער פארטיקל פעלט זיך אויס צו דערגענצן דעם בילד וויאזוי אלע יסודותדיגע פארטיקלס "שאפן" א וועלט, לויט ווי עס ווערט פארשטאנען דער סיסטעם אין דעם "סטענדערד מאדעל". דעריבער אויב די טעאריע אז עס מוז זיין אזא פארטיקל שטעלט זיך ארויס אלס רעאליטעט, איז עס א שטארקע פארשריט און א סימן אז מען גייט אויפ'ן גוטן ריכטונג, אפילו עס בלייבט נאך אסאך צו וויסן, אפילו וועגן די נאטור פון דעם היגס פארטיקל אליין. אבער עס איז ווי צו זאגן אז מען פארשטייט שוין אלע אינגרידיענטס פון וואס דער קעיק איז צוזאמגעשטעלט. און אז עס איז ביים שפיץ פונעם עקזיסטענץ, האט מען אים א נאמען געגעבן "גאט", געבארגטערהייט.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 8:06 pm
דורך יידל
סערן (cern) האט בטעות פריצייטיג געליעקט א ווידעא וועלכע טוט האלב באשטעטיגן דעם עקזיסטענץ פונעם היגס באסאן פארטיקל. (מקור)

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 11:08 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:עס איז מעגליך אז מען האט שוין געפונען דעם היגס באסאן פארטיקל!

די ענדגילטיגע רעזולטאט וועט געמאלדן ווערן לייוו, יולי 4, 3 AM איסטערן דעילייט טיים, דא http://webcast.web.cern.ch/webcast/

קאנפירמד.
לינק זיי ברענגען א ווידיא פון הרב היגס אליין.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 11:21 pm
דורך יידל
פראפעסאר היגס סאונדט זייער מרוגש.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 11:35 pm
דורך יידל
פיזיקער אין סערן'ס לעבאטאריע אין שווייץ פאטשן פאר פרייד ווען די נייעס איבער דעם ניי-אנדעקטע פארטיקל איז אפיציעל געמאלדן געווארן:
higgs-applause.jpg
higgs-applause.jpg (84.25 KiB) געזען געווארן 3193 מאל

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:03 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
קופערניקוס האט געשריבן:און ביטע ערקלערט מיר אביסל מער איבער די פארטיקל.


דער ענטפער אין א ווארט איז: ס'איז געווען די לעצטע זאך וואס האט געפעלט פון דער סטאנדארד מאדעל (=די טעאריע פון דער סטרוקטור און פונקציעס פון דער סובאטאמישער וועלט). די טעאריע האט פארגעזאגט אזא פארטיקל, און יעצט, אז מען האט אים געפונען, איז די טעאריע פולשטענדיג באשטעטיגט געווארן.

דער עטוואס צעברייטערטער ענטפער: יעדער אטאם איז צוזאמגעשטעלט פון קלענערע חלקים, סוב-אטאמישע פארטיקלען. יעדער פון די סוב-אטאמישע פארטיקלען האט זיך זיין פונקציע, זיין אייגנשאפט. די סוב-אטאמישע פארטיקלען קאמוניקירן צווישן זיך -- טוישן אויס אינפארמאציע.

איינע פון די אייגנשאפטן וואס רוב(?) סובאטאמישע פארטיקלען האבן, איז מאסע (MASS). מאסע איז די "סובסטאנץ" וואס גיט עפעס געוויכט. א פאוטאן, וואס איז דער פארטיקל וואס טראגט ליכט, האט 0 מאסע און וועגט דערפאר גארנישט.

די פארטיקלען באקומען זייערע אייגנשאפטן פון אנדערע פארטיקלען. פאר כמעט אלע פונקציעס און כוחות פון דער סובאטאמישער וועלט ווייסט סייענס וועלכער פארטיקל איז דער אחראי פאר יענעם כוח/אייגנשאפט. די טעאריע פון דעם סטאנדארד מאדעל, וואס האנדלט מיט די סובאטאמישע פארטיקלען, דיקטירט אז עס מוז זיין א פארטיקל, דער "היגס באוזאן", וועלכער איז דער וואס גיט מאסע צו די פארטיקלען. די עקזיסטענץ פון דעם פארטיקל איז א מוז, כדי די טעאריע זאל שטימען. דער היגס באוזאן איז געווען דער לעצטער פרט וואס האט נאך געפעלט אז די טעאריע זאל באשטעטיגט ווערן. מען זוכט אים שוין זינט די 60ער יארן. און דערפאר, די גרויסע שמחה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:29 pm
דורך יידל
פ"'ק שפתים ישק!

אגב, איך וואלט דיר געגעבן אן עקסטערע לייק פאר דיין חתימה...

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 8:39 pm
דורך שרגא
זה היום עשה וכו' נגילה ונשמחה בו. וואו זענען די קינדער מיט די ווייסע העמדער? עס איז געקומען דער גליקליכער טאג ווען מען האט באשטעטיגט (אקעי, נישט באשטעטיגט, נאר 99.9935, אדער ענליך) דעם היגס (עכ"פ זיכער עפעס פון יענע משפחה).

פשוט קאמפליצירט, איך גלייך זייער דיין חתימה... (מיינט דאס יעצט אין דער ענדע אז איך גלייך דיינס אדער מיינס? אריין אין חידה אשכול. און אגב גרייט שוין אן א פלאן אין פאל עס שמעקט מיר אן אן אנדערע וואס גלייכט דיר נישט...) און יידל, א דאנק פאר'ן מיר אויפמערקזאם מאכן דערוועגן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
איר קענט אוודאי די מדרש אויפן פסוק ואהבת לרעך כמוך אני ה', א משל צו איינער וואס איז געווען ערב וכו' וכו' א גאנצע מעשה, און די צוויי חברים האבן זיך גע'טענה'ט יעדער האט געהאלטן אז אים קומט זיך מיתה, זאל דער צווייטער לעבן, האט דער קעניג געזאגט ער וויל זיין א דריטער אין די חבורה, דאס זאגט די פסוק ואהבת לרעך כמוך - אז אידן האבן זיך ליב, איז אני ה', וויל גאט אויך זיין אין די חבורה.
כלפי מה הדברים אמורים, מיר זענען זיך דא צוזאמענגעקומען היינט נאכט..... ניין, סארי, איך בין געווארן דרשנ'דיג.
כלפי מה הדברים אמורים, קוקט אויף מיין חתימה, עס איז פשוט נישט אזוי קאמפליצירט עס צו פארשטיין.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 9:25 am
דורך יידל
א שיינע טשארט וואס איז מסביר אביסל וואס מ'האט געזוכט און וואס מ'האט געטראפן:

בילד

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 3:07 pm
דורך יידל
הרב נתן סליפקין האט פובליצירט א פאוסט אויף זיין בלאג מיטן קעפל "די היגס-באסאן און גאט" ווי ער איז מסביר די קשר צווישן אידישקייט און דאס געפונס פונעם היגס-באסאן פארטיקל. ליינט און האט הנאה!

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 10:03 am
דורך יידל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=j50ZssEojtM[/youtube]

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 10:26 am
דורך יידל
שרגא האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:עס איז מעגליך אז מען האט שוין געפונען דעם היגס באסאן פארטיקל!

איך פרעג אפשר ווי אן עם הארץ, אבער וואס איז פשט פון די נאמען היגס באסאן, און פארוואס האב איך געזעהן רופן עס אנדערע "די געטליכע פארטיקל" (החלקיק האלוקי - ענדליך ווי להבדיל התנא האלקי) וואס איז פשט פון דעם? וואס איז דאס געטליך? מיינען זיי עס ערנסט אז כאילו אנטדעקן די דאזיגע גרויסע כח וועט מסביר זיין געטליכקייט און סודות הבריאה, אדער איז עס א בלויזע מליצה'לע, טאקע ווי התנא האלקי?


יא, א פשוטע מליצה. פונקט ווי גאט ב"ה איז דער צענטער פון אלעמען, אזוי איז דער פארטיקל אין א געוויסן זין דער צענטער פון די בריאה.

אינטערעסאנטע זאך האב איך געזען אז ליאן לעדערמאן, מח"ס "די גאט פארטיקל" פון וואו די נאמען שטאמט האט געזאגט אז מעיקרא האט ער עס געוואלט א נאמען געבן "די גאדעמנד פארטירל" צוליב די שוועריקייט וואס מ'האט געהאט איר צו טרעפן. דער עדיטאר פונעם בוך האט אבער געהאלטן אז אזא נאמען איז צו רייסעריש און ער האט פארגעשלאגן מ'זאל רופן דעם בוך די גאט פארטיקל אנשטאט די גאטדעמנד פארטיקל.

וויקיפעדיע האט געשריבן:Lederman said he gave or his editor gave the nickname "The God Particle" because the particle is "so central to the state of physics today, so crucial to our final understanding of the structure of matter, yet so elusive," but jokingly added that a second reason was because "the publisher wouldn't let us call it the Goddamn Particle, though that might be a more appropriate title, given its villainous nature and the expense it is causing."

ווער וועט באקומען די נאבל פרייז פארן טרעפן די היגס באסאן

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 7:50 pm
דורך יידל
קודם כל, א גרויסן ייש"כ פאר די הנהלה וועלכע איך האב געבעטן אפצוטיילן אלע הודעות איבער דעם היגס באסאן אין א באזונדערן אשכול, און זיי האבן מיר תיכף ומיד צוליב געטון.
איצטער צום ענין: ווער גייט באקומען די נאבל פרייז פארן געפונס פונעם היגס באסאן? עס איז קלאר אז איינער גייט עס באקומען, און אפשר אפילו אפאר די נאבל פרייז קען גיין פאר דריי מענטשן אדער פאר א גרופע. די נאבל פרייז און פיזיקס איז אבער נאך נישט געגעבן געווארן קיינמאל פאר א גרופע ביז היינט. אין אן אינטערוויו מיט בי בי סי האט סטיווען האקינגס געזאגט אז לדעתו קומט זיך עס פאר פיטער היגס, דער וואס איז אויפגעקומען מיט די טעאריע פאר דרייסיג יאר צוריק. די פראבלעם איז אבער אז פיטער היגס איז ווייט פון דער איינציגסטער מענטש אדער אפילו דער וויכסטיגסטער מענטש וואס האט געהאלפן פיזיקס אנצוקומען צום שטאפל ווי זי האלט היינט. הונדערטע, אויב נישט טויזענטע פיזיקער האבן צוגעהאלפן פיזיקס גיין פאראויס מיט זייערע שטודיעס, פארשונגען און אנאליזן. איבער 5000 סייענטיסטן האבן ארויסגעהאלפן און געארבעט אינעם LHC (לארדזש היידראן קאליידער - גרויסע היידראן צוזאם שטויסער). מאנכע שפעקולירן אז "סערן" וועט באקומען די קאלעקטיווע נאבל פרייז.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 7:38 pm
דורך פארשטאנד
למעשה איז דאס די ענטפלעקונג פונעם יאר-הונדערט, כדי עס אביסל בעסער מסביר זיין האב איך געזעהן עטליכע גייען מיט די משל, א ליידיגע טאץ/פלעיט טראכט אז דאס איז די יוניווערס פאר עפעס געשעהט ד.ה. פאר בריאת העולם, יעצט ווען אלע פארטיקלס וואס גייען עווענטועל צוזאמשטעלן די וועלט וכל מה שבו זענען שוין דא, אין אונזער משל טראכט פון קליינע טאבעס וואס לויפן אייניג ארום אינעם טאץ, טוען אבער נאך אלע נאך אלס לויפן מיט די זעלבע שנעלקייט די שנעלקייט ווי ליכטיקייט, יעצט נעם זאלץ אדער צוקער און גיס עס ארויף אויפן טאץ און גראב אריין א חלק פון די פארטיקלס/באליס אין די זאלץ, א חלק לאז ווייטער פריי ארומלויפן, קומט אויס אז די זאלץ איז,דאס וואס מאכט די פארטיקלס אז זיי זאלן האבן א אפהאלט און נישט ארומפליען, און מציאות איז דאס די היגגס באסאן וואס פילט אן די גאנצע יוניווערס און מאכט אז געוויסע פארטיקל וואס איטערעקן מיט די היגגס באסאן זאל באקומען זייער מעסס, משא"כ די פארטיקלס וואס אינטערעקטן נישט מיט די היגגס באסאן זיי גייען ווייטער פראנק און פריי אדער און אנדערע ווערטער זיי פארמאגן נישט קיין מעסס

Large Hadron Collider

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:38 pm
דורך ידען
נארמאל וואלט איך געפרעגט מיינע שאלות אינעם ״זאכן וואס כ׳וויל וויסן״ אשכול, אבער ווייל דאס איז איינער פון די שטארקע וויסענשאפטלעכע פראיעקטען , לייג איך עס אין א עקסטערע אשכול.

איך ווייס נישט קיין סאך וועגן דעם נאר אז עס שטופט שטארק פארטיקעלס. אבער עס איז אסאך מאל אין די נייעס אויסער אין די היימישע פעפערס. אפשר איז עס א פראבלעם פאר אידישקייט לויט די דעת תורה פון די צייטונגס שרייבער?

קען איינער מער מסביר זיין וואס דאס מיינט און וואס איז די ציהל פון אויסגעבן ביליענס פאר דעם?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:29 pm
דורך געפילטע פיש
דאס איז דאך ווי אזוי מ'האט געטראפן די היגס באסאן!

ס'איז די וועלטס גרעסטע פארטיקען אקסעלערעיטער, א גרויסע טונעל אונטער די ערד אויף געוויסע פלעצער איבער 500 פיס טיעף, א היקף פון 17 מייל, און ס'קעפינט זיך אין ג'עניווע, שווייץ. געבויעט האט דאס CERN, א קאלאביראציע פון איבער צען טויזענט סייענטיסטען פון איבער הונדערט לענדער.

די היימישע צייטונגען שרייבען נייעס פון פיזיקס? איך לייען זיי נישט, ווייס איך נישט.