א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2016 11:30 pm
[justify]הגר"א מילער זצ"ל איז לכאורה געווען איינע פון די לעצטע תורה סקאלערס וואס די וועלט האט לעצטענס געזען. איינע פון די טאלאנטן פון הרב מילער איז געווען די באוויסטע Q&A סעריעס - די חידוש איז געווען וויאזוי ער האט ספאנטאן געהאט א טיפע ענטפער אנע זיך דארפן צוגרייטן פון פריער. זיינע ענטפערס זענען ארויפגעפאלן אויפן קשיא ווי א הענטשוך אויף א האנט. שנעל, רוב מאל קורץ, און זייער טיף. אסאך פון זיינע ענטפערס און מחשבות פארדינען לאנגע באזונדערע אשכולות, אזוי ווי מיר זעען טאקע, פעלן טאקע נישט קיין אשכולות איבער דעם תורה ריז.
איך האב מיך אנגעקלאפט אין איינע פון זיינע ענטפערס, און איך האלט אז דאס דארף א דרינגליכער אפשאצונג.
קשיא: פארוואס דארף זיין די איבערגעגעבנקייט פאר "דער באשעפער און די תורה" מער איבער אלע אנדערע צילן?
ענטפער: איך וועל עפעס פרעגן יעדעם איינעם פון דא אליבא דנפשיה, יעדער לויט זיין אייגענע ווערטער. עס איז דא א מענטש וואס איז איבערגעגעבן צו בלומען, ער האט ליב בלומען, אדער ער האט ליב פויגל. דאס איז זיין גאנצע לעבן. סא אונז גיימיר אים פרעגן: קוק, דו גייסט נישט לעבן מער פון 120 יאר, סא וואס גייסטו פארדינען פון די בלומען צום סוף פון דיין לעבן? זיי גייען דיך באערדיגען צווישן בלומען? די פויגל וועלן קומען זינגען העכער דיין קבר? דו וועסט וויסן בכלל וואס טוט זיך? וואס גייסטו פארדינען פון א לעבן וואס איז געווען מאטיווירט פאר בלומען? אדער א לעבן מאטיווירט פאר מוזיק? אדער א לעבן מאטיווירט פאר עבודה זרה? אדער א לעבן איבערגעגעבן לאמיר זאגן ארום צו פארן שטודירן? א לעבן איבערגעגעבן פאר סייענס? וואס גייסטו ארויסנעמען פון זיי? זענען זיי דיר מבטיח אין דיין סייענס טעקס בוך, אז ווען דו גייסט שטארבן גייסטו גראדאירן צו א יוניווערסעטי וואו דו גייסט דארט לערנען פאר די קומענדע מיליאן יאר? קיינער איז דיר גארנישט מבטיח דארט. אלעס וואס זיי זענען דיר מבטיח איז A Hole in the ground A hole in the ground!
וואס זענען מיר מבטיח? אונז זענען אים מבטיח עפעס אנדערש. לאמיר זאגן דו ווייסט נישט די אמת, אבער איז עס דען נישט ווערט צו געמבלען אויף דעם? נאך אלעם, וואס וועסטו פארדינען? א A hole in the ground סא דו מוזט אויסוועלן, אדער וועל דיר אויס א A hole in the ground אדער וועל דיר אויס א אינערליכן לעבן.
לאמיר זאגן דו ווילסט א אינערליכן לעבן, איז אבער א A hole in the ground זיכער נישט א אינערליכן לעבן. דאס איז א ודאי, און דאס איז א ספק. סא דו מעגסט נעמען א טשענס, דו גייסט גארנישט פארלירן, עס איז אזוי פשוט ווי עס איז. אבער גארנישט וועסטו פארדינען ווען די צייט וועט קומען, יעדער איינער דארף זאגן Goodbye פאר די וועלט. יעצט, איז עס וויכטיג צו וויסן וויאזוי דו לעבסט אין די וועלט? איז עס וויכטיג ווי סאך פאן דו האסט געהאט אין די וועלט? יא עס קומט צו אן ענדע, מענטשן ווערן אלט, אויסגעוועטשט, און קראנק. אלעס ווערט גרוי און זויער, ביז עס ווערט אש פון זיי. סא עס איז אלעס גארנישט, אלעס איז גארנישט. זכרונות און גארנישט. דו נעמסט נישט מיט קיין זכרונות מיט דיר. סא די שאלה איז, וואס גייט געשען מיט דיר נאך דיין קבר? סא אלע איסלאמישע זאגן דיר אז נאך דיין קבר וועסטו זיין אזוי טויט ווי א נאגל פון א טיר. אבער אונז זאגן אז נאך דיין קבר וועסטו נישט זיין אזוי טויט ווי נאגל פון א טיר. עס איז דא א מאסיווער ברענעדיגן גיהנם וואס ווארט אויף דיר פארן פאברענגן דיינע יארן. אה, זיכער, עס איז דא א משפט. פארוואס האסטו נישט אויסגענוצט דיין לעבן עפעס צו מאכן פון דיר? פארוואס האסטו נישט הנאה געהאט פון דיין אייגענע אמונה? פארוואס האסטו נישט פראבירט צו זען די אמת אין די וועלט, וואו דו קענסט זען די הענט פונעם אייבירשטען. און עס איז אוממעגליך פאר א מענטש צו נוצן זיינע אויגן און עס פארבלענדן און לייקענען אז עס איז דא קלוגשאפט אין די וועלט. דו האסט זיך אויסגעדרייט דיין ריקן אויף זאכן וואס איז געווען עוועילעבל, און דו האסט אויסגעוועלט שטותים, ליידיגע זאכן. סא דו דארפסט וויסן, נישט נאר איז דיין קבר דיין ענדע, נאר די קבר איז די אנהייב פון די עונש.
יעצט, ווען איינער הערט דאס, אויב ער גייט איגנארן די אלטערנאטיוויס, און ער וועט זאגן איך וועל צומאכן מיינע אויגן, און איך וועל אוועקווארפן אלעס און איך וועל אויסוועלן מיט דעם אלעמען A hole in the ground. איז אלע אזעלכע רעליגיעזע מענטשן להבדיל קלייבן למעשה אבער נישט אויס A hole in the ground, זיי זענען איבערגעמאכט דורך זייערע לערער, אז ״זיי האבן אויך א אינערליכע לעבן״. יעצט, אונז גייען מיר נישט זיי אויפמאכן, דאס איז נישט אונזער ארבעט צו רעדן צו די גויים, און זאגן אז זיי זענען פאלטש.
אינעם קאראן וועסטו אויפמישען די בלעטער, וועסטו זען אז די קאראן זאגט אז ווען פרעה, אין די צייטן ווען די אידן זענען געווען אין עגיפטען, האט פרעה געזיכט איינעם מיט וועם זיך אדורך צו רעדן וואס צו טון מיט די אידן. סא ער האט אריינגערופן א קאנסלאר מיטן נאמען המן. פרעה האט אריינגערופען המן אלס עדווייזער. איר פארשטייט וואספארא היסטארישע מענשטן זיי זענען געווען. איך האב געמיינט אז עס איז געווען א טעות, אבער איך האב אריבער געמישט אפאר בלעטער שפעטער, און ער ווערט נאכאמאל דערמאנט המן! עס איז האר אויפשטעלנד! עס איז אזוי קראנק ווי עס קען זיין! אבער די גויים זענען נאריש, און זיי פראבירן זייערע בעסטע היינט, צוזאמען מיט זייערע פראפעסערס און פיסטע לערערס איבערצושטיקלען היסטאריע. אבער עס איז צו שפעט, עס איז שוין געשריבן שווארץ אויף ווייס.
אבער א איד וואס קוקט אויף די וועלט און זעט שטענדיג די האנט פונעם אייבירשטען אין די נאטור. וואונדער איבער וואונדער! פארוואס זענען די שארפע ציינער אין פראנט פונעם מויל? איז עס א אינצידענט אז דו האסט שארפע ציינער אין פראנט? איך האב גערעדט צו א דענדטיסט, און אים געפרעגט: וויפיל מיילער האסטו שוין געזען? האט ער געזאגט טויזענטער מיילער. האב איך אים געפרעגט: האסטו שוין געזען די שארפע ציינער אין די בעק? ניין, האט ער גאזאגט, אייביג אין די פראנט. האב איך אים געפרעגט 'פארוואס? האט ער געזאגט: וואס מיינסטו צו פרעגן, אויב די שארפע ציינער וואלטן געווען אין די בעק, און די באק ציינער אין פראנט וואלט מען נישט געקענט עסן. דו דארפסט האבן די שארפע ציינער אין פראנט צו קייען די עסן. נאכדעם קומט די צינג און שטיפט עס אריין אין די האלדז, און עס איז קיינמאל נישט פארקערט. יעצט, דו האסט געקוקט אין טויזענטער מיילער, דו נארישער דענטיסט, האסטו נישט געזען אז עס איז די האנט פונעם אייבירשטען? וויאזוי קען אזא פלאן זיין פראגאמירט אין די דזשינס פון די קליינע אומגעבוירענע קינדער. אין יעדעם איינעם איז דא דעם פראגרעם, אזוי ווי אין א קאמפיוטער. סא דו זעסט אז עס איז דא א פלאן, עס איז נישט קיין צופאל.
למשל מען וואלט געלייגט א מאלפע ביי א טייפריידער, לאמיר זאגן, מיליאן מאלפעס ביי מיליאן טייפריידערס, און דו וועסט זאגן, חברה! הייבטס אן ארבעטן! סא זיי נעמען זיך צוהאקן אוועק, וועלן זיי אמאל אויפקומען מיט א פראזע ווי "Dog bites cat? קיינמאל נישט! אין ביליאן יאר פון האקן וועט קיינער נישט מצליח זיי צו מאכן א פראזע פון Dog bites cat. אזא פשוט'ער מושג, אן קיין פיליזאפיע, קענסטו ניטאמאל ביי א טעות מאכן עפס ניצבאר. סא וויאזוי קענסטו מאכן ביי א טעות א ציין? יעדער קען זען די האנט פונעם אייבירשטען אין די נאטור. זיי ווילן עס נישט זען, זיי זענען רשעים גמורים! און דאס איז פארוואס זיי גייען אלע גיין אין גיהנם. עס איז נישט דא קיין שום התנצלות פאר דעם, דעפאר ווען דו קוקסט אויף די תורה קעסטו דיפענדען יעדער ווארט פון די תורה. קיינער האט קיינמאל נישט געקענט אוועק שטיפן א ווארט פון די תורה. די תורה איז געשריבן געווארן אין אזא וועג אז עס איז גאראנטירט אמת. און אויב פארשטייסטו דאס נישט, פראביר עס אויסצוגעפונען. דערפאר ווען א איד קלייבט אויס, אידישקייט איבער קאמאניזעם, אדער איבער ליעבערליזאם, טוט ער א קאמען סענס, אלעס איז בעסער פון א A hole in the ground
[center]***[/center]
אלזא, הרב מילער נעמט דיך אויף א רייזע, וואו ער זאגט, אז דו האסט פאר דיך א ודאי און שמא. ובחרת בשמא. די 'שמא' איז אונזערע אידישקייט - און עס לוינט צי נעמען א געמבעל, ווייל דו ווייסט נישט דעם אמת. און די 'ודאי' איז די hole in the ground. נאכדעם איז ער דיר מסביר פארוואס די וועלט איז 'ודאי', פארוואס די וועלט איז זיכער א hole in the ground.
די איבריגע טייל פון זיין ענטפער באציהט ער זיך אז עס איז דא א באשפער, קיינער קען נישט מאכן א מאלפע טייפן, קיינער קען נישט מאכן אזאנע קליגע ציין. יעצט, אויף די צווייטער טייל פון די ענטפער, כאפ איך נישט פונקטליך וואס דאס האט מיט די קשיא. די קשיא איז נישט אויב עס איז דא א ג-ט. די קשיא איז פון וואנעט ווייסטו אז אידישקייט איז אמת, און פארוואס דארפסטו זיין איבערגעגעבן פאר די תורה מער פון אלעם. סא אן ענטפער איבער די איבערצייגונג פון ג-ט איז נישט רעלעווענט צו די קשיא. אודאי איז דא א ג-ט, אין עוד מלבדו, אבער פון וואנעט ווייסטו אז אידישקייט איז אמת.
יעצט, די ערשטע טייל פון די ענטפער פארשטיי איך אויך נישט. ער זאגט: אסאך רעליגיעזע מענטשן וועלן טענה'נען אז ״זיי האבן אויך א אינערליכע לעבן״ פונקט ווי אונז. נאר די חילוק איז "אז זיי זענען איבערגעמאכט דורך זייערע לערער". און אפשר זענען מיר איבערגעמאכט דורך אונזערע לערער? נישט אז איך האלט אזוי, אבער טאמער דו קענסט מיט א זיכערקייט יענעם אריינלייגן אין די 'ודאי קאטעגאריע', און אז יענער איז איבערגעמאכט. מיט וואס קענען מיר נישט זיין איבערגעמאכט? דו האסט דא פאר דיך צוויי רעליגעס, ביידע שרייען אז דער אנדערע איז A hole in the ground, און אז דער אנדערע איז איבערגעמאכט געווארן. סא וואס ענטפערט דאס די קשיא? כפארשטיי אז דו זאגסט אז זיי זענען נארישע מענטשן, און האבן אן אומסטאבילער קאראן, אבער זייער זיכערע טפשות איז נישט קיין הוכחה אויף אונזער זיכערקייט, וואס איז אין בעסטן פאל א 'שמא'. ווייל אפשר זענען מיר איבערגעמאכט.[/justify]