די מאראלישע אנטוויקלונג

מחשבה, השקפה ועיון
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

די מאראלישע אנטוויקלונג

שליחה דורך קל וחומר »

לארענס קאהלבערג האט געגלייבט אז מאראלישקייט ווערט אנטוויקלט צוביסלעך פון קינדווייז אהן.
אין יאר 1956 האט ער אנגעהויבן מיט א שטודיע אויף 72 קינדער צווישן יארגאנג פון צעהן ביז זעכצן יאר, ער האט זיי געגעבן צו אויסקלויבן צווישן צוויי אלטערנאטיוון וואס ביידע זענען נישט געווען צו מאראליש און אזוי האט ער געפארשט זייער אנטוויקלונג. איין ביישפיל, ער האט זיי געפרעגט אויב איז עס מאראליש פאר איינער וואס האט נישט קיין פרוטה לפורטה צו גיין גנב'ענען דראגס לצורך רפואה פאר זיין גאר קראנקן ווייב וואס נויטיגט זיך דערין דרינגענד (ביידע צדדים קענען זיין אוממאראליש, אבער די החלטה וועט זיך ווענדן לויט דקות'דיגע חילוקים, ואיכמ"ל).

קהאלבערג איז נאכגעגאנגען 58 פון די קינדער במשך די קומענדיגע צוואנציג יאר, און פלעגט בוחן זיין זייער מאראלישע אננעמונגען. נאכן גוט אדורכגיין אלע אנטוויקלונגען איז ער געקומען צום מסקנה אז די מאראלישקייט פונעם מענטש אנטוויקלט זיך אין זעקס שלבים, אונטער דריי שטאפלן (יעדע שטאפל פארמאגט צוויי שלבים).

Preconventional
Conventional
Postconventional

די ערשטע שלב פונעם ערשטן שטאפל (preconventional) וועט זיך אנטוויקלען אין די ערשטע ניין יאר פונעם לעבן, די החלטות זענען דאן מבוסס אויף פאלגן און עונש, דהיינו דאס קינד וועט זיך צוריקהאלטן פון עפעס טוהן, ווייל ער האט מורא פונעם עונש (אדער ווייל ער איז פראגרעמירט צו פאלגן, וואס דאס קומט געווענליך דורך ענישה).
די צווייטע שלב אין דעם שטאפל איז צו טוהן זאכן ווייל ס'גייט זיך לוינען, בבחינת שמור לי ואשמור לך.

די צווייטע שטאפל פאנגט זיך אן ביי ארום די צעהן יאר און ציעט זיך אריין לימי הבחרות/בגרות, דאס איז ווען דער מענטש הייבט שוין אן צו געבן א סיבה פאר זאכן וואס ער טוט, געווענליך וועט זיין מאראלישע החלטה זיין געוואנדן אויב די מעשה וועט איינעם צוליב טוהן אדער נישט, ביים ערשטן שלב וועט דאס קינד זיך אויפפירען מאראליש ווייל ער/זי וויל הייסן א גוט קינד, ביים צווייטן שלב וועט ער/זי שוין אנערקענען אינעם חיוב המשמעת און אז ס'פאדערט זיך אוטאריטעט מיט געזעצן פאר א געזונטע סאסייעטי.

די דריטע שטאפל איז ווען מ'גייט ארויס פון די באקוועמע געוואוינהייט (לפנים משורת הדין), אבער קאהלבערג טענה'ט אז בלויז ארום צעהן ביז פופצן פראצענט מענטשן קומען בכלל אן צו דעם שטאפל. די ערשטע שלב דערפון איז ווען מ'אנערקענט אז אמאל קען זיין געוויסע געזעסן אדער זאכן אינעם 'סיסטעם' וואס טויגן נישט און זענען נישט קיין טובה פארן מענטשהייט, און אז א מענטשליך לעבן איז מער ווי סתם פאלגן תקנות בלינדערהייט. די צווייטע שלב איז ווען א מענטש קומט צום אמת'ן הכרה אין אייניגע רעכטן, און דער מענטש פסק'נט זאכן לפי וואס זיין פארשטאנד זאגט אים אז ס'יז ריכטיג, און קימערט זיך בכלל נישט איבערן מנהג העולם.

זיינע מסקנות זענען געווען א חידוש בזמנו ווען מ'האט געהאלטן אז מאראלישקייט ווערט ארויפגעצווינגען אויפן קינד בהכרח און נישט אז ער אנטוויקלט עס אליין. אדער עכ"פ דאס קינד פיהרט זיך אזוי אויף כדי צו פארמיידן שלעכטע געפיהלן. ער האט ווידער געהאלטן אז מאראלישקייט ווערט אנטוויקלט דורך זיין און געגנווארג פון חברים.

א הלכה למעשה קען מען קלערן בנוגע ווען מ'איז מחנך א קינד איז גוט זיך מתבונן צו זיין ביי וועלכע שטאפל ער/זי האלט און לפי דעם מחנך זיין, דהיינו א קינד פון זיבן אכט יאר וועט געווענליך נישט דארפן קיין הסברים, ער דארף א קלארע אוטאריטעט. א קינד פון צעהן עלף דארף מער א גוט ווארט און אנערקענונג ווי אוטאריטעט. ווי אויך קען מען שוין מסביר זיין מער בסיבת הדבר. כנלע"ד.

קאהלבערג איז געבוירן אין ניו יארק, ביים צווייטן וועלט קריג נאכן עדניגן שטודירן איז ער געווען א שיף'ס קאפיטאן און ער האט געשווערצט אסאך פליטים קיין א"י, שפעטער איז ער געווארן א מגי"ש אין יעיל אוניווערסיטעט, דערנאך אין הארווארד. אום 1971 איז ער קראנק געווארן פון א שטארקע אינפעקציע, און האט זיך צאמגעליטן יסורים און דעפרעסיע, ביז איינמאל האט ער געבעטן מ'זאל אים ארויסלאזן פונעם טעראפי סעציע, און האט זיך גענומען דאס לעבן אין די אייז קאלטע וואסערן פונעם אטלאנטישע אקענען ל"ע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: די מאראלישע אנטוויקלונג

שליחה דורך קל וחומר »

ס'איז צום באמערקן אז א שיינער טייל ק"ש שרייבער זענען צוגעקומען צום דריטן שטאפל למחצה ולשליש.
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

הערליך שיין אראפגעלייגט בטוב טעם ודעת, א גרויסען דאנק
קל וחומר האט געשריבן:א הלכה למעשה קען מען קלערן בנוגע ווען מ'איז מחנך א קינד איז גוט זיך מתבונן צו זיין ביי וועלכע שטאפל ער/זי האלט און לפי דעם מחנך זיין, דהיינו א קינד פון זיבן אכט יאר וועט געווענליך נישט דארפן קיין הסברים, ער דארף א קלארע אוטאריטעט. א קינד פון צעהן עלף דארף מער א גוט ווארט און אנערקענונג ווי אוטאריטעט. ווי אויך קען מען שוין מסביר זיין מער בסיבת הדבר. כנלע"ד.


לגבי דיין מסקנה למעשה, לבי עדיין מהסס בדבר

יאך בין טאקע נישט קיין מחנך אבער מיין עקספיריענס איז דוקא פארקערט אז קינדער נישט קיין חילוק ווי קליין זיי זענען קענען נישט פארנעמען ווען מטיילט זיי איין וואס צו טוהן, מ'מוז זיי געבען טשויסעס, למשל: ווען ווילסטו אוועקפּאקען די טויס/Toys, פאר מ'עסט אדער נאכדעם? ווער זאל דיך לייגען שלאפען, טאטי אדער מאמי? וועלעכע ביכל/דאלי/קאר ווילסטו אין בעט? (אז דיין קינד זאגט: אבער איך וויל נישט גיין שלאפען, דאן ענטפער זייער רואיג: דעס איז נישט געווען פון די טשויסעס) וכדומה

אויכעט זעה איך אז זיי וועלען ענדערש פאלגען ווען מ'זאגט זיי נישט דירעקט, [למשל: די מילעך ווערט קאליע אויב מ'לייגט עס נישט צירוק אין פריזשערעטאר! העלפט מער ווי "לייג שנעל צירוק די מילעך"]

און די זעלבע זאך מיט א גוט ווארט ווי למשל: די ביסט אלעמאל מיין בעסטע העלפער וכדומה העלפט פלאות ביי מיין 7 יעריג יונגעל
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: די מאראלישע אנטוויקלונג

שליחה דורך קל וחומר »

אלע דיינע פונקטן זענען ריכטיג, כ'האב אינזין געהאט ביים שרייבן די חלק החינוך אויף לא תעשה ווען א קינד טוט עפעס וואס איז אומאויסגעהאלטן אז מ'זאל אים זאגן לפי מהלך מחשבתו.
דו באציעסט זיך אויף די חלק הקום ועשה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: די מאראלישע אנטוויקלונג

שליחה דורך קל וחומר »

בדרך אגב, אלע זאכן וואס דו זאגסט האבן א מקור אין פסיכאלאגיע.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: די מאראלישע אנטוויקלונג

שליחה דורך מי אני »

ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דר. קאראל גיליגען האט קריטיקירט קאהלבערג׳ס מאדעל אז ס׳איז בעיקר נאר בנוגע מענער, וואס גייען מער צו צו מאראל מכח אן אינדיווידואלן לאגישן מהלך. משא״כ ביי פרויען איז דאס צוגאנג דערצו אנדערש און זיי באטראכטן דאס מער קאנטעקסטועל ובחבורה, וממילא טוהט די מאדעל נישט אזוי דזשענערעלייזן צו זיי. למשל, מענער באטראכטן מאראל דורך א לענס פון ״יוסטיץ/גערעכטיגקייט״, משא״כ פרויען באטראכטן דאס דורך א לענס פון ״קעירן/נושא בעול זיין/מיטפילן״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

C2AC1D35-B0E0-4CDA-9CE8-E64CCFFC5BBE.jpeg

:D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מענין לענין באותו ענין האט דער דייטשער פייטן און פילאזאף פרידריך שילער געהאלטן עפ״י פילאזאפיע אז דאס מאראלישע אנטוויקלונג פונעם מענטש גייט צו אין דריי שלבים: פיזיש, אעסטעטיש, און מאראליש.

״פיזיש״ באדייט דאס נאטורליכע נייגונג און גשמיות׳דיגע סארט תענוגים וואס דער מענטש איז להוט נאך [כעין דאס נפש הבהמיות]. ״מאראליש״ לאידך גיסא איז דאס העכערע אידעאל צו וואס די מענטש דארף צוקומען עפ״י ראציאנאל וכח הרוחני שבו וכו׳ [כעין דאס נפש המשכלת]. דערפאר איז ״אעסטעטיש״ דאס מיטל-פונקט צווישן זיי צוויי, וויבאלד דאס פארמאגט אין זיך חלקים פון ביידע ״נפשות״ און איז ממילא אזוי ווי די גשר המחברם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

זיי שרייבן:
572F3B2D-D604-4E87-95E0-836370438AAD.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט