פורים מיט פראדיקטבל ברילן
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
פורים מיט פראדיקטבל ברילן
פורים מיט פראדיקטבל ברילן
ווי אלע ווייסן שוין איז די יום טוב פורים מיינס א פעווערעד, איך גלייך זייער דעם יום טוב מחמת א צאל סיבות, עטליכע זענען באוויסט, פשוט ווייל מען עסט און מען טרינקט און מען לאזט זיך וואויל גיין, איך גלייך זייער די אלע פארשטעלעכצער, אויך די געלט טיילעכץ ווי אלע אלמנות יתומים און אלע חתונות ווערן אויפגעראכטן, בקיצור ווען א גאנץ יאר איז וועין פורים, וואלט זיכער געוועין גיט, מנהסתם ווען משיח קומט וועט זיין פורים א גאנץ יאר.
עס קומט מנחה צייט ווען מען ברויך גיין אין שיל מנחה מיט מגילה, דער ערשטער געשלעג הייבט זיך אן ווען מיין קליינע קען נישט געפינען זיין גאן, ער נעמט ווארפן זיין טאנטראם, מאכט יעלות, עס העלפט נישט מיין געבעיט, איך וויין צונעם אז איך פאסט, איך בעט זיך ביי אים ער זאל מיך שניידן לויז, איצט איינמאל מיך נישט אויפרעיגן, ער וויל נישט גארנישט וויסן, אבער די גאנצע צייט באמערק איך נישט ווי מיין אנדערע זין, איז פארשמירט, ער האט געשפריצט ספרעי פעינט אויף זיין האר ווייל מען זאל אים נישט דערקענען, איך כאפ מיינע זאכן און שריי אויס מען גייט, אבער ער זאגט אז מען גייט אים דערקענען, איך פרעיג ווער ער איז ווייל איך דערקען אים נישט, אבער עס גייט קוים, איך מיז שווערן מיטן שם המפורש אז המן אליין האט נישט אזוי המן'דיג אויסגעזעין ווי ער.
איך וויל שוין אהיים נאכן אויסקלאפן המן ווי עס ברויך צי זיין, שוין נישט דא קיין זכר פון קיין סנעפס, און איך וויל קוים עפעס אין מויל אריין, אבער מיין נעפיו שטייט שוין ביים טיר, ער האט זייער א וויכטעגע צוועק, ער נעמט זיך אינטער אז אינטער א פיפציגער גייט ער נישט אוועק, ער איז א נאטראלער נעכס פון געבורט, קיין צוויי ברירות האב איך נישט אויב וויל איך קענען אויספאסטן.
איך שטיי אלע מאל אויף בהשכמה, ווייל אזוי האט זיך מיין פאטער געפירט, איך שטיי אויף גראד ווען איך דערווערק מיך, איך בין שוין אויף ב"ה און איך נעם מיט מיין פעקל סינגל'ס מיט קוואדערס דיימס און אפילו ניקלס ווען איך קען איינעם אריין נערן, איך האב זיך גיט דערלענט דעם פאך, איך האלט א קוואדער אויבן און אינטער דעם א ניקל, איך ווייז דעם קוואדער, אבער איך מאך זיכער אז איך כאפ זיין בליק און דאן שמיר איך אריין פאכמאניש די באהאלטענע ניקל, עס שפירט גיט, ביז איין מאל איז געוועין מיין שכן'ס זין איך ער האט געגעיבן א פלינקע נעם די אנדערע ליידיגע האנט, און מיין ניקל איז נתגלה געווארן, זייט געמאלטץ בלאזט ער אויף מיר.
גלייך נאך די מגילה ווען איך בין שוין נקי מכל הייבן אן ארים קרייזן די געלע ענוועלאפן אויפגעשריבן מיט גרויסע ווערטער מתנות לאביונים בו ביום, דאן זענען שוין מיינע נערווען אויפן שוועל פון מאכן פארשידענע ווילדע באשלוסן, איך רייס אהיים שוין מיט כעס, מיינענדיג אז איך וועל קענען שטעלן מיינע נערווען ליפטערן, אבער דאס איז א גרויסע נאיווע טעות, שוין בעסער געוועין ווען איך בלייב אין שיל זיך ספראווען מיט די געלע ענוועלאפ אידן, עס הייבט זיך אן מיט די גיין צו די רביס און טיטשערס, די שכנים זאמלען זיך ציזאם, יעדער איינער מיט זיין שלאכמנה, יעדער איינער ברויך זיין ביסל עטענטשן, סווילט זיך מיר דאן איך וויל נישט זאגן וואס, מיינע פיס ווערן שטייפ פאר נערוועיזיקייט און הינגער, אבער קיין סך העלפט עס נישט, מיינע קינדער זענען שוין אויסגעפימפט צי גיין צים רבין, יעדער איינער פארשטייט זיך וואוינט אויפן אנדערן עק שטאט, יעדע רבי מיט די זעלבע זויערע וויצען, ווער איז דאס איך דערקען נישט די אינגעל, קום אהער איז דאס בערי, ניין מוישי, ניין, אה מענדי, יוש ביזטו גיט פארשטעלט, לאמיך דיר געיבן א פעקעלע, אן אנדערע ווערטער מיינט ער צי זאגן, געב אהער דיין טשעק און פיץ אפ איידער איך צייל דריי, אויב ווילסטו נישט אפשניידן ווי המן ווען ער האט געפירט מרדכי.
איך זיץ אין טרעפיק אזש אז איך וויל פארטיליגן מיין קאר, איך האב שוין ביטער חרטה אויפן גאנצען עסק דא, אבער פון נאשן די אלע שלאכמנות וואס זיצען שוין אויפ די גראסערי שעלפס זייט אינמיטן שובבים, הייבט מיין בויך אן ביטער צי רייסן, און דא פונקט אינמיטן טרעפיק מיט אלע קינדער אין קאר, הלוואי ווען איך קען בעיטן די רבי רשות צי ניצן זיין סקיסע, ווי אזוי גיי איך מאכן די וועיג אהיים, איך האב נאך אכט סטאפס.
שוין אויסגעבראכן אלעס ב"ה, מען גייט שוין באלד איבער ליינען די מגילה, מען ווארט נאך אויף עטליכע שכינות, מען האקט און מען זעצט, פונקט האט איין מאביל זיך אפגעשטעלט פארנט פון מיין פענסטער, און זינגט אויפן מייק אפילו בהסתרה, נא ני נע שרייען די פרויען, מען קען נישט הערן קיין ווארט, איך זאג ווייטער, זיי שרייען מרדכי מרדכאי, דאס הערן זיי יא, קעניינעהרע סא נייס געוועין די מגילה, געוועין אזא שיינע מעשה, איך האב אינזין דעמאלץ אלע צעין קינדער בנשימה אחת, די לעצטע מיניט זאך איך אנטיל נעקסט יער א פרייליכן פורים אויב משיח וועט נישט קומען, מען גייט שנעל עסן ווייל מען גייט שוין באלד צי באבי.
טאטי ווען געסטו מיר פורים געלט, באפאלט מיר מיין זין פונקט ווען יעדער איז דארט, קיין מאל געסטו מיר גארנישט, אקעי באלד לאמיך קודם עסן, ווען גייסטו נאך געלט, דיין רבי האט דאך געהייסן אז יעדער מיז אריין ברעינגען הינדערט פיפציג דולר, און ווער עס ברעינגט מער גייט אריין אין א גורל אויפ א פארקער פען, ניין טאטי איך האב היינט פונקט נישט קיין געדילד, געב מיר פליז די געלט, אפשר קען איך דיר ענדערש קופן די פארקער פען, ניין מיין רבי לאזט נישט, ווייל די רבי זכרונו לברכה האט באפוילן אז מען מיז זיך אויסלערנען אריין ברעינגען גרויס געלט.
נאך מיטאג פאלן אריין אפאר שכורים און דרייען איבער דאס הויז, ווער האט דיר געהייסן עפענען, איך האב געמיינט אז עס איז א מאביל, איינער טאנצט אויפן טיש, סימער גיט ווי אזוי ווער איך פטור פונעם, איך מיז אים געיבן וויין, ער מאכט זיך שיכור, ער ארבייט ביטער שווער, אבער ער שפייט און ברעכט, איך טראסקע אים ארויס, קוים איך עפן די טיר, קומען אריין פיר אנדערע עכטע שכורים, עס איז מיר ביטער אינטערן צינג.
אלע שנארערס הערן נישט אויפ צי קלאפן אויפ מיין טיר, ווייל מיין שכן איז אמאל שיעור נישט געוועין א עושר, און געוועין אויף א ליסטע, ער קען ניטאמאל שבת מאכן אן אויפשרייבן, אבער פורים טיילט ער גרויס געלט, ני אז מען שטייט שוין ביי מיין טיר, פארוואס דען נישט אריין באכענען צי מיר, פארוואס עפעס איבערהיפן, עס איז דרך נישט פסח, אזוי האקט כל היום ההוא וכל הלילה, און עס לאזט מיר א נאך טעם ביז מען הייבט אן זאמלען פאר מעות חיטין, אה דארט מיז מען שוין געיבן טשעקס, דאס איז דאך א דאורייתא, ווייל זיי האבן דאך שוין אפילו קרעדיט קארד מאשינען.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
א דאנק פאר אלע לייקס, עס איז ביי מיר גאר חשוב, ספעציעל לייקס פון די גדולי שטיבלינו יעדער קען אן נעמען אז איך מיין דיך,
אבער אים גאטס ווילן בין איך אזוי בארינג, אז חוץ א שמייכעלע גארנישט, איז דאס נאר געוועין אזא רחמנות לייק, ווי אקעי לאמיך אים שוין לייקן דעם נעבעך דארט, איי מין קאם אן, איינער זאל זאגן א ווארט איידער עס איז צי שפעיט, אלע קינדערלעך וועלן דאך איינשלאפן.
אולי איז יעדער העפי מיט פורים, יעדער איז מסכים אז ימי הפורים לא בטלים, אפשר בין איך ראנג.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
פליקער. איך באלעק מיר מיט דיינע שרייבעכצער (מיט די גרייזען) ווי די כאלאפצעס ביי די מומע פורים...
איך גראדע האב זייער ליעב די טרעפיק פורים. אזוי ENJOY איך פורים אויף די גאס פון מיין באקוועמע מיניווען.
ווען איך ווער באורד, רוף איך צו א בחור'ל זאל מיר זאגן א תורה פאר מיין פארשטיקענע טאלער. אויב איז די תורה צו קורץ און די טרעפיק רוקט זיך נאך נישט דריי איך אים א קאפ כאילו איך בין שיכור....

You must be the change you want to see in the world
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מיין ליבער פליקער, אסאך מאל זאגסטו אלעס וואס איך האב אויפן הארצן, ממש איך שפיר זיך אויסגעליידיגט, אלע מיינע ווייטאגן האסטו אויסגשפיגן בטוב טעם ודעת, ואין לי מה להוסיף. וכל המוסיף אינו אלא גורע...
אבער כ'מוז דיר זאגן אז די ארטיקל האט מיר געקאסט איין געלעכטער נאכן צווייטן, און ווען דער נאר איז נישט מיינער וואלט איך נאך מער געלאכט, עס איז אזא צחוק מכאיב, א ווייטאגליכע געלעכטער.
מען נעמט די מצוות היום אוט-אף-פראפארשען, די געלט געגייעכץ איז א אפקומעניש, די פארשטעלעכץ פאר די קינדער איז א פעין אין דע וויזוהייסטעס זינט פורים קטן, די המן געקלאפעריי מאכט טויב די מענטשהייט און שטינקט אן ממצרים ועד הנה, די שאלעך מנות מאכט אן א טרעפיק פון הודו ביז כוש, דאס געטרינקעכץ איז געווארן א אנשיקעניש פון הייליגע שיכורים וואס שטעכן אריין זייערע שטינקעדיגע שנאוצען אין דיין האלז וויינענדיג אז זיי האבן דיר ליב, ואין לו לוויליבאג אלא ד' אמות של ברעכאכץ, נאך א מזל מיר האבן די מאביל'ס מיט די בחורים וואס שפילט מוזיק, און דאס וויל מען שוין אויך אסר'ן, היל"ת, דאס ביסעלע שמחה פון מיכאל שניצלערס קאסעטן וויל מען אויך מבטל זיין, יאבדו אלף כמותם ואל ייבטל מאביל אחת, כמ"ש וימי הפורים לא יהיו נבטלין לעולם,
אבער קענסט זאגן וואס דו ווילסט, עס לוינט זיך אלעס פאר די המן טאש, און דאס גלעזעלע וויין צו ווערן אביסעלע בגילופין...

וירח ה' את ריח הניחוח
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
און מ'האט שוין געפראוועט דער פורים, עכ"פ בקריאה האט מען יוצא געווען מיט'ן דורכליינען די פערל ווערטער פון [tag]פליקער[/tag].
קיין עצה האב איך נישט, נאר א פאר בקשות. יעצט וואס חסידים רוקען זיך אריין אין לעיקוואוד בעט איך ענק. ברענגט'ס נישט די מאבילען קיין לעיקוואוד! מיר דארפען זיי נישט, און מ'עט זיי ארויסווארפען! די לעיקוואודער בחורים האבען לימא'ס אן מוזיק וכדו' און אזוי דרייט מען זיך, און אויך נישט צו פיל. רוב בחורים דינגען א קליינעם באס מיט א גויישע דרייווער און פערטיג.
דאס טרעפיק שטייגט פון יאר צו יאר טאקע, אבער מ'קען נאך טרעפען קונצען זיך אויסצודרייען דערפון. אבער די שניי פון פאראיאר'ן! אוי, האט עס געשטערט דעם טאג! איך האב שוין נישט געמעגט טרינקען ביים סעודה, ווייל די בני בית קען נישט דרייווען אין די שניי. א ניכטערע בין איך געבליבען א גאנצע טאג. נישט אז איך גלייך די שכרות, אבער אן טרינקען, שלעפען די שעות פון פינעפער נאכמיטאג ביז עלעפער לאנג און שווער. וויפיל קען מען עס'ן? וויפיל אנדערע שיכורים קען מען אנקוקען? וויפיל מאל קען מען סטראשען די מידע קינדער מיט'ן אוועקנעמען די נאש? מ'טרינקט א פאר בעכער'ס, מ'ווערט אביסל בגילופין, און די שעות פליסען ווי פוטער.
בעז"ה היי אר וועט זיין שיין און זוניג, איך 'על מוזען ארומשלעפען מיט די קינדער צו מלמדים מנהלים און אנדערע ממזרים, אבער נאכמיטאג בין איך פריי צו טרינקען, זויפען, כראפצען און פארגעסען, און די בני בית וועט פיהרען די קאר אהיים, און הרב זילבערשטיין קען האלטען א דרשה דערוועגען טאמער ער וויל.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
ציקער זיס, נישט געוויסט אז און ליטע ברויך מען זיך זעיגענען מיט מנהלים און מיט זייערע מזמרים, מען ברויך דאס האךטן פאר א סוד, ווייל חסידים כאפן יעדע שלעכטע מנהג אפילו פון די ליטע.
איך לייג דיך ארויף אלס איינע פון מיינע פעוועירעט ליטפאקעס בטעם באדאפעסט
איך לייג דיך ארויף אלס איינע פון מיינע פעוועירעט ליטפאקעס בטעם באדאפעסט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ווער האט דערמאנט דער ווארט מזמרים?
נאך א שאלה. וועלכע אנדערע ליטוואק האב איך אראפ געבאמפט פון די ליסטע צו ווערען די פעיוואריט?
נאך א שאלה. וועלכע אנדערע ליטוואק האב איך אראפ געבאמפט פון די ליסטע צו ווערען די פעיוואריט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
פליקער, וואס איז דא מוסיף צו זיין ס'איז אלעס פרעדיקטעבל
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט דערמאנט דער ווארט מזמרים?
נאך א שאלה. וועלכע אנדערע ליטוואק האב איך אראפ געבאמפט פון די ליסטע צו ווערען די פעיוואריט?
מיין געוועיזענע פרענד לעיקוואד
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
ער איז קיינמאל קיין ליטוואק נישט געווען. קוק נאך זיין בילדער
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט דערמאנט דער ווארט מזמרים?
נאך א שאלה. וועלכע אנדערע ליטוואק האב איך אראפ געבאמפט פון די ליסטע צו ווערען די פעיוואריט?
[tag]היימישע ליטוואק[/tag]...
ס'מיר גוט, צווישן אלע ליטוואקן האבן מיר אדער נאר א 'היימישער', לאפוקי א 'ריכטיגע ליטוואק', אדער נאר איינער פון 'בודאפעסט', ח"ו נישט פון די ליטא. ווען מיר האבן שוין יא געהאט איינעם פון לעיקוואד, האט ער געמוזט זיין דווקא אזא הייסע חסיד, אזש ביזן עקסטרעם פון מחנה איזשביצא...
------------
[tag]פליקער[/tag], דיין אשכול איז אנריעל, ווי געווענליך. אי-תגובה קען מיינען אז מיר פראדיקטן שוין וואספארא'ן ארטיקל איז אונטערוועגנס. כ'מיין, סוכ"ס, וואס דען וועט קומען אויב נישט אזא שטויס פון געלעכטער מיט פארקלעבטע ווערטער וואס נאר פליקער קען באשאפן?!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גנדי האט געשריבן:פליקער. איך באלעק מיר מיט דיינע שרייבעכצער (מיט די גרייזען) ווי די כאלאפצעס ביי די מומע פורים...
איך גראדע האב זייער ליעב די טרעפיק פורים. אזוי ENJOY איך פורים אויף די גאס פון מיין באקוועמע מיניווען.
ווען איך ווער באורד, רוף איך צו א בחור'ל זאל מיר זאגן א תורה פאר מיין פארשטיקענע טאלער. אויב איז די תורה צו קורץ און די טרעפיק רוקט זיך נאך נישט דריי איך אים א קאפ כאילו איך בין שיכור....
גנדי: ייש"כ. נאר איך דערמאן מיך איין יאר, ווען איך בין געזיצן אין פורים'דיגן טרעפיק און די פורים קלאפערס און שנארערס, כ"י איז מיר שוין געקראכן אויף די נערוון. האביך געזאגט פאר דעם נעקסטן זיסן אידישן יונגל/בחור'ל וועלכער האט געקלאפט אויפ'ן פענצטער פון מיין קאר, כהאי לישנא אין ענגליש..."איי עם נאט איוון דזשואיש...ווהאט קיינד אף עי האלידעי דא יו דזשוס העוו...דער ערשטער אינגל האט מיר שוין כמעט געגלייבט אז איך בין א גוי. אבער די צחווייטער האטציך אנגערופן..."קוק. ער האט א קאפל... ער פאפט דיך אויס...ס'האט מיר גארנישט געהאלפן. איך האב איהם געמוזט געיבן א דאללער...
[justify]פליקער, אוי דערמאנסטו מיר זיסע קינדערישע מעמאריס! די פארשטעלאכטץ פלעגט זיין פרי - פלענד א שטויס וואכן פריער שוין. צו ערשט ווען איך האמיך פארשטעלט פאר די שטערקסטע מאנקי/לייב, דאס איז געקומען מיט א בענעפיט אז די פנים קומט ברוין מיט אלע מיני קריעמס. איך בין נאך יעצט אונטער די רושם ווי שרעקעדיג איך האב אויסגעזען אזש איך האב צאמגעגראדזשעט ווי א אר"י הדורס מיין שוועסטערל וואס איז נעבעך געווען פארשטעלט ווי א טשיקן...
פרעג בעסער נישט וויפיל מסירת נפש ס'האט מיר געקאסט צו זיין דער לייב. זעהן ארויס פון די מאסק איז נישט געווען קיין אפציע. פונקט נישט געווען מיין סייז, ס'איז ווי די זאלסט פרובירן ארויס קוקען פון די קוקער אינעם פראנט טיר, איר ווילט זען אן אינטש אויף מער אויף רעכטס, קענסט זיך איבער קערן ס'גייט נישט. נאך צען מינוט זיין אין די הויט פונעם לייב און די פאבריקאדירטע שטייג האט געטון זייערס, נעמליך, די שמיראכטצער אויפן פנים האבן זיך אנגעהויבן צעלאזן, דאס מיינט ס'רינט אייך און קיצעלט אייך אויפן נאניע און איבערן ליפן, און איך שטיי ווי א שוויציגע חתן ביים באשוי, יעצט קענסטו נישט ווישן בלויז שלונגען. נאך יעדער שלאכמאנע האביך באין ברירה געמוזט אראפ נעמען דאס קאפ פונעם לייב פשוט צו כאפן אן אונטץ לופט.
די קומענדיגע יארן בין איך מער ווייניגער געווען א רשע. מער ענליך צו דזשאני אדער איוואן, יאהאן פון די מחניים ביכלעך... א רויטע דזשעקעט בלויע דזשינס (כ'מיין די דארק בלויע די פרויערישע געפאצטע, בעסער פרעג נישט...) ווייסע סניקערס גרויס ווי א מעוברת אינעם פערצענטן חודש... א פריזי שייטעל פון ליקוואדעיטערס צו ווי, מיט א ארענדזשע קעפ אויפן קאפ געפארקט שיעף צו מערבית אמאל מער צפונית און צומאל מער דרומית. גראבע זון גלעזער וואס לאזט נישט אריין קוקען און ארויסקוקען. און היידא: יו וואנע סטארט אפ וויט מי?!
די ערשטע מאל דינענדיג אלטץ גוי איז געווען באגלייט מיט א שווארצע פנים, נעמליך, נאר שווארצע זענען "גראבע שקצים". שפעטער איז עס געווען בלויז א גוי, כדאמרי: "אויס שווארצער קען מען ווערן, אויס גוי קען מען נישט ווערן". דערנאך בין איך אריין אין די 'פאסעניאק' עידזש ווי מען פארשטעלט זיך בכלל נישט. נאר פרומע נעבעכס פארשטעלן זיך, חחחח. זיסע זכרונות.
=======
אז שמעקי האט דערמאנט די כמו שיכורים, וואס פראטענדען צו זיין שיכור. וויל איך שוין זאגן: רעב איד! אז די ביזט שיכור קען איך גארנישט זאגן, ביזט דאך נישט באזיך. אבער דעי אלע וואס שפילן האלב שיכור, קוים געשמעקט אביסל טרויבן פלעיווערד סעלטצער מאכן מיר צודרייט. קומען אריין צו מענטשן אינדערהיים, הייבן אן טאנצען וואקעלדיג טעשואתאם לאלילאליי העהע... ונויהפויך ונויהפויך... הייבן אן כאפן עסן פון די טיש, בייסן אריין אין יעדער עסן. אנטשולדיגט, די נעמסט פון יענעמס טעלער? אה ביזט שיכור, זאג, אין א רויע צוויבעל וואלסטו אויך אריין געביסן? אפשר אין א רויע שטיקעל טשיקן באדעם? הייסט ביסט נישט אינגאנצן שיכור?! נו, וואס קושסטו יענעם א נשיקה מלא רוק אז דיין פארע פארהויכט אים די גלעזער און אויערן, דיין שטעכיגע בארד אין יענעמס מויל אריין?
דיין התבודדת מיט גאט שרייענדיג איך האב דיך לליעעבב... דארף נישט פארקומען דורך האגן דער ציווילער בעה"ב וואס האט דיר בטעות אריינגעלאזט. ווי דער פאפיטע שאלאכטס וואס פליעט פונעם רוסישן טעקסי דרייווער'ס פיסקעל - שאקעל דיר אפ פון דאנעט! זאטעל אפ די גראבע פערזשיך וואס די ביזט.
אז די האסט געשמעקט טרויבן זאפט דארף נאך קיינער נישט ליידען דערפאר.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
געוואגטער אינגעל, ביזטו געבליבן מיט פערמענאנטע דעמעדש, ווייל איך בין און איך וויל פיילן פאר ווידערגיטמאכונג, ווייל יעדע יאר ווען עס קומט די טאג ווער איך הינטיש דיפרעסט,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
היי יאר איז געוועין געלע ענוועלאפען ווי פאשקעווילן אין וויליאמסבורג, ווי פראטעסטירער אין מאה שערים, איך האב זייער געשוינט איין איינזאמע ווייסע ענוועלאפ, יעדער האט אינטערגעשאצט זיין צוועק, קיינער האט אים גארנישט געגעבן, ער פארשטייט נישט פארוואס, ביז איך האב אים געפרעגט פארוואס ער איז משנה די מנהג עטיק של פראדזשעקט געלע ענוועלאפ, אויב האט ער נישט קיין געילע זאל ער שוין אויפהערן גיין פאר מתנות לאביונים בו ביום, אויב נישט ריף איך אן צימערמאן, און א קול קורא בת שלושים רבנים.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליקער האט געשריבן:א דאנק פאר אלע לייקס, עס איז ביי מיר גאר חשוב, ספעציעל לייקס פון די גדולי שטיבלינו יעדער קען אן נעמען אז איך מיין דיך,
אבער אים גאטס ווילן בין איך אזוי בארינג, אז חוץ א שמייכעלע גארנישט, איז דאס נאר געוועין אזא רחמנות לייק, ווי אקעי לאמיך אים שוין לייקן דעם נעבעך דארט, איי מין קאם אן, איינער זאל זאגן א ווארט איידער עס איז צי שפעיט, אלע קינדערלעך וועלן דאך איינשלאפן.
איך בין ערענסט פארשעימט, אולי איז יעדער העפי מיט פורים, יעדער איז מסכים אז ימי הפורים לא בטלים, אפשר בין איך ראנג, דאן זאג עס דא דעמיט.
פליקער: דיינע ווערטער זענען מתוק מדבש. דו דערמאנסט מיך א ביסל פון מיינע אייגענע איבערלעבענישן ווען מיינע קינדער זענען געווען קליין. נאר דו זאגסט עס מיט א נוסח פון ..."כל חמירא וחמיעא"...איבערגעטייטשט אויף אידיש-דייטש. אזויווי ס'שטייט אין די אלטע הגדות...!
דאס אלעס דערמאנט מיך פון די ערב פסח-טעג. וואלסטו שוין געמעגט פארציילן פון דיינע איבערלעבענישן פון די פאר-פסח טעג מיט די פראדיקטאבל בריללן, וואס ס'האטציך אלץ אפגעטון מיט די קליענינג און רייניגונג צערעמאניעס און איבערקערענישן און די מאמע'ס אויפרעגענישן פון .."דא שטיי נישט. דא זיץ נישט. וואס. דא עסטו"...ארומיאגענישן, ביז ווען מ'זעצט זיך אראפ צום סיידער...
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
די להצרה בשמאטע,