בלאט 1 פון 1
חכם עדיף מנביא
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 11:49 pm
דורך קל וחומר
טראכט פון א שיינעם ל"ג בעומר הדלקה, די ווארעמקייט, די התרוממות הנפש, לכבוד התנאי האלוקי, מ'קען אין דעם גרויסן טאג שפאלטן אלע הימלען, אויסבעטן ישועות ורפואות, וכו' וכו'.
יעצט טראכט פון א נומער פון איינס ביז צעהן, פלינק! בלייב מיטן נומער וואס איז דיר גלייך ארויף געקומען אין געדאנק.
האסט געטראכט א נומער? מסתמא האסטו געטראכט פון נומער זיבן. טאמער יא, איז דיר מסתמא א פלא ווי זוי כ'האב צוגעטראפן...(און טאמער נישט ווער נישט באליידיגט) ס'איז אן אריכות, די הסבר וועט נאכפאלגן בעזר הויה.
נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 10:50 am
דורך קל וחומר
געווענליך ווען מ'טראכט פון א געוויסע זאך, זענען דא נאך זאכן וואס קומען ארויף אין מח בקשר צו דעם זאך לדוגמה, ווען א מענטש וועט הערן עפעס וועגן 'מוקצה', וועט 'שבת' אויך זיין אינעם הינטערגרונט פונעם מח. אדער ווען איינער הערט די ווארט 'אזיאנער' וועט ער טראכטן פון גוטע מאטאמאטיקער (ס'הייסט אז די אזיאנער זענען גוט דערין, צו ס'יז אמת איז נישט נוגע). ווען מ'זעהט א תגובה פון 'כוכב' וועט מען עס מסתמא לייקן שנעלער ווי ווען א צווייטער נישט אזא פאפולער ניק וואלט עס געשריבן, ווייל די מח טוט מקשר זיין 'כוכב' מיט 'גוטע שרייבאכצער'. (כ'מיין נישט דווקא כוכב, ואתכם הסליחה).
אן אינטערעסאנטע שטודיע איז דורכגעפירט געווארן אין הארווערד אוניווערסיטעט, זיי האבן גענומען א צאל אזיאנער פרויען, אזיאנער ווי פריער געשמועסט זענען באקאנט צו זיין גוטע מאטאמאטיקער, פרויען ווידעראום זענען באקאנט צו זיין שוואך אין מאטאמאטיק. פון איין גרופע האבן זיי קודם געפרעגט זאכן וואס זענען געבינדן ארום זייער אזיאנער אפשטאם און דערנאך געגעבן א מאטאמאטיק בחינה. פון די צווייטע גרופע האבן זיי געפרעגט זאכן בנוגע פרויען און דערנאך געגעבן א מאטאמאטיק בחינה.
איר קענט זיך מסתמא פארשטעלן די תוצאות. די פרויען וואס מ'האט זיי מקדים געווען די שאלות בנוגע אזיאנער האבן מער מצליח געווען ווי א 'קאנטראל גרופע' (א גרופע וואס מ'האט זיי געפרעגט נוטראלע שאלות, לא לכאן ולא לכאן), ווידער די פרויען וואס מ'האט זיי מקדים געווען מיט שאלות וועגן פרויען האבן געקענט שוואכער ווי די קאנטראל גרופע.
די אמת איז, אז ס'פעהלט זיך בכלל נישט אויס קיין שאלות, אפי' ווען בלויז די סובקאנטשעס כאפט אויף א זאך וואס איז מקשר צו נאך עפעס וועט עס האבן דעם זעלבן אפעקט.
ווי באקאנט איז די פירמע 'עפל' זייער א קריעיטיוו פירמע, לעומת זה, 'איי בי עם' איז מער באקאנט מיט איר פשטנות און גראדקייט און נישט קריעיטיוו. מ'האט געמאכט א שטודיע ווי פאר איין גרופע האט מען געוויזען עפל'ס לאוגאו פאר דרייצן מילי סעקונדען (די קאנטשעס מח איז נישט ביכולת דאס אויפצוכאפן), פאר א צווייטע גרופע האט מען געוויזן איי בי עם'ס לאוגאו פאר דרייצן מילי סעקונדען. נאכער האט מען זיי אלע געגעבן א צעטיל און זיי האבן געדארפט שרייבן א ליסטע פון זאכן וואס מ'קען טוהן מיט א ציגל אחוץ פון בויען (קריעיטיוו), די מענטשן פונעם עפל גרופע האבן געהאט א פיל גרעסערן ליסטע ווי די מענטשן פון די איי בי עם גרופע.
ס'פארהאן א מושג וואס רופט זיך spreading activation. דאס מיינט אז די מח באשטייט פון פיל זאכן וואס זענען מקשר איינס צום צווייטן, ווי מער דומה די זאכן זענען אלס שטערקער וועט די קשר זיין.
יעצט צום אויספיר, ווען כ'האב געבעטן איר זאלט טראכטן וועגן ל"ג בעומר איז דאס מקשר צו די ימי הספירה וואס זענען 'זיבן מאל זיבן' ווי אויך האב איך אריינגעווארפן די ווערטער 'שפאלטן אלע הימלען' וואס ברענגן אויך ארויף דעם נומער זיבן (זיבן הימלען). ממילא ווען כ'האב אייך געהייסן גלייך טראכטן א נומער וואלט 'זיבן' געהאט די מערסטע שאנסן אריינצושפרינגען אין געדאנק.
Re: חכם עדיף מנביא
נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 12:29 pm
דורך נעגעל וואסער
לאו דווקא וועגען דעם, בכלל נישט. נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן די נביאות, אן דערמאנען די ל"ג בעומר וכו'. כ'האב עס אליין געטרייד אויף מיינע חברים, גאר אסאך האבן גיענפערט די נומער 7. איך אליין אויך.
די סיבה איז מיר נישט קלאר, כ'דענק נישט יענעמס הסבר. קען זיין ווייל א מענטש וועט נישט אויסוועהלען אונטער 5, ווייל ער וויל זיך נישט האלטן קליין.. 8, 9, און 10 זענען שוין צו הויכע נומבערס האלט ער זיך שוין צו גרויס.. בלייבט איבער 6 און 7, שוין וויל ער נישט זיין א לוזער אין פיקען די קלענערע נומבער, נעמט ער די 7.
אדער פשוט ווייל די נומער זיבן פיגער קוקט עפעס אויס אנדערש ווי אלע אנדערע נומבערס, ס'איז מער יוניק.( ווייס וואס עך מיין?.. ) ממילא שווימט עס גלייך ארויף.
נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 12:35 pm
דורך קל וחומר
קען זיין, כ'האב עס נאכנישט פרובירט אויף צו קענען מחולק זיין...
בכל אופן איז זיכער אז די מקשרים צום נומער זיבן וואס כ'האב מקדים געווען האבן געהויבן די שאנסן. עכ"פ לפי חוקי פסיכאלאגיע.
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:38 pm
דורך ונבנתה העיר
מענין וכו', ס'איז ענדליך אנגעקומען ביי אונז א דרייסיג יעריגע טריק:
זאג ארויס מיט'ן מויל צעהן מאהל 'דזשאפל' [קמץ אלף, פ עז אין פינטל].
דזשאפל
דזשאפל
דזשאפל
דזשאפל
דזשאפל
דזשאפל
דזשאפל
דזשאפל
דזשאפל
דזשאפל.
געזאגט? פיין.
יעצט לאמיך אייך פרעגן, מיט וואס עסט מען זופ?
ניין... מיט א לעפל...
------
הנוגע: כ'האב געפרעגט עטליכע אידן איינס נאכ'ן צווייטן, אלע האבן גענטפערט 'גאפל', דערנאך האב איך געפרעגט פון א איד וועלכער האט דאון סינדראם, ער האט נישט געדארפט טראכטן קיין ספליט סעקאנד און האט באלד גענטפערט 'לעפל'.
ווער שטייט בעסער; דער אויסגעשפילטער אדער דער צווייטער?
Re: חכם עדיף מנביא
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 2:15 pm
דורך קל וחומר
אדער זענען דא וואס פירן זיך צו מאכן יענעם זאגן צעהן מאל ברציפות,
אגודל
אצבע
אמה
קמיצה
זרת
דערנאך,
וויזוי האט געהייסן אחשורוש'ס ווייב?
.... ניין 'ושתי'....
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 1:29 pm
דורך כוכב
קל וחומר האט געשריבן:ווען מ'זעהט א תגובה פון 'כוכב' וועט מען עס מסתמא לייקן שנעלער ווי ווען א צווייטער נישט אזא פאפולער ניק וואלט עס געשריבן, ווייל די מח טוט מקשר זיין 'כוכב' מיט 'גוטע שרייבאכצער'. (כ'מיין נישט דווקא כוכב, ואתכם הסליחה).
(פראבלעם מיט דעם אשכול איז, אז די קעפל זאגט גארנישט, קיינער ווייסט נישט וואס ער גייט טרעפן אינעווייניג. ערשטע נאו נאו.
צווייטע נאו נאו, איז אז ס'איז אין העמק דבר... דריטע נאו נאו, אז די ערשטע תגובה איז קוים אפאר שורות, נאך א טוירן אףף...)
הכלל, איך בין אריין אין דעם אשכול און ניטאמאל באמערקט אז מ'רעדט פון מיר, ביז איינער [*סתם איינער אדנירם הוא, כידוע ואכמ"ל] האט מיר אריינגעפירט דאס לעפל אין מויל.
שלום עליכם הרב קל וחומר, איך האב הנאה פון אייך, איר שיינט מיר צו האבן א גוט קעפעלע, איר כאפט שנעל ווער ס'זענען די גוטע שרייבערס, און הויפטזעכליך, וועמען ס'איז געזונט אונטערצולעקן פון צייט צו צייט...