אוי ווי זיס, פורים
נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 1:24 pm
וויפיל איך האב אין שטיבל געליינט וועגן פורים איז דאס געקומען אין באגלייטונג פון א נעגעטיווע בליק, די חברה וואס מאכן זיך ווי שכורים דיר צו קענען האגן ווי לבן יעקב'ן זעהן צו ער האט עפעס ווערדפול באהאלטן, צו די שמעק פון די מאכלי יו"ט וואס האבן געמאכט חזרה דורכן האלז פונעם יעניגן, אדער גאר די געלט גייעריי.
אבער איך בין נישט קיים שותף צו דעם און עס שטערט מיר אז עס ווערט נאר ארויס געברענגט די חלק פון פורים, איך האב שוין ב"ה היבש יארן געהאלטן דעם יו"ט פורים אין אסאך שטעט און מקומות אונטער פילע אומשטענדן, און אלס איז דאס געווען מיין פעיוועריט.
צו זעהן די אמת'דיגקייט פון די מענטשהייט, ווי אזוי דער זעהט נישט קיינעם חוץ פון השי"ת, יא עס איז אזוי שיין צו זעהן ווי דער זעלבער וואס נעכטן האט ער אזוי ערנסט מסביר געווען די חורבן פון גיוס קען היינט ווען זיינע מחיצות פאלן אוועק צו גיין צו א סאלדאט און איהם ארום האלזן מיט א עכטע ליבשאפט הוי אומר דאס בין איך באמת, צו ווען איך זעה א בחור וואס איך קען איהם גוט אלס יענער תנא קמא און יעצט זיצט ער אין א ווינקל וויינען צו השי"ת וטהר לבינו לעבדך באמת, אדער ווען איך אליין נאך כמה וכמה כוסות משקה טרעף איך אין מיר גאר א אנדער געוואלדיג פון וואס איך קען א גאנץ יאר, צו זעהן ווי צענדליגער מענטשן וואס זייער שייכות צווישן זיי איז נישט מער ווי די הענט וואס האלט זיי צוזאמען, טאנצן מיט אזא אהבה ואחוה ושלום ורעות, די אלע וואס אין מקוה און אין ביהמ"ד ווילן נישט רעדן צו יענעם, ווייזן ארויס זייער עכטע ליבשאפט ווען די חומות פאלן אוועק, די גרעניצן ווערן אפן, די מענטשהייט טרעפט זיך מיטן אמת.
ווי שיין איז דאס די שיכורים וואס קומען אריין און פראבירן מיט אלע כוחות צו ווייזן ווי נישט שיכור זיי זענען פאלנדיג אוף אלע זייטן, צו דער וואס פראבירט מיט שולד געפילן צו אויפרייניגן מיט זיינע אייגענע הענט א צובראכענע גלאז וואס ער האט בטעות צובראכן, ווי אמת'דיג איז דאס ווי שיין איז דאס.
מען רעדט דא כסדר פון די פראבלעמען און ווייפל מען עקלט זיך פון זיי, עס זעהט אויס ווי די שרייבער דא טרינקט קיינער פורים, אפשר איז דאס די סיבה, עניוועי איך האב זייער ליב דעם יו"ט מיט די אמת'דיגקייט וואס עס ברענגט מיט.