טעכנעלאגיע פון מיינע אייניקלעך'ס קוק ווינקל
נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:52 pm
טעכנעלאגיע פון מיינע אייניקלעך'ס קוק ווינקל.
עס איז נישט ספק און מיין מוח אז די דור אין וואס מיר זענען, די דור וואס מיר ציען אויף אונזערע קינדער זענען אויפן וואגשול, מען וועט נאך קוקן אויפ אונזער דור מיט די זעלבע שפאקטיוון וואס מיר קוקן נאך אלע פריערדיגע גענעראציעס, ווי למשל די דור וואס האט מיטגעמאכט די וועלט קריג קוקן מיר נאך יעדען אויף וועים מען קען פארשטן האבן זיי געקענט פארמיידן דעם חרבן, וואס האבן זיי געטיען דערצו אז עס זאל קומען, איז עס געוועין בלויז א ביטערע גזירה אדער ציונות איז די גורם, זה בכה וזה בכה יעדער איינער קען זאגן וואס ער קומט ארויס פון זיין פארש אקציע צי באשילדיגן אדער ריינוואשן די דור, ווער האט געהייסן לויפן ווער האט געהייסן בלייבן, וועלכע רבי עס האט אפגעפיצט און ווער עס איז ציריק געפארן, ווער עס האט עפעס געטיען און ווער עס האט זיך פארשטעקט, וכן אויפ אלע אנדערע דורות, מיט זייערע צרות אדער גיטע פאסירינגען, פארשט מען נאך איז עס געוועין לטוב, אדער בייגעשטייערט צים אורך הגלות, און דאס שליסט נישט אויס די דור פונעם חרבון בית ראשון ושני, ווי מען ווינדערט זיך אויפן דור אין חז"ל, צי זיי האבן שלעכטס געטיען אדער נישט, וואס זייער חטא איז געוועין, איז געוועין בארעכטיגט די מרידה.
ווען מען איז אינעם פראבלעים אדער מצב איז זייער שווער צי מאכן די ריכטיגע באשלוס, ווייל מען האט נישט די גאנצע ארים, און געוועינטלעך ווען מען איז אין פעקל איז באמת שווער זיך ארויפ שלעפן אויפן העכסטן זעיגל און ארים קוקן מיטן שפאקטיוו ארויס אויפן ווייטן האריזאנט, מען ברויך נעמען עפעס ריזיקעס, ווידעראים צי קומען נאכן מצב און זאגן העטעך פעטעך איז טאקע זייער גרינג, די באשילדיגן פליען אלע זייטן, און געווענטלעך נישט ביושר, מיט דעם אלעם קוקט מען ציריק אלע מאל אויפ היסטאריע ווער עס זענען געווען די בראווע, אדער נאכלעסיגע, האט אייזענהויער געמאכט די ריכטיגע באשלאס צי גיין די דעי יענעם טאג טראץ די שווערע וועטער אדער איז געווען נאכלעיסיג אדער בראוו די זעלבע מיטן שיסן די אטעם באמבעס, בשעת מעשה איז שווער דן זיין אבער א גרויסע מחלוקה דורך אויס היסטאריע וועט אנטשיידן ווערן איין טאג, אדער למשל איז בוש 2 געוועין גערעכט אדער נישט, וועט מען דן זיין פאר הינדערט יאר ביז עס וועט פארצייכענט ווערן אזוי אדער אזוי, סוף כל סוף וועט מען זען און וויסן.
אויך איז וואר דורכאויס היסאטריע פון אלע דורות אז בשעת דער דור איז און שוואונג איז אלע מאל דא די קאמפלעקס וואס ריפט זיך אם הראשונים כמלאכים אני כחמורים, פארוואס פונקטלעך עס איז אזוי פארשטיי איך נישט ווען די מציאות איז אז אינזערע עלטערן האבן נישט געהאט די אינפארמאציע וואס מיר האבן, און ווען קלאר איז דאך אז מיר זענען פיל מער פארגעשריטן ווי אמאל, און סיי וועלכע הינזיכט זענען מיר פיל מאל מער געלינגען, אבער דאך זענען אלע פארנימען זיך בעינקען צים איר אלטען אמאל, ווען הינער האבן געלייגט אייער אין די בעק יארד, גיי פארשטיי, אבער זיכער איז אז און הינדערט יאר פון איצט וועט מען רעדן פון אינזער דור, די זעלבע ווי מיר רעדן פון די די צייטן פון צאנזע רב.
אינזער דור איז דער דור וואס גייט דורך א אימפארמיידליכע טראנספערמאציע, אזעלכעס וואס די ביז היינטיגע דורות האבן לכאורה נישט געקענט אפילו חלומען, נעמליך די טראנספארמעישן וואס טעכנילאגיע ווירקט אויס אויף אידן און אידישקייט. א טראנספערמעשן וואס איז אימפארמיידלעך, און וועט פריער אדער שפעטער ממילא פאסירן, נאר די פראגע פון צייט, פונקט גענוי ווי אלע לעצטיגע מערכות וואס מען האט מכלומרשט ג'אסרט בכל תוקף און צום סוף מותר געווארן לכתחילה, א שטייגער ווי דער קאמפיוטער וואס ווער עס געדעינקט געוועין אסור פאר לכל הפחות פינף ביז צעין יאר, ווידיא געוועין ממש חזר טרייף, און נאך פיל ערגער פון טעלעוויזן, און איז היינט אינסטאלירט און אלע היימישסטע זיילן אפילו פון די וואס גלייבן נישט דעם עירוב.
ברויך מען זיך מאכן א חשבון הנפש פון אלע פריערדיגע גזירות זענען זיי געוועין לטוב, איז מען גערעכט געוועין, אדער וואלט מען עס געברויכט האלזן און מאכן די בעסטע חלק פון אידישקייט, א שטייגער ווי בילדער, עס איז נישט קיין סוד אז עס האט פארמאגט א איסור וחרם חמור, און נאר א מיעוט שבמיעוט האבן נאך די איסור און זייער איסור ביך, אבער גאנצענע אינדאסטריען פיגערירן בלויז פון בילדער פון אלעמען הייליג.
קאלידזש און טעלעוויזן איז אויסריסן פונעם כלל, און וועט לכאורה געדעינקט ווערן לרוב דיעות לטוב, פאר יארן ארים ווען מען וועט ציריק קוקן ווער עס איז געוועין גערעכט, די האנט זייגער מערכה, שייטל וכדומה ווייסע היטלעך, אלעס וועט פארנעמען א בלאט אין היסטאריע, צי עס איז דער באנד פונעם שטן אדער געווען סתם איבערגעטריבן, וויל איך זאגן מיין חידוש אז ביי זמן הטעכנעלאגיע נעמט מער נישט קיין גאר לאנגע צייט צי זען ווען מען באגייט א טעות, סך הכל עטליכע יאר, און דאס טוט מיר וויי, ווייל נאר חסידים אדער בעסער געזאגט פרימע מאכן דעם ביטערען טעות, אז מען פארמיסט טעכנעלאגיע און די אויגן פונעם איגענט, און דאס איז לדעתי א טעות מוחלט אויף וואס מען גייט באצאלן א פייערדיגן פרייז, ווייל טעכנעלאגיע שטעלט זיך נישט פאר קיין חסידים, נאר מיר בלייבן אינטערוויילאכץ, נאר מיר בלייבן אלטמאדיש, און א צייט וואס אלט מאדיש איז בכלל נישט געוועין אינזער שטאלץ, נאר עפעס א לעצטיגע תורה.
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פונעם חלק האיסור ווי חלילה טריפה בילדער אדער נישט גיטע וועפ זייטלעך, איך רעד פון די עצם ענין פון טעכנעלאגיע, ווי פראדראמען, ווי גיטע ניצבארע סמארט פאון'ס, וואס ווערן אוועק געמאכט אלס שקצעריי דורך די רשעי עמינו באשלייערט מיט פרימקייט און רשעותדיגע רעטאריק, און ווי עס זעיט יעדע תינוק בר בן יומו אז אלע גדולי ישראל זענען ביד ובעצה אחת מיט די וואס מאכן די קארטלעך און קארטון מעילערס און וואס זענען מוצא שם רע אויפן הייליג פאלק, און אויפ די וואס ווילן מיר זאלן וואקסן ציריקציוועיגס, די וואס וואלטן געוואלט זען א כלל ישראל וואס רייט אויף פערד און וועגענער ווייל נאר אויף א פערד קען מען זוכה זיין צי קפיצת הדרך.
ווען מיר זאלן ווען זוכה זיין צי נארמאלע מנהיגים וואלטן מיר אויסגעזען כאטש ווי און די מאדערענע קרייזן ווי זיי שטייגן און פאבלעצירן זייער תורה וואס איך בתוך יעדע נארמאלע מענטש זעיט די מעלות, ווי שיין זייערע תורות ווערן פארשפרייט דורך אויס די אינטערנעט, און פון חסידים זעט מען גארנישט נאר אויף איר אלטע טעיפס פון ר' זלמן לייב פילופ און יואלי לעבאוויטש אויף קאלמע, און קול הלשון, אבער געהעריג תורה ווי אש.קאם ישיבה.נעט, לדעת.אינפא, און הינדערטע אנדערע סייטס איז לא נגע ולא פגע, ווייל עס איז חזר טריפה, האבן מיר טאקע נישט אזעלכע גיטע רעידנערס ווי ראביי יוסף יצחק דזשעיקאבסן אדער אזעלכע שרייבערס ווי ראביי יונתן סאקס, איר באקומט דעם פונקט וואס איך מאך, אויב נישט איז ווייל איר שטאדירט נישט דעם אינטערנעט, א שוד, ווייסט איר אז קיין שום שווערע קשיא פון ש"ס איז נישטא וואס גוגל פרעיגט נישט.
על כן וויל איך דא מוחה זיין אויף אינזער דור פארן נישט האלזן טעכנעלאגיע פון יעדע אנגעל, סיי פון א תורה שטאנדפונקט, און סיי פון א פרנסה, ווייל היסאריע וועט פון אייך שינדען די הויט נישט פארשוינען, עס וועט אנקוקן די כת אוסרים ווי מיר קוקן היינט אויפן איסור קעיגן דעם שעדליכן האנט זייגער, אדער די איסור קעגן ווידיא און בילדער אז אויף יעדע בילד איז שורה א רוח טומאה, אדער די גרויסע חסידים וואס נעמען נישט קיין דרייווערס לייסענס, ווייל דרייוון איז מאדערן.
צייט בלייבט נישט שטיין און היסטארי ווערט נאר קליגער, די וועלט בלייבט נישט שטיין, ווען אינזערע קינדער און איינעקלעך וועלן אינז פרעיגן און די עלטערע יארן, עלטער זיידי פארוואס קען מען נישט טרעפן קיין איין אידיש ווארט חוץ נערישע בילדער ווי זיי טאנצען אדער עסן פרוכט, פון דיינע חסידישע רביס אויף גוגל וואס וועלן מיר זיי ענטפערן, פארוואס האבן זיי פארדאמט די וויכטיגסטע מתנה וואס האט געטוישט די מענטשהייט, וואס וואלט געוועין ווען די תורה וואלט געוועין עקסעסעבל לויט אינזערע שיטות, פארוואס זעיט מען נאר מאדערענע זאכן נישט קיין היימיש ווארט, ווי אזוי וועלן מיר זיי קענען קוקן און פנים אריין ווען די חזקה איז דאך קלאר אז אין אדם מוריש שקר לבניו, מיר וועלן זיי מיזן זאגן דעם אמת, אז אינזערע רבנים האבן זיך טועה געוועין אדער געוועין ביטערע היפאקריטן, אזוי ווי די פאקט וועט ממילא זיין. ווייל די רבעלעך האבן און אלעם געזעין גילוי עריות, אלעס האבן זיי געקוקט מיט פארדאכט, און עטליכע פארפרימטע קארטוניסט האבן אפגעמאלן די אינטערנעט ווי דער שטן אליין, און האבן געמאכט א טעות.