בלאט 1 פון 4

לאמיר פארן מיט בייקס...

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 10:57 am
דורך יידל
אפשר איז שוין צייט אז דער היימישער עולם זאל אנהייבן פארן מיט בייקס?

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 11:11 am
דורך הערשל
יידל האט געשריבן:אפשר איז שוין צייט מיר זאלן אנהייבן פארן מיט בייקס?

גיי ברעך די נארישע בושה רעה פון אונזערע אינגעלייט וואס שעמען זיך נישט צו שטארק ביי אנדערע פעלער.

אפשר מיט די נייע בייק סטאנציאנען וועט עס אביסעלע אריינדרינגען ביי אחינו בני ישראל.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 1:59 pm
דורך איך אויך
וואס איז שוין ווייטער שלעכט? עס איז דא אין מאנטריאל און דער עולם איז זיך מחיה דאכט זיך עס איז אויך דא אין לאנדאן אבער נישט און די היימישע געגנט.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 2:17 pm
דורך גלות יוד
מיין חבר אין מאנטריאל פארט יעדן טאג אפאר מייל צו די ארבעט ער איז זיך ממש מחיה מיין שאלה איז אויב ס'וועט זיין אסור פאר די פרויען

קראו עצרה - בייק סטעישאנס אין וויליאמסבורג

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 8:30 pm
דורך יידל
א נייע "צרה" האט באטראפן וויליאמסבורג! בייק סטעישאנס.
שוין געווען אמאל א שטיקל גערעדאכטס איבער די בייק לעינס דא אין קאווע שטיבל, אבער יעצט איז דא א.ג. צרה אריבער צו א צווייטער שטאפל:
bike stations.jpg

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 8:41 pm
דורך איך אויך
ריפט אן די אלע נומבערס און זאגט זיי אז איר שטיצט דער געדאנק פון בייקס, טוהט דאס "פאר אייערע קינדער און אייניקלעך" אפשר וועט דאס אביסל העלפן די מכה פון אביסיטי פון וואס אונזער קהלה ליידט.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 8:46 pm
דורך זר זהב
בייקינג העלפט נישט קיין סאך צו פארלירן וואג

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 9:01 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:בייקינג העלפט נישט קיין סאך צו פארלירן וואג

פארוואס נישט?

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 9:36 pm
דורך גלעזעלע
יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:בייקינג העלפט נישט קיין סאך צו פארלירן וואג

פארוואס נישט?


יידל. וואס באמיטשעסטו זר זהב מיט פאקטען און סטאדיס. ער האט אוודאי קלאר אדורכגעטון דעם נושא און געקומען צו דעם החלטה. א.ג. ערהאט געזעהן א גראבער מענטש בייקינג .
זר זהב. גארנישט פערזענליך ח"ו עס האט בלויז געקלינגען טשיקאוו דעם באמבאסטישען פסק דין. ווען הרב שלמה גאנצפריד וואלט זיך ביי אייך געלערענט שימוש וואלט ער געקענט אפשרייבען דעם קיצור שלחן ערוך אויף א פאוסט קארד.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 9:48 pm
דורך זר זהב
אקעי קענסט טרעפן אויף יעדע זאך אז ס'העלפט פארלירן וואג, אז דו גייסט 10 טריט אהין און צוריק פארלירסטע אויך וואג , לאכן אסאך העלפט אויך פארלירן וואג. איך רעד אבער פון די וואג מיט וואס אסאך פון אונז אנ"ש זענען געבענטשט געווארן, "בעלי/אבדאנאמעל פעט" "לאוו הענדעלס" .... דאס צו פארלירן וועט קיין בייקן גארנישט העלפן. סיז גהינם

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 9:49 pm
דורך John Doe
זר זהב האט געשריבן:בייקינג העלפט נישט קיין סאך צו פארלירן וואג


אויב פארט מען קויפן שווארמא ביזטו גערעכט.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 2:45 am
דורך gehlungen
הערשל האט געשריבן:איך האב געהאט עפעס צוגעשריבן אין דעם אשכול. איך דענק נישט צו שרייבן עפעס וואס מען זאל ברויכן מעקן.

In B. P. Anybody & everybody drives a bicycle :P

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 2:48 am
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:בייקינג העלפט נישט קיין סאך צו פארלירן וואג

That's just not true. ! :קראץ:

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 1:23 pm
דורך ניו יארק
נאך א אנגעזעצטע טאג העלפט עס זיכער פאר שלום בית...

maybe bikes in williamsburg?

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 8:33 pm
דורך cookies
What about der oilem should start using bikes as in antverepen or monsey and boro park, instead of spending on a car or for those ppl who doesn’t have a car?

ven vet this Society learn that we have to stop shy? as yeder vet kiken.... y should we live like this?

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 8:36 pm
דורך זר זהב
Its wud be much ezer for you to just move to bp and finish.

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 8:49 pm
דורך cookies
זר זהב האט געשריבן:Its wud be much ezer for you to just move to bp and finish.


dont worry i moved already b"h when i married , i have just rachmunis on the rest which they are eating up dus gezint for what a kuku shtetel it is

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 8:51 pm
דורך זר זהב
O! that's extremely nice of you!

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 8:53 pm
דורך cookies
זר זהב האט געשריבן:O! that's extremely nice of you!

i just try to help, as i was from the gelitena in that jungle

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 9:47 pm
דורך זר זהב
Move to Zurich and ul feel really liberated!

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 12:07 am
דורך שמעלקא
ארום פארן מיט א ביציקעל טעגליך וואלט געווען א געוואלדיגע זאך.

מ'דארף נישט זיכן פארקינג, עס איז געזונט פארן קערפער, מ'קען אנקומען ווי מען וויל לאקאל אויף א שנעלע וועג און נאך מערערע מעלות.

אבער ס'איז פון די זאכן וואס גייט קיינמאל נישט פאסירן און דעריבער האב איך עס ארויס געשטיפט פון מיין מח, בלויז פון קלאגן וועל איך גארנישט פארדינען.

פונקט ווי איך וויין נישט אז איך קען נישט קויפן דעם עמפייער סטעיט בילדינג און איך קלער ניטאמאל דערפון די זעלבע איז מיטן ביציקעל. מיין לעבען קען ב"ה אנגיין אן דאס אויך.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 12:12 am
דורך זר זהב
שמעלקע, אבער אויב נישט ווייט פון וואו דו וואוינסט זענען דא אסאך היימישע אידן וואס האבן יא געקויפט דעם עמפייער סטעיט בילדינג וואלסטו נישט געוויינט?

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 12:16 am
דורך שמעלקא
ניין.

כעל פארשמעלערן דעם משל צו קויפן א פשוטער הויז וואס טויזנטער אידן האבן שוין געטון אבער איך נאך נישט, כאטש איך וויל עס שטארק ווייס איך אז יעצט איז עס נישט בידי איך זאל עס קענען אויספירן און פון קלאגן וועל איך גארנישט פארדינען.

וואנס איך ווייס ביי מיר אז 'דאס איז עס' שטיפט מען עס ארויס פון מחשבה און געגאנגן ווייטער. דאס לעבען קען זיך נישט אפשטעלן ביים הויז אדער ביציקעל, און די ביציקעל אדער די הויז איז מיר נישט גענוג ווערד איך זאל לאזן טרערן דערפאר.