בלאט 1 פון 1

וואס וועט קאווע שטיבל פרעזינטירט לכבוד פסח?

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 6:20 pm
דורך נתן מנחם
רבותי, איך עפען דא דעם אשכול פשוט ווייל עס טוט מיר וויי יעדע יאר אז מען דערמאנט זיך גאר נאנט צום יו"ט פסח אנצוהייבען א קונטרס לכבוד יום טוב, וואס יעדע איינער האט אזוי הנאה דערפון. אלץ הערט מען פון די זקני שבחבורה "איך גלייב נישט איך וועל מאכען דעם דעדליין און אפאר טעג" חוץ דעם וואס אסאך פון אונז זענען פארנימען די טעג פאר פסח.

וויל איך בעטען פון די עסקנים און אינטערנעמערס זאלען זיך אינטערגארטלען אביסעל פריער און אנהויבען עפעס א געדאנק מיט א פרעזינטאציע. און לכבוד די "התחדשות" נאך די ביטערע פארזאגטע טעג דא אין ק"ש אולי וועלען אפאר תחיית המתים ניקס זיך אויך ווארעם אנריפען און שרייבען שיינע מאמרים.

רבותי, ווער נעמט זיך אינטער דעם פראיעקט?
ווער נעמט זיך אינטער די גראפיקס?
ווער נעמט זיך אינטער צו שרייבען?
ווער נעמט זיך אינטער צו באצאלען די קאסטן?
ווער האט סתם גוטע עצות? (אזוי ווי מיך.....)

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 6:22 pm
דורך ליפא
איך קען זיך אונטערנעמען צו לייקן

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 6:22 pm
דורך כוכב
שייגעץ!!!!!!!!!!!!!!!
תכלית גערעדט, איך נעם מיך אונטער צו פירן דעם פראיעקט, און איך האף סוף וואך ארויסצושטעלן א שטיקל געים-פלאן.
[tag]מה הוא[/tag] לעבסט?
[tag]אדנירם[/tag] קום אין טשעט...
#כ'גיי-_דיר_סוען

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 6:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
'מערצעשעם, בלינדר, קען איך אפשר עפעס שרייבען. אויף וואס פאר א טעמע? וואס וועט זיין דער נושא\מהלך\ענין?

Re: וואס וועט קאווע שטיבל פרעזינטירט לכבוד פסח?

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 7:02 pm
דורך קל וחומר
ליטוואק, דו דארפסט שרייבן וועגן די ליטווישע בליק איבער חסידות, וואס ס'נישט גוט מיט חסידות, וויזוי דו וואלסט אנדערש געבויעט חסידות ווען ד'וואלסט געווען די בעש"ט, וכולי.

Re: וואס וועט קאווע שטיבל פרעזינטירט לכבוד פסח?

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 8:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו זאג מיר וואס דער בעש"ט האט געטוהן, און איך וועל עס אפווענדען. ביזדערווייל קען איך נישט באשטעטיגען מער ווי דעם אז ער איז געשטארבען, וקברו יוכיח. בחייו איז אלס לוטה בערפל

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 10:11 pm
דורך סמבטיון
ליטוואק! איך בעט דיר א פערזענליכע טובה, לאז ארויס קימען א שיינע זאך לכבוד פסח, האלט דיין האס צו חסידות ביי דיר אין הארץ.
תודה למפרע.

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 10:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קענסט קוקען דא