בלאט 1 פון 1

Heavy Metal Bends

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 9:21 pm
דורך טאמבל סאס
Heavy Metal Bends

(פון וויקיפידיע)

העווי מעטאל אדער הבי מטאל, איז א דזשאנרע פון ראק מוזיק - דעוואלאפט אין די שפעט זעכציגער יארן און אנטוויקלט שפעטער אין די זיבעציגער יארן, מערסטנסטייל אין די US און UK. די שרשים פון העווי מעטאל זענען פסיכאדעליק מוזיק און בלוס רוק (דער לעצטער - פון וואס מ'איז פון רוב שפעטער פטור געווארן).

די בענדס וואס האבן אנטוויקלט העווי מעטאל האבן קריעיטעד דיקע מאסיווע סאונדס, אגרעסיווע, רוישיגע מיוזיק, מיט אמפליפייד דיסטארטעד, לאנג פארצויגענע עלעקטעריק גיטאר סאלאס, מאכטפולע שטארקע ביטס און אין אלגעמיין א הויכע וואליום און שטארקע גערודער. די ליריקס און פערפארמאנץ פון העווי מעטאל איז טיפיש כאראקטאזירט מיט מאסקוליניטי, אגרעסיע און מענערישע שטאלץ.

די ערשטע העווי מעטאל בענדס, זענען געווען לעד זעפלין, שווארצע שבת און טיפע ארגמן. דורכאויס די זיבעציגערס האבן פארשידענע בענדס געהאלפן העווי מעטאל, פאפולאזירן, אנטוויקלען זיך און עוואלווען דורכ'ן דראפען רוב פון די בלוס איינפלוס און אינטרעדוסן א פאנק רוק געפיהל און א פארשטארקערטע דגוש אויף ספיד. און די סוף ל' יארן האבן בענדס, אנגעהערנדע צו די "נייע כוואליע פון בריטישע העווי מעטאל" מאוומענט, א שטייגער ווי Iron Maiden און Saxon נאכגעפאלגט. ביי די ענד פון די 70ציגערס האבן העווי מעטאל פענס געקריגן דעם צונאמען מעטאלקעפ און קעפווארפערס

דורכאויס די אכציגער האבן אונטערגרונט סצענעס (ביאנד מעינסטריעם קולטור/אומלעגאלע קאמערציאליזירטע מוזיק) פראדורצירט מער אגרעסיווע סטיילס וועלכע האבן רובא שפעטער זיך אריינגעבראכן און געווארן מעינסטריעם. אזוינע ווי: טרעש מעטאל, מעגאדעטה, מעטאליקא , אנטראקס און סלעיער. בענדס ווי טויט מעטאל און שווארצע מעטאל זענען נאך היינט פאררעכנט סוב קולטור.

העווי מעטאל איז זייער געזונט זיך ארויסצוגעבן די כעס, יאוש, מעלאנכאליע אדער ווער ס'ליידט פון אינערליכע אגרעסיע און דראנג צו צעשמעטערן וואס נישט. בדוק ומנוסה אז עס העלפט צו ארבעטן און מאכן עקסערסייז אדער סתם אזוי בטלן די צייט ווען מ'קען סייווי נישט עפעס אנדערש טוהן. (נמחק. ליצנות פון צדיקים).

דא וועל איך ברענגען א קורצע ליסטע פון רעקאמענדירטע העווי מעטאל בענדס. מ'קען זיי אלע הערן אויף יוטיוב, ספוטיפיי וכדומה.


Annihilator
Iron Maiden
Metallica
Judas Priest
Megadeth
Dream Theater

Re: Heavy Metal Bends

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 9:44 pm
דורך [NAMELESS]
דוגמא פון א גוטע העווי מעטאל ניגון
viewtopic.php?p=285660#p285660


ירושלים של זהב בנוסח העווי מעטאל

https://youtu.be/IiwbWD7OYWw

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

Re: Heavy Metal Bends

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 12:26 am
דורך טאמבל סאס
https://en.wikipedia.org/wiki/Human_%28 ... prov=sfla1
א קלאסישע עקזעמפל פון עקסטרים, סוב-קולטור אינטענס מעטאל. א מוסטער פון קאנטעינט אגרעסיע. בבטוח אז דאס וועט ענדליך בארירן אייערע אפגעטויטע געפיהלן און ערוועקן א ריטמישע פיזישע שאקל. נידריגע קאמפליצירטע גיטאר, ברייטע מאסיווע באס בומעס ,ווילדע איילענדע ביטס, און פריקווענט ענדערונגען אין ביט באגלייט מיט א הייזעריגע מלוה מלכה שטימע.

The album marked the beginning of a major stylistic change for Death, being more technically complex and progressive than the band's previous efforts.


Human is a highly influential extreme metal album, according to Jeff Wagner in his 2010 text on progressive metal, Mean Deviation. It is Death's best-selling album, having sold 100,000 copies in the United States by 1995.[7] It was ranked number 82 on the October 2006 issue of Guitar Worldmagazine's list of the greatest 100 guitar albums of all time.

As of 2008, Human had sold over 600,000 copies worldwide, with the U.S. Soundscan listed as 100,000 units.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: Heavy Metal Bends

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 9:15 am
דורך טאמבל סאס
Power Metal
https://telegram.me/powermetal

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 9:28 pm
דורך טאמבל סאס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=i04pQR4ICPs[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 9:46 pm
דורך יתרו
איך דערמאן זיך יעצט אז איך האב אמאל געזען א געוואלדיע metal cover אויף די פאפולערע ניגון hello פון adele האב איך עס אפיר געזיכט און עס געטראפן, נאט אייך
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=LtQUJMBH8uE[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 9:51 pm
דורך וואלווי
bands נישט bends.

בכל אופן, א פיינער אשכול.

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 10:06 pm
דורך טאמבל סאס
[quote="יתרו"]איך דערמאן זיך יעצט אז איך האב אמאל געזען א געוואלדיע metal cover אויף די פאפולערע ניגון hello פון adele האב איך עס אפיר געזיכט און עס געטראפן, נאט אייך
דעי קנאבל בארד איז אייזן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 11:16 pm
דורך וואלווי
בעיקר גוט ארויס געברענגט דער חלק ההרגש פון העווי מעטאל ווייל א יעדער מין נגינה ערוועקט הרגשים און איז איינע פון די בעסטע אופנים זיך צו עפענען.

נעם פאר א דוגמא דעפרעשאן וואס אין נאטור איז אן אינעווענדיגסטע רוגזא וואס גראבט שטילערהייט און ווען מ'ברענגט עס ארויס צום אויבערפלאך מיט ווילדערע און שטערקערע געפילען איז א שטארקע היילונג

Re: Heavy Metal Bends

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 4:08 pm
דורך [NAMELESS]
יתרו האט געשריבן:איך דערמאן זיך יעצט אז איך האב אמאל געזען א געוואלדיע metal cover אויף די פאפולערע ניגון hello פון adele האב איך עס אפיר געזיכט און עס געטראפן, נאט אייך
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=LtQUJMBH8uE[/youtube]

רעקאמענדירט צי הערן איידער ווי וואטשן.

Sent from my SM-G930T using Tapatalk